10/90 20/80 30/70 Pareto Principle

קאנאדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
262
רעאקציע ראטע
724
אין פינאנץ בכלל און אין קאנסומער וועליו בפרט איז באקאנט די Pareto Principle אויך גערופן די 80/20 Rule

די Pareto Principle אין קורצן איז אזוי
רוב רעזולטאטן קומען פון א קליינע פראצענט עפפארד
רוב סעילס קומען פון א קליינע פראצענט קאסטומערס
רוב קאסטומערס קומען פון א קליינע פראצענט סעילס לייט
רוב פראבלעמען קומען פון אפאר קליינע פראבלעמען
רוב סעילס קומען פון א קליינע פראצענט פראדוקטן
רוב ארבעט ווערט געטאן און א קליינע צייט אפשניט
וכו וכו וכו

כ'האב נישט יעצט קיין נערווען צו שרייבן אלע משלים אבער אזוי איז אין יעדע חלק פון לעבן פון געזונט צו עקאנאמיע צו סאפטוועיר צו לערנען וכדו'

די פונקטליכע נומער איז לאו דווקא 80/20 ס'קען פונקט אזוי זיין 90/10 70/30...

נאך א פלאץ עס צו ניצן ווי מענטשן כאפן נישט איז ביים איינקויפן
כמעט יעדע אייטעם קענסטו האבן 90-80 פראצענט פון די ווערט פאר 80/90 פראצענט ביליגער
למשל איך האב געארבעט א שטיק צייט אין א סעלפאון געשעפט
ווען איינער איז אריינגעקומען צו קויפן א בלוטוט פלעג איך גלייך זאגן, א בלוטוט צו הערן קענסטו האבן פאר צוואנציג דאלער
א בלוטוט צו קענען רעדן דארפסטו צאלן 100-150

דארפסט מאכן אז חשבון אויף יעדע זאך וויפיל איז די איבעריגע 10-20 פראצענט ווערט פאר דיך

מיין משל איז אויף די פאנקשינעלעטי פון די פראדוקט אבער אסאך מאל קענסטו האבן די זעלבע גוטע זאך פאר האלב פרייז אויב די קענסט ווארטן אפאר וואכן אז ס'זאל אנקומען, אדער אויב ס'האט די זעלבע פיטשערס נאר ס'גייט נישט האלטן אזוי לאנג, דארפסטו פיגערן וויפיל די עקסטערע צייט איז דיך ווערט
 
אין ביזנעס זעהט מען עס זייער שטארק, רוב צייט ווערט פארברענגט אויף צעהן פראצענט קאסטומערס, און רוב געלט מאכט מען פון צעהן פראצענט קאסטעמערס.
אבער זיי זענען נישט די זעלבע מענטשן, די צעהן פראצענט וואס מאכען משוגע זענען נישט די זעלבע צעהן פראצענט וואס רוב ביזנעס קומט פון זיי, ווי שנעלער מען כאפט דאס און מען דראפט די צעהן פראצענט אויסניצערס, קען מען ווייטער גיין צו די נעקסטע סטעפ אין ביזנעס.
 
כ'האב נישט געוויסט אז ס'נישט די זעלבע צעהן פראצענט
מ'דארף זיי טאקע שנעל דראפן

אין געוויסע ביזנעסער איז זייער שווער צו דראפן געוויסע קליענטן ספעציעל אויב מ'רעדט פון ריטעיל
 
Back
Top