2024 וואלן פעלשערייען און שווינדל: מיינונגען און דיסקוסיעס

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
147
רעאקציע ראטע
391
לאמיר זיך אפבריען פון די הייסע פאטעיטאס טעמע פון וואלן־שווינדל.

אזוי ווי מיט רוב זאכן און ספעציעל אזוי מיט ווייראל זאכן און קאנטראווערסיעס, זענען רוב מענטשן בכלל נישט אינטערעסירט אין דעם אמת, מען בלייבט אין מערסטען טייל פעלער סטאק מיטן נערעטיוו און וואסערע זייט טוט שטיצן זייער אייגענע מיינונגען. מען געט א קוק דעם קליפ אדער נייעס העדליין און מען גייט ווייטער.

די טעמע פון וואלן שווינדל איז איינע פון די מערסט קאנטראווערסיאלע און הייסטע ענינים פונעם יעצטיגן עלעקשאן סעזאן. אין דעם דאזיגן שנירל, לאמיר ווידמען די צייט און געלעגענהייט צו דורכטון, אפשאצן און דיסקוטירן קלאגעס פון שווינדל והמסתף.

אייערע מיינונגען און דיסקוסיע זענען באגריסנד!
 
אויב טראמפ געווינט גייט דאך נישט זיין קיין שום וואלן-שווינדל.
סאו מ'דארף קודם ווארטן זען ווער ס'געווינט, און נאכדעם קען מען אנפאנגען רעדן איבער וואלן שווינדל.... ;)
 
אויף דעם שניט האב איך שוין געפרעגט אסאך טראמט שטיצער "אויב טראמפ געווינט יא, וועסטו מודה זיין אז 2020 איז נישט געווען געשווינדלט? ווייל אויב די דעמאקראטן ווייסען וויאזוי צו שווינדלן וועלן זיי עס טון דאס מאל אויך."

פארשטייט זיך אז יעדער איינער האט געהאט א תירוץ פארוואס זיי וועלן נישט מודה זיין.
 
איינער האט ארומגעשיקט א מעסעדש
אז היות די טראמפ חברה האבען געטענהט אין 2020 אז די דאמיניען מאשינס האבן געטוישט וואטס פון טראמפ צו ביידען
זאלען די טראמפ חברה יעצט וואטען פאר העריס און די מאשין וועט עס טוישען צו טראמפ
 
צום קעפל: עס פארט ארום א קליפ ווי איינער פראבירט צו דריקן "טראפ" פאר זיין אויסוואל אבער גייט. נאך אפאר מאל פראבירן ווערט זיין אויסוואל "העריס".

איך בין גרייט צו וועטן אז (כמעט) קיינער ווייסט נישט מער ווי די קליפ. יעדער רעכטער נעמט אן אז די דעמס שווינדלן און א לינקער אינטערעסירט עס פשוט נישט.
 
https://kraimel.community.forum/threads/aynthahrahsanthah-lynqs-avn-qlyps.363/post-13297
 
וואס דארף איך צו זען דארט?
 
אויב טראמפ געווינט גייט דאך נישט זיין קיין שום וואלן-שווינדל.
סאו מ'דארף קודם ווארטן זען ווער ס'געווינט, און נאכדעם קען מען אנפאנגען רעדן איבער וואלן שווינדל.... ;)
דערמאן דיך נאר ווי דעמאקראטען האבען פארפירט אין 16’ אז מען האט זיי באגאנבעט
 
אויף דעם שניט האב איך שוין געפרעגט אסאך טראמט שטיצער "אויב טראמפ געווינט יא, וועסטו מודה זיין אז 2020 איז נישט געווען געשווינדלט? ווייל אויב די דעמאקראטן ווייסען וויאזוי צו שווינדלן וועלן זיי עס טון דאס מאל אויך."

פארשטייט זיך אז יעדער איינער האט געהאט א תירוץ פארוואס זיי וועלן נישט מודה זיין.
שווינדלן וואלן איז א סיסטעמאטישע פראצעדור וואס באשטייט פון פילע מעטאדן און כמעט אלע (אנגענומענע) מעטאדן קענען נישט איבערקומען א לענד סלייד. ד''מ אז אפי' אויב טראמפ געווינט איז נאכאלץ שייך אז ס'זאל זיין פראוד. ווי אויך אפי' ס'דא פראוד מיינט נישט אז יענע צד געווינט.
 
שווער צו דערמאנען.

זיי האבן נישט איבערגעלאזט קיין טויטע נאך זיך...
מסכים, די רעכטע משוגעים זענען מער וויילענט ווי די לינקע משוגעים, למעשה האבען ביידע פארטייען מענטשן וואס גייען קיינמאל נישט אנערקענען אז די צד השני געווינט און ס׳האט גארנישט מיט טראמפיזם.
 
יא, אבער עס איז א רייייייזיגע חילוק צווישן געוויסע מענטשן פון די פארטיי לעומת דער קאנדידאט אליינס, בנוסף וואס ער איז די סאמע פאן טרעגער, מיט נאך צענדליגער פירענדע פאליטיקאנטן.

דאס האט שוין יא מיט טראמפיזם.

יחי ההבדל!
 
מסכים, די רעכטע משוגעים זענען מער וויילענט ווי די לינקע משוגעים, למעשה האבען ביידע פארטייען מענטשן וואס גייען קיינמאל נישט אנערקענען אז די צד השני געווינט און ס׳האט גארנישט מיט טראמפיזם.
מ'דארף נישט "מענטשן" זאלן אנדערקענען, מ'דארף בלויז "איין מענטש", און היי יאר ביי די רעפאבליקאנער איז דער "איין מענטש" נישט דאהי...

ס'איז זייער וויטאגליך אז א מעידזשאר פאליטישע פארטיי האט א פירער וואס ניטאמאל גייט ער זיין פון די "געווינער" קאנדידאטן, נאר ער וועט אפילו נישט זיין אויף די ליסטע פון "פארלוירענע" קאנדידאטן. א ווייטאג פאר זיינע שטיצער, ווייל זיי קענען קיינמאל נישט קומען צו קלאוזשור פאר זייער פארלוסט. גזירה למת שישתכח מן הלב איז א ברכה, נישט א קללה. א ברכה וואלט געווען ווען זייער "קאנדידאט" וואלט בכלל משיג געווען די געלעגנהייט.

ס'האט גארנישט מיט פאליטיקס און אידילאגיע, ס'האט גארנישט מיט די דורכפאל אדער געווינס פון א פארטיי. ס'וואלט נישט געווען אזוי ביטערליך ווען די "קאנדידאט טראמפ" וואלט חאטש געקענט דערהייבן צו זיין א פארלירער. "ער" שלעפט אראפ זיינע אנהענגער, אנשטאט זיי אויף צו הייבן.

וואויל צו די היסטארישע פארלירער וואס האבן געגעבן האפענונג פאר זייערע פארטייאישע מאסן זיך צו דערהייבן, און זיך מחזק זיין גיין ווייטער.

ער איז אזא מין קאווארד, ער קען ניטאמאל טוהן וואס איעדע קאנדידאט און היסטאריע האט געקענט טוהן :

View: https://youtu.be/gCQ6DUxJwYo?feature=shared
 
לעצט רעדאגירט:
צום קעפל: עס פארט ארום א קליפ ווי איינער פראבירט צו דריקן "טראפ" פאר זיין אויסוואל אבער גייט. נאך אפאר מאל פראבירן ווערט זיין אויסוואל "העריס".

איך בין גרייט צו וועטן אז (כמעט) קיינער ווייסט נישט מער ווי די קליפ. יעדער רעכטער נעמט אן אז די דעמס שווינדלן און א לינקער אינטערעסירט עס פשוט נישט.
דא איז די ווידיאו ווי איינער פראבירט צו דריקען טראמפ אבער עס ווערט צום סוף געדריקט פאר העריס
 
קאליפארניע
נישט אמת.

@שמגר כ'האב הנאה אז דו ווילסט כאטש וויסן די מעשה. אנדערש ווי פילע אנדערע וואס זענען ניטאמאל אינטערעסירט צו וויסן דעם אמת ווילאנג עס שטומט מיט די נאראטיוו.

פאריגע וואך, ווען איינער האט מיר געוויזן דעם קליפ. האב איך גענומען די מוה און געספענד צוויי מינוט (עס האט גענומען ממש א מינוט צוויי) צו געוואר ווערן די פרטים.

פאלגענד זענען די פרטים:
די אינצידענט איז פארגעקומען אין לאורעל קאונטי (נישט פארמישן מיט מייק לאולער) קענטאקי.

טויטער באניצער It's me האט געפאסט א ווידיאו וויאזוי עס פאסירט. ער האט עס תיכף באריכטעד צו די באאמטע אויפן פלאץ און זיי האבן ארויסגענומען די מאשין פון באניץ. זיי האבן עס געלאזט לעין כל אין פאבליק און אראפגערופן די קאונטי עס צו קומען נעמען פאר אויספארשונג.

זיי האבן קלאר געשטעלט אז זיי האבן נישט באקומען קיין שום אנדערע קאמפלעינטס נישט פארדעם און נישט נאכדעם.

למעשה, ווען די ווידיאו איז געגאנגען ווייראל, איז די AG אריינגעקומען אין בילד. נאכן אריינקוקן דערין, האבן זיי מצליח געווען צו איבערמאכן די זעלבע גליטש און זיי זענען מסביר אז דאס האט פאסירט צוליב וואס דער וויילער האט געדריקט צו נאנט צום בארדער פון די קעסטל וואס האט גורם געווען אז די סעלעקציע פאר 'טראמפ' האט נישט געכאפט.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top