אונזער מיסיע
שוין באלד א חצי-יובל, כמעט פון די סאמע אנהויב פון די פאפולערע אינטערנעט, ווען אלגעמיינע סאציאלע וועבזייטלעך האבן זיך אנגעהויבן פארמערן אין די פריע תש״ס יארן, האט אויך עקזיסטירט זייט ביי זייט א קליינינקע פרייע היימישע אידישע געוועב וואס האט באאיינפולסט און צו די זעלבע צייט רעפלעקטירט די שמועס פון די היימישע אידישע גאס.
דורכאויס די גאנצע צייט — אנגעהויבן פון היידפארק תש״ס ביז טעלעגראם ווען די שורות ווערן געשריבן — זענען פארומס און בלאגס געבליבן א רעלעוואנטע אופן צו פירן היימישע טיפע דיסקוסיעס ברבים אויף אן אנאנימע פארנעם און צווישן די פילע היימישע וועבזייטלעך שטייען ארויס די היינטיגע פארומס וואס זענען מלא וגדוש מיט אלע מעלות:
אט דאס איז אונזער ״קרעמל״!
פארשידענע געדאנקען זענען געווארן דורכגעליפטערט בשעת מיר האבן געארבעט אויפן קרעמל, טשעט אפציעס, בלאג ארטיקלען, פריוואטע פארומס, און וועכענטליכע בלעטלעך. און מיר האפן אז דאס אלעס און נאך פיל מער זאל ערמעגליכט ווערן מיט די הילף פון פרישע אינגע כוחות וואס זאלן כסדר אריינקומן אנצופאנגען נייע פריאיעקטן און איבערצונעמן אלטע.
קאנסטיטוציע
כדי צוצוקומען צום ציל אויף א לאנג-טערמיניגן פארנעם; אז אין "קרעמל" זאל הערשן טאלעראנץ און הארמאניע, שטעלן מיר פאר די פאלגנדע שטאטוטן און פרינציפן אויף וואס אלע ווייטערדיגע תקנות פון ״קרעמל״ וועלן געבויט ווערן:
א) אדמיניסטראטארן דארפן זיין אקטיווע מעמבערס אויפ'ן סייט – אין "קרעמל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פארהאן קיין "מנהלים" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קרעמל" איז יעדער שרייבער און ליינער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם, און עווענטועל האט יעדער שרייבער דעם פאטענציאל צו ווערן אן אדמיניסטראטאר אדער א מאדעראטאר, לויט דעם ווילן פון דעם ציבור.
די הנהלה באשטייט ווי פאלגנד:
ב) אידענטיטעט – פאר יעדנ'ס טובה דארף יעדער וואס טרעט אריין אין די פארומס זיך היטן נישט צו טון דאס מינדעסטע וואס אנבאלאנגט דערגיין א צווייטנ'ס אידענטיטעט, אין "קרעמל", רעכנט דאס אויך אריין די אדמינס און מאדס. דא קען יעדער זיין הונדערט פראצענט רואיג אז קיינער, אריינגערעכנט די אדמיניסטראטארן און מאדעראטארן, וועט נישט פרובירן פארשן און גרינטעווען אין אייער כאראקטער אדער אידענטיטעט. דאס טוען מיר אייך בעז"ה גאראנטירן. גילוי וועט ווערן אינפארסירט בכל החומר, פארן מגלה זיין א מעמבער במזיד אפילו ברמיזה קל וועט מען ווערן אויסגעשפארט אן קיין ווארענונג.
ג) תקנות – וויבאלד דער עיקר ציל פון "קרעמל" איז צו געבן א פלאטפארמע פאר יעדן אינדיווידועלן מענטש פון דעם אידיש-רעדנדן ציבור, און אז אלע זאלן זיך קענען היימיש צונויפשמועסן אפגעזען די פערזענליכע מיינונגען פון אנדערע מיטגלידער אדער אדמיניסטראטארן, וועלן מיר נישט אראפשטעלן אליין קיין שום תקנות בכח ההנהלה, נאר יעדע תקנה וועט ווערן באשטימט מיט וואלן דורך די אקטיווע וועטעראן באנוצער פון דער פלאטפארמע (מער וועגן אקטיווע וועטעראן באנוצער און זייערע שטים רעכטן אין סעיף ד). אזוי אויך קען יעדע תקנה ווערן געטוישט לויט די ווילן פון רוב אקטיווע וועטעראן באנוצער דורך וואלן.
נייע תקנות קען ווערן פארלאנגט דורך יעדן שטים-בארעכטיגטן ניק.
אלטע תקנות קענען ווערן געשטעלט פאר פרישע וואלן דורך א אפענע פעטיציע פון פופצן אקטיווע וועטעראן ניקס , סיי צו ווערן אנידערגעשטימט אינגאנצן אדער צו ווערן געטוישט און איבערגעפרישט.
ד) שטים רעכטן — יעדער אקטיווער מעמבער וואס איז איינגעשריבן פאר דרייסיג טאג מיט 75 הודעות און א דורכשניט פון צוויי רעאקציס פער הודעה האט שטים רעכטן און וועט ווערן א חלק פון די "וועטעראן באנוצער גרופע". מעמבערס וואס זענען נישט אקטיוו פאר א יאר אדער מער וועלן ווערן אראפגענומן פון די גרופע.
אויב מען ווערט געוואויר אז א ניק האט פארלעצט זיינע שטים רעכטן מיטן שטימען טאפלט וכדו׳, וועט יענער פארלירן שטים רעכטן אויף אייביג אן קיין ווארענונג. דאס זעלבע איז אויב די אדמינס וועלן אבזערווירן אז מעמבערס מאניפולירן די סיסטעם כדי צו באקומען וועטעראן סטאטוס קענען די באטרעפענדע מעמבערס פארלירן זייער וועטעראן רעכטען - און מעגליך אפילו זייער מעמבערשיפ - אויף אייביג.
ה) די הנהלה נעמט אן מיט א פשטות אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. מיר פארשטייען אז די חברי הקהילה וועלן זיך זעלבסט-צענזורירן און שרייבן אויף אזא אופן ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, בסבר פנים יפות, בנחת, מיט רעספעקט פאר זיך און פאר'ן גאנצן ציבור. אין יעדנספאל פארשפרעכן מיר אז קיין שום הודעה וועט נישט פארשווינדן ווערן אָן דעם וואס א קלארע סיבה זאל אנגעגעבן ווערן לויט די תקנות וואס וועלן געשטעלט ווערן לויט'ן ווילן פונעם ציבור.
ו) יעדע נייע תקנה וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך רוב וויילער וועט ווערן רעקארדירט אין די ״תקנות פונעם קרעמל״. אלטע תקנות וואס וועלן ווערן איבערגעמאכט אדער אנידערגעשטימט לויט די שטאטוטען, וועלן אויך דארט ווערן רעקארדירט.
ז) וויבאלד מיר אנערקענען אז עס איז נישט דא דערווייל קיין שום סיסטעם אויף דער וועלט וואס איז א פערפעקט און מיר פארשטייען אז עס קען זיך מאכן אן אדמיניסטראטאר אין דער צוקונפט וואס זאל זיך נישט האלטן צו די שטאטוטן און די פרייהייט גייסט פון די גרינדער, דערפאר טוען מיר זיך פארפליכטן ארויסצולייגן אונזער XenForo language pack און סיי וועלכע אנדערע מאדיפיצירונגען פאר יעדן איינעם, אזוי אז טאמער ״קרעמל״ פארט אפ פון ריכטיגן וועג דאן קען א גרופע באנוצער זיך עפענען אליין אזא פארום גרינגערהייט.
ח) מיר וועלן נישט טאלערירן סיי וועלכע תוכן וואס איז אקעגן די געזעץ, מעמבער וואס לייגן ארויף ביודעים תוכן וואס זענען נישט געזעצליך וועלן ווערן אויסגעשפארט אן קיין ווארענונג.
ט) מיר אנערקענען אז די קאנסטיטוציע ענטהאלט סעיפים וואס קען מיט די צייט ווערן אומרעלעוואנט און מיר פארשטייען אז חלקים דערפון וועט דארפן געטוישט ווערן מיט די צייט כדי עס זאל אלעמאל רעפרעזענטירן די ווילן פון רוב אקטיווע קרעמל מעמבערס. כדי צו מאכן ענדערונגען אין די קאנסטיטוציע פון אונזער קרעמל פעלט זיך אויס א מערהייט פון 75% פון שטים בארעכטיגטע קרעמל מעמבערס און די ענדערונגען זאל ווערן צוגעלייגט אלץ שפעטערדיגע צוגאב כדי די ארגינעלע כוונה פון די קרעמל גרינדער זאל בלייבן געדענקט.
——————
פאר דער טובה פון אלע באנוצער טוהן מיר בעט און רעקאמענדירן:
דער עיקר איז אז מ'זאל זיך באציען צו יעדן מיט כבוד און רעספעקט, און אויספירן דעם ציל אז "קרעמל" זאל זיין א פלאץ וואו עס איז איינגענעם צו פארברענגען מיט כבוד האדם און כבוד עצמי.
איצטערט, זייט זיך מכבד מיט אביסל פאפקארן און א גלעזעלע שנאפס און לאמיר פארברענגען!

- אייוועלט מיט גאר לעבעדיגע שמועסן, גוטע מנהלים און אחראים, מעינסטרים צוטריט פון רוב היימישע פילטער באנוצער.
- אידטיש מיט א טעכנישע יופי פון א פארום און א גוטע מאדעראטארישע באלאנס.
- קאווע שטיבל מיט פרייהייט פון ווארט, געשמאקע מאדערירונג פּאַליסיס און אויספירונג, פארמאגט א גוטער אקטיווער מנהל און מאדעראטאר, און איבער אלעם - די תוכן׳דיגסטע שרייבער אויף דעם אידישן געוועב.
אט דאס איז אונזער ״קרעמל״!
פארשידענע געדאנקען זענען געווארן דורכגעליפטערט בשעת מיר האבן געארבעט אויפן קרעמל, טשעט אפציעס, בלאג ארטיקלען, פריוואטע פארומס, און וועכענטליכע בלעטלעך. און מיר האפן אז דאס אלעס און נאך פיל מער זאל ערמעגליכט ווערן מיט די הילף פון פרישע אינגע כוחות וואס זאלן כסדר אריינקומן אנצופאנגען נייע פריאיעקטן און איבערצונעמן אלטע.
קאנסטיטוציע
כדי צוצוקומען צום ציל אויף א לאנג-טערמיניגן פארנעם; אז אין "קרעמל" זאל הערשן טאלעראנץ און הארמאניע, שטעלן מיר פאר די פאלגנדע שטאטוטן און פרינציפן אויף וואס אלע ווייטערדיגע תקנות פון ״קרעמל״ וועלן געבויט ווערן:
א) אדמיניסטראטארן דארפן זיין אקטיווע מעמבערס אויפ'ן סייט – אין "קרעמל" זענען די מיטגלידער זייערע אייגענע בעלי-בתים און עס עקזיסטירט נישט קיין "מנהלים קולטור". עס זענען נישט פארהאן קיין "מנהלים" מיט ספעציעלע רעכטן. אין "קרעמל" איז יעדער שרייבער און ליינער פונקט אזוי וויכטיג. קיינער דארף זיך נישט חנפ'ענען צו קיינעם, און עווענטועל האט יעדער שרייבער דעם פאטענציאל צו ווערן אן אדמיניסטראטאר אדער א מאדעראטאר, לויט דעם ווילן פון דעם ציבור.
די הנהלה באשטייט ווי פאלגנד:
- > בעל הבית פונעם סייט (מיט צוטריט פון צוויי, אמווייניגסטנס איינער פון זיי, אן אקטיווער באנוצער).
- >> איינס אדער צוויי הויפט אדמיניסטראטארן מיט פולן צוטריט צו דער בעק ענד אפטיילונג.
- >>> עטליכע פשוט׳ע אדמיניסטראטארן מיט באגרעניצטן צוטריט צו דער בעק ענד אפטיילונג ארויסצוהעלפן מיט די טעכנישע חלקים לויט'ן געברויך.
- >>>> מאדעראטארן לויט'ן געברויך אן צוטריט צו דער בעק ענד אפטיילונג.
ב) אידענטיטעט – פאר יעדנ'ס טובה דארף יעדער וואס טרעט אריין אין די פארומס זיך היטן נישט צו טון דאס מינדעסטע וואס אנבאלאנגט דערגיין א צווייטנ'ס אידענטיטעט, אין "קרעמל", רעכנט דאס אויך אריין די אדמינס און מאדס. דא קען יעדער זיין הונדערט פראצענט רואיג אז קיינער, אריינגערעכנט די אדמיניסטראטארן און מאדעראטארן, וועט נישט פרובירן פארשן און גרינטעווען אין אייער כאראקטער אדער אידענטיטעט. דאס טוען מיר אייך בעז"ה גאראנטירן. גילוי וועט ווערן אינפארסירט בכל החומר, פארן מגלה זיין א מעמבער במזיד אפילו ברמיזה קל וועט מען ווערן אויסגעשפארט אן קיין ווארענונג.
ג) תקנות – וויבאלד דער עיקר ציל פון "קרעמל" איז צו געבן א פלאטפארמע פאר יעדן אינדיווידועלן מענטש פון דעם אידיש-רעדנדן ציבור, און אז אלע זאלן זיך קענען היימיש צונויפשמועסן אפגעזען די פערזענליכע מיינונגען פון אנדערע מיטגלידער אדער אדמיניסטראטארן, וועלן מיר נישט אראפשטעלן אליין קיין שום תקנות בכח ההנהלה, נאר יעדע תקנה וועט ווערן באשטימט מיט וואלן דורך די אקטיווע וועטעראן באנוצער פון דער פלאטפארמע (מער וועגן אקטיווע וועטעראן באנוצער און זייערע שטים רעכטן אין סעיף ד). אזוי אויך קען יעדע תקנה ווערן געטוישט לויט די ווילן פון רוב אקטיווע וועטעראן באנוצער דורך וואלן.
נייע תקנות קען ווערן פארלאנגט דורך יעדן שטים-בארעכטיגטן ניק.
אלטע תקנות קענען ווערן געשטעלט פאר פרישע וואלן דורך א אפענע פעטיציע פון פופצן אקטיווע וועטעראן ניקס , סיי צו ווערן אנידערגעשטימט אינגאנצן אדער צו ווערן געטוישט און איבערגעפרישט.
ד) שטים רעכטן — יעדער אקטיווער מעמבער וואס איז איינגעשריבן פאר דרייסיג טאג מיט 75 הודעות און א דורכשניט פון צוויי רעאקציס פער הודעה האט שטים רעכטן און וועט ווערן א חלק פון די "וועטעראן באנוצער גרופע". מעמבערס וואס זענען נישט אקטיוו פאר א יאר אדער מער וועלן ווערן אראפגענומן פון די גרופע.
אויב מען ווערט געוואויר אז א ניק האט פארלעצט זיינע שטים רעכטן מיטן שטימען טאפלט וכדו׳, וועט יענער פארלירן שטים רעכטן אויף אייביג אן קיין ווארענונג. דאס זעלבע איז אויב די אדמינס וועלן אבזערווירן אז מעמבערס מאניפולירן די סיסטעם כדי צו באקומען וועטעראן סטאטוס קענען די באטרעפענדע מעמבערס פארלירן זייער וועטעראן רעכטען - און מעגליך אפילו זייער מעמבערשיפ - אויף אייביג.
ה) די הנהלה נעמט אן מיט א פשטות אז די שרייבער זענען גענוג ערוואקסן און אינטעליגענט זיך צו באגרעניצן איבער וואס און וויאזוי צו שרייבן. מיר פארשטייען אז די חברי הקהילה וועלן זיך זעלבסט-צענזורירן און שרייבן אויף אזא אופן ס'זאל זיין ראוי לעלות על שולחן מלכים, בסבר פנים יפות, בנחת, מיט רעספעקט פאר זיך און פאר'ן גאנצן ציבור. אין יעדנספאל פארשפרעכן מיר אז קיין שום הודעה וועט נישט פארשווינדן ווערן אָן דעם וואס א קלארע סיבה זאל אנגעגעבן ווערן לויט די תקנות וואס וועלן געשטעלט ווערן לויט'ן ווילן פונעם ציבור.
ו) יעדע נייע תקנה וואס איז באשטעטיגט געווארן דורך רוב וויילער וועט ווערן רעקארדירט אין די ״תקנות פונעם קרעמל״. אלטע תקנות וואס וועלן ווערן איבערגעמאכט אדער אנידערגעשטימט לויט די שטאטוטען, וועלן אויך דארט ווערן רעקארדירט.
ז) וויבאלד מיר אנערקענען אז עס איז נישט דא דערווייל קיין שום סיסטעם אויף דער וועלט וואס איז א פערפעקט און מיר פארשטייען אז עס קען זיך מאכן אן אדמיניסטראטאר אין דער צוקונפט וואס זאל זיך נישט האלטן צו די שטאטוטן און די פרייהייט גייסט פון די גרינדער, דערפאר טוען מיר זיך פארפליכטן ארויסצולייגן אונזער XenForo language pack און סיי וועלכע אנדערע מאדיפיצירונגען פאר יעדן איינעם, אזוי אז טאמער ״קרעמל״ פארט אפ פון ריכטיגן וועג דאן קען א גרופע באנוצער זיך עפענען אליין אזא פארום גרינגערהייט.
ח) מיר וועלן נישט טאלערירן סיי וועלכע תוכן וואס איז אקעגן די געזעץ, מעמבער וואס לייגן ארויף ביודעים תוכן וואס זענען נישט געזעצליך וועלן ווערן אויסגעשפארט אן קיין ווארענונג.
ט) מיר אנערקענען אז די קאנסטיטוציע ענטהאלט סעיפים וואס קען מיט די צייט ווערן אומרעלעוואנט און מיר פארשטייען אז חלקים דערפון וועט דארפן געטוישט ווערן מיט די צייט כדי עס זאל אלעמאל רעפרעזענטירן די ווילן פון רוב אקטיווע קרעמל מעמבערס. כדי צו מאכן ענדערונגען אין די קאנסטיטוציע פון אונזער קרעמל פעלט זיך אויס א מערהייט פון 75% פון שטים בארעכטיגטע קרעמל מעמבערס און די ענדערונגען זאל ווערן צוגעלייגט אלץ שפעטערדיגע צוגאב כדי די ארגינעלע כוונה פון די קרעמל גרינדער זאל בלייבן געדענקט.
——————
פאר דער טובה פון אלע באנוצער טוהן מיר בעט און רעקאמענדירן:
- מען זאל שרייבן מענטשליך
- נישט נוצן קיין וואולגארע אויסדרוקן
- נישט שרייבן קעגן פריוואטע מענטשן
- פרובירן מינימיזירן אפענע גראמאטישע גרייזן אויף וויפיל מעגליך
- ווען מען לייגט לינקס צו אנדערע וועבסייטס און סאציאלע מידיא פלאטפארמעס, זאל מען קודם האבן קלאר דורכגעקוקט יענעם בלאט צי עס איז נוגע צו דעם ענין וואס מען רעדט און צי עס איז פאסיג פאר "קרעמל"
- הגם די הנהלה טוט אלעס צו האלטן אייער אידענטיטעט אין פולסטע געהיים, דאך -- אויב ווילט איר בלייבן גענצליך אנאנים -- רעקאמענדירן מיר צו נוצן אן אימעיל וואס טוט אייך נישט אידענטיפיצירן, דאס קען מען טון דורך נוצן אן עליעס פאר אייער געהעריגע אימעיל אדער דורך נוצן א צווייטע אנאנימע אימעיל.