קץ דוחק
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 44
- רעאקציע ראטע
- 87
אינגע דזשאבלאזע מענטשן געזאגט צוווערן אהנצונעמען ארבעט אדער פארלירן בענעפיטס
אינגע מענטשן וועלכע זענען אףף ווארק אדער אףף קראנק, און אנטזאגן זיך פון אהננעמען הילף צו באקומען טרענינג אדער ענראולן אין אפרענטיסשיפס וועלן אויסשטיין צו פארלירן זייערע בענעפיט געלטער, די ווארק און פענשאנס מיניסטער איז ערווארטעט צו פראקלאמירן. איינס אין אכט מענטשן פון צווישן די עידזשעס 18 צו 21 זענען נישט אין עדיוקעישן, עמפלוימענט אדער טרעינינג. אדער 872,000 מענטשן צווישן די עידזשעס 16 און 24. נאנט צו צוויי דריטלעך זוכן נישט אקטיווולי ארום פאר ארבעט און נומערן קריכן אויף ארויף. ביז היינט זענען מענטשן אויסגעשטאנען צו פארלירן זייערע בענעפיטס אויב האבן זיי נישט אקצעפטירט א דזשאב אפפער אדער ערשיינט א דזשאב אינטערוויאו אבער די נייע בילל וועט אויכעט טעקלען די וועלכע אנטזאגן זיך פון אהנצונעמען דזשאב טרעינינג אדער עדיוקעישן. מעיארס פון אכט ראיאנען וועלן קריגן £240 מיליאן פונט צו טעסטן אופנים ווי-אזוי צו קאמבּיינען סקיללס, העלטה און עמפלוימענט סופפארט כדי צו העלפן אינגע מענטשן צוריקגיין צו די ארבעט. א רעקארד 2.8 מיליאן מענטשן זענען אףף ווארק צוליב לאנג-טערמיניגע קראנקהייטן מיט די קאסטן פאר סיקנעס בענעפיטס שטייגענדיג פון £40 ביליון בעפאר די פענדעמיק צו £65 ביליון לעצטע יאהר, און איז פאראויסגעשאצט צו שטייגן צו £100 ביליון ביז די ענדע פון דיע פארליאמענט.
סטארמער זוכט אויפצופרישן רילעישאנס צווישן בריטעין און טשיינע
בריטעין דארף האבן א נייע "פראגמאטישע און ערנסטע רילעישאנשיפ" מיט טשיינע, האט סויר קיער סטארמער דעקלערט אין דער צייט וואס ער גרייט זיך צוווערן די ערשטע פריים-מיניסטער צו האלטן געשפרעכן מיט פרעזידענט זי פינג אין מער פון פינף יאהר. די לעצטע פריים מיניסטער צוטרעפן זיך מיט זי איז געווען טהעריזע מעי אין 2018 אבער רילעישאנס האבן זיך פארערגערט אלס רעזולטאט פון טשיינע'ס קרעק-דאון אויף פרא-דעמאקראטישע אקטיוויסטן אין האנג קאנג, זארג איבער עספיאָנאַזש און היומען רייטס אביוז קעגן די אואיגהורס אין זינדזשיאַנג. סטארמער טרעפט זיך היינט מיט פרעזידענט זי בּיי די דזשי 20 סאמיט אין בראזיל אוואו געשפרעכן טועהן דעקן די נושאים פון אינטערנאציאנאלע סטאביליטעט, קלימאט טשעינדזש און וואוקס. די טאלקס, וועלכע אגב קומען נאך א וויזיט צו טשיינע ביי אויסערן סעקרעטערי דעיוויד לאַממי, זענען ערווארטעט צוווערן סקרוטינייזד ביי טשיינע-האָוקס אין וועסטמיניסטער וועלכע זענען באזארגט אז די לעיבאר גאווערנמענט רעכנט זיך מער מיט עקענאמישע קאנסערנס בעפאר היומען רייטס. די טאלקס האבן א באזונדערע סיגניפיקענץ נעמענדיג אין באטראכט דאנעלד טראמפ'ס עלעקשאן צוזאג אז ער וועט ארויף לייגן 40% טאַריףס אויף טשייניזע אימפארטירונגען. די ווערט פון די יונייטעד קינגדאם'ס עקספארט צו טשיינע איז געשטיגן פון 20 ביליון אין 2016 צו 33 ביליון לעצטע יאהר. רעדענדיג אויפ'ן וועג צו די סאמיט, האט סטארמער געזאגט אז ער וויל בעסערע רילעישאנס מיט בעידזשינג ווי דיע פאָסטערד ביי די קאנסערוואטיווער גאווערנמענט. "מיר זענען ביידע גלאבאלע שפיהלערס, גלאבאלע פּאַווערס, ביידע פערמענאנטע מיטגלידער אין די סעקיוריטי קאנסטול און פון די G20." "טשיינע'ס עקענאמיע איז קלאר די צווייט-גרעסטע אין די וועלט. טשיינע איז איינס פון אונזערע גרעסטע טרעידינג שותפים און דערפאר וועל איך האבן אן ערנסטע פראגמאטישע דיסקושן מיט די פרעזידענט ווען איך טרעף זיך מיט אים." ווען מ'האט אים געפרעגט אויב ער זוכט בעסערע פארבינדונגען מיט טשיינע ווי דער פאריגער גאווערנמענט, האט ער געענטפערט: "נעמענדיג אין באטראכט די סייז פון זייערע עקענאמיע, איז וויכטיג אז מיר זאלן האבן א פראגמאטישע און ערנסטע רילעישאנשיפ און דאס איז וואס איך האב אינזין צו עררייכן. פארשטייט זיך, מיר וועלן האבן אונזערע מיטינגען און ענק וועלן קענען זעהן גענוי וועגן וואס מיר שמועסן." סטארמער איז אויך געזאגט אויסצונוצן די G20 סאמיט, וועלכע ברענגט צוזאמען לענדער וועלכע רעפרעזענטירן א קאמביינד 85% פון די גלאבאלע דזשי די פּי, צובעהטן פון לאנד-פירער פאר שנעלערע און פארמערטע סופפארט פאר אוקריינא. רעיטשל ריווס, די טשאַנסלאר, איז ערווארטעט צו באזוכן טשיינע אין די נייע יאהר כדי אויפצולעבן די עקענאמישע און פינאנציעלע דיאלאג צווישן די צוויי לענדער.
ביידען צולאזן אוקרייאינער שיסן לאנג-שטרעקיגע מיסלען
פרעזידענט ביידען האט אויטאראזירט צום ערשטן מאל פאר אוקריינא צו באנוצן זיך מיט אמעריקאנע-סופּלייד מיסלס, אריין טיף אין רוסישע טעריטאריע. ס'רעדט זיך פון שטרעקעס פון כמעט 200 מייל, וועלכע וועלן טארגעטן רוסישע און נארטה קאריען טרופן אין די קורסק ראיאן פון מערב-רוסלאנד. אמעריקאנע באאמטע האבן געזאגט אז די יו-עס מעיד ATACMS מיסלען וועלכע אוקריינא האט פונלאנג שוין געבעהטן פון אמעריקע, קומען אין ענטפער צו די 10,000 נארטה קאריען טרופן וועלכע רוסלאנד מאביליזירט אין איר מלחמה קעגן אוקריינא. ס'קומט אויך נאכוואס צען אוקריאיינישע זענען נעכטן געהארגעט געווארן אין א רוסישע לופט אטאקע אויף אוקריאיינישע ענערגיע אינפראסטרוקטור. סויר קיער סטארמער האט אין א סטעיטמענט געזאגט נעכטן אז די וועסט מוז ממשיך זיין צו אפפערן סופפארט פאר אוקריינא אזוי לאנג ווי זי דארף עס. ער האט זיך אבער אנטזאגט אריינגעשלעפט צוווערן אין א דיסקוקסיע בנוגע ווי-אזוי טראמפ'ס געווינס וועט אפעקטירן וועסטערן פאראייניגונג בשייכות צו די קאנפליקט אין אוקריינא.
דאנאלד טראמפ קלויבט פאָסיל פיול בּאָס אלס ענערגיע סעקרעטערי
דאנאלד טראמפ האט אויסגעקליבן פאר זיין ענערגיע סעקרעטערי אן אויל און גאז עקזעקיוטיוו וואס האט אין די פארגאנגענהייט געזאגט אז "ס'נישטא קיין קלימאט קריזיס." קריס רייט וועלכער פארפיגט איבער 'ליבערטי ענערדזשי' איז איינער פון די אינדוסטריע'ס העכסטע קולות אנטקעגן אנשטרענגונגען צו באקעמפן קלימאט טשעינדזש און איז עקספעקטעט אויפצוזעהן טראמפ'ס "דריל, בעיבי דריל" פלענער צו פארמערן אויל און גאז פראדוקציע, און זוכן נייע אופנים צו בֹּוסטן ענערגיע, דורכאויס זיין אדמיניסטראציע. רייט, א קאמפיין נדבן, האט אין די פארגאנגענהייט אנערקענט אז ס'עקזעסטירט א לינק צווישן פארברענען פיולס און קלימאט טשעינדזש אבער האט אויסגעדרוקט ספיקות אז דאס זענען גורם עקסטרימע וועטערס. אנשטאט, האט ער געזאגט אז פאסיל פיולס זענען וויכטיג אויפצוהייבן דעוועלאופינג לענדער ארויס פון ארימקייט און אז "ס'נישטא קיין קלימאט קריזיס." "די איינציגסטע זאך וועלכע רעפרעזענטירט א קריזיס אנבאלאנגט קלימאט טויש איז די אלטמאדישע, אפפורטוניטי-אונטערדרוקנדע פאליסיס, בארעכטיגט אין די נאמען פון קלימאט-טויש." אום שבת, האט אילאן מאסק וועלכער איז האנט-געקליבן געווארן אנצופירן מיט א נייע דעפארטמענט וועלכע וועט "דיסמענטלען גאווערנמענט ביוראקראטיע", געזאגט אויף זיין סאושעל מידיע פלאטפארמע 'עקס' אז ער וויל אז האווערד לוטניק, וועלכער פארפיגט איבער די אינוועסטמענט באנק 'קאנטאר פיצדזשעראלד', זאל דינען אלס טרעזשורי סעקרעטערי. סקוט בעסענט די מייסד פון 'קי סקווער', די 'קעפיטעל מענעדזשמענט' פירמע ווערט געזעהן כעת אלס פראנט-ראננער. עטליכע אין טראמפ'ס סוירקל האבן אויסגעדרוקט וואונדער אז מאסק זאל ברבים שטופן פאר זיינס א טשויס גיווען אז דאס איז אזא קריטישע, עקענאמישע ראלע.
איראן-געשטיצטע מיליציעס שלעפן אריין איראק אין קאנפליקט
מילישע גרופעס אין איראק פּאוזן א געפאר פאר די לאנד אריינגעשלעפט צוווערן אין א ראאיאנישע קאנפליקט מיט איזראעל נאך אן אויפשטייג פון דראון אטאקעס געשיקט פון אינסייד איראק צו איזראעל. שיע קרעפטן געשטיצט ביי איראן, לויז פאראייניגט אונטער די בעננער פון 'די איסלאמישע רעזיזסטענץ אין איראק' האבן אדורכגעפירט אזויפיהל ווי 90 דראון אטאקעס לעצטע חודש אין פארגלייך צו 31 אין סעפטעמבער און נאר 6 אין אוגוסט. מערסט פון זיי ווערן אונטערסעפטעד ביי די איזראעליס אבער די דראונס, געוויסע פון זיי טארגעטענדיג מיליטערישע באזעס אין איזראעל, זענען א פגע פאר די איזראעליס. מייקל נייט פון די וואשינגטאן אינסטיטוט פאר נעבן-איסט פאליסי, א טינק-טענק גרופע זאגט אז די דראונס זענען סתם אזא צייכן פון סאלידאריטעט מיט חיזבאלא אלס אן ענטפער צו איזראעל'ס אטענטאט פון חאסאן נאסראללאה, די לעבאניזער מיליטאנטישע גרופע'ס פירער אין ספטעמבער, און פאר איזראעל'ס ערד-אינוואזיע. אבער עס זענען דא אזעלכע אין די יו-עס און איזראעלישע אינטעליג'נס אגענטורן וועלכע זענען באזארגט אז אצינד מיט חאמאס און חיזבאללא אפגעשוואכט, וועט טעהראן מעגליך זיך ווענדן צו אירע פראקסיס און מערב איראק און דורך זיי נקמה נעמען פאר איזראעל'ס סטרייקס אום אקטובר 26. נייט לייגט צו אז טעהראן האט מעגליך אריינגעשמוגלט קיין איראק, קורץ שטרעקיגע באליסטישע מיסלס, באהאלטן אין וואסער אדער אויל טאנקירערס.
חיזבאללאה באאמטער געהארגעט עז איזראעל האמערט ביירוט
די איזראעלישע ארמיי האט געהארגעט די די העיד פון חיזבאלאה מידיא אפיס, מוחמד אפיף אינדערצייט וואס זי פארברייטערט איר גראונד און לופט אפעראציעס אין ביירוט. די סטרייק וואס האט געהארגעט אפיף איז געקומען אהן קיין ווארענונג און האט געציהלט די אויבערשטע שטאק פון א בנין אין ראס על נאבּבּא אין ביירוט, א בנין וועלכע געהערט פאר די באאט פארטיי אין סריע, חיזבאללאה האט באריכטעט. די פראנצויזישע עמבעסי איז 300 מעטער פון דער סייט. דריי אנדערע זענען געגלויבט צוהאבן פארוואונדעט געווארן אין די אטאקע. ראס על נאבבא דינט אלס רעפיוזש פאר פיהלע פליטים פון די הויפטשטאט ביירוט'ס דרום'דיגע סובורוב'ס, א ציהלפונקט פאר איזראעל'ס נאכאנאנדע באמבאדירונגען. די עדיוקעישאן מיניסטער האט אנאנסירט די פארשליסונג פון אלע שולעס און הויך-עדיוקעישן אינסטיטוציעס אין דער ביירוט געגנט פאר צוויי טעג נאכוואס די אפיציעלע נעשאנעל נייעס אגענטור האט באריכטעט אז איזראעלי מלחמה עראפלאנען האבן דערנאך געטארגעטעט סענטראל מאַר עליאס געגענט, אויך א געדעכט-באוואוינטע געגנט אוואו פיהלע פליטים שעלטערן זיך. די אטאקע קומט נאך איינע פון די ארגסטע וואכן פאר ביירוט נאכוואס איזראעלישע סטרייקס האבן סך הכול באמבאדירט די סיטי מער פון 60 מאל. די איזראעלישע מיליטער זאגט אז זי טוהט טארגעטן א פעסטונג פון חיזבאללאה וועלכע זעצט פאר צו נוצן דער געגנט צו פלאנען טעראריסטישע אטאקעס געגן איזראעל.
אפיף'ס טויט איז די ערשטע מאל וואס א חיזבאללאה ציווילער באאמטער אהנע מיליטערישע ראלע זאל ווערן טארגעטעד ביי איזראעל. אפיף האט אפגעהאלטן פרעסע קאנפרענצן אין די לעצטיגע וואכן און איז געווען איינע פון די לעצט פארבליבענע באאמטע צו ערשיינען אין פובליק.
איזראעל האט לעצטע וואך אטאקירט טיף אריין אין לעבאניזער טעריטאריע מער פון סיי ווען בעפאר. דאס קומט נאכוואס דעפענס מיניסטער ישראל כץ האט אנאנסירט אז די מיליטער האט "פארברייטערט איר ערד מאנעווערעס אין לבנון." לעצטע וואך האט אויך געברענגט איינע פון די טויטליכסטע טעג פאר איזראעל ווען 6 פון אירע סאלדאטן זענען געהארגעט געווארן נאכן ווערן אמבּושד אינסייד א בילדינג ביי חיזבאללאה, וועמענ'ס קעמפער האבן דעם בילדינג אויפגעבלאזן.
אויסטוישן אריבערן גרעניץ האבן אויך פארגעזעצט מיט חיזבאללאה פייערענדיג ראקעטן אויף די צפון שטאט חיפה מוצאי שבת, פארוואונדענדיג צוויי ציוויליענס און שעדענדיג א שוהל. חיזבאללאה האט געזאגט זי האט געציהלט פינף מיליטערישע באזעס אינקלודינג די סטעלא מאריס נעוול באזע. די לעבאניזער ארמיי האט געזאגט זי האט פארלוירן א פערטע סאלדאט און נאך דריי זענען פארוואונדעט געווארן אין די דרומישע שטאט פון אל מארי. די לעבאניזער ארמיי איז אפיציעל נישט קיין טארגעט פון איזראעלישע פייער.
אויך האט אן איזראעלישע לופט-סטרייק אויף על מארי געהארגעט מיידלעך א צווילינג צוזאמען מיט זייער פאטער, האט די לעבאנעזער העלטה מיניסטעריום באריכטעט. די אטאקעס קומען א טאג בעפאר נאבּי בערי, די ספיקער פון די לעבאניזער פארליאמענט וועלכער דינט ווי דער פשרן צווישן לבנון, חיזבאללאה און איזראעל, האט געזאלט פארשטעלן לבנון'ס אנטווארט צו א שטילשטאנד הצעה געמאכט דורך ליסא דזשאנסאן די יועס אמבאסאדאר צו לבנון. דערווייל, אין צפון און סענטראל עזה זענען 96 מענטשן געהארגעט געווארן אין א איזראעלישע לופט-אטאקע אויף אפארטמענט בלאקס אין בית לאחיא, נוסיראט און בורייזש.