איי איי מיין באבע... וואס זאל איך דיר זאגן, מיינע בעסטע צייטן בין איך דורך מיטן באבען. נישט סתם א באבע, נאר א צוגעקומענע! כוועל דיר נאך זאגן מער, מיין שוויגער'ס מאמע... אויף מיין שוויגער אליינ'ס פארלאנגט זיך אן ארטיקל פאר זיך אבער עס איז נאך צו פרי, פאר מ’העט נאך דעם..
איז לאמיר אריינגיין אינעם ענין.
ווען מען האט מיך דעליווערט פונעם חתונה זאל אריין אין מיין בעדרום בין איך אנגעקומען אין א דירה, נישט מער און נישט ווייניגער נאר אויף די זעלבע שטאק פון מיין באבע! יא יא, יענע שטאק ווי מען קומט שוין 20 יאהר ווינטשן לשנה טובה, יענע שטאק וואס מען שלעפט זיך אהיים האלב פארשלאפן נאך די צווייטע סדר נאכט... דעי שטאק איז א לענדמארק, יעדע קראץ אויפן וואנט איז באקאנט וכו'. אויף יענע שטאק, דריי טירן ארויפציר, האב איך אנגעהויבן מיין פארמאלע פארהייראטע לעבנסגעשיכטע, און נישט נאר דאס, דעי שטאק איז אפי’ פאר מיר קיין חידוש נישט געווען ווייל מיין 20 מינוט'יגע בעשוי איז אויך געווען אויף דעי שטאק, און אפי’ מיין ווארט איז געווען דארט, טאקע ביי מיין באבע אינדערהיים! איי, מעמאריס וואס איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן... איך בין אזוי פארקראכן אין מיינע מעמאריס איך האב שיעור פארגעסן דער עיקר: די דירה האב איך באקמען ווייל מיין באבע, יא אונזער באבי, האט עס ערלעדיגט פון אן אלמנה וואס איז אוועק, וואטעווער... ס'איז איר קרעדיט.
איך געדענק נאך די האלבע ווערטער ביי מיין דריטע טאג שבע ברכות ווי מיין ווייב האט מיר מסביר געווען, אז אפי’ מען האט אנגעווארנט באבי אז זי זאל זיך גארנישט אריינמישן האט זי פארט גערופן פרעגן דעם שוויגער ווי גייט די קאפל יעצט ווען מען איז ארויס אויף א נאכמיטאג שפאציר. קוקט אויס אז נאכ'ן שטיין א גאנצן טאג און באטראכטן ביים פענסטער האט זי אונז באמערקט. איך האב נישט פארשטאנען וואס גייט פאר און מיט א האלבע שמייכל געזאגט "יעדע באבע איז זיך ווערד איר געלט". עטס האסט נישט קיין אנהונג וואס ס'האט זיך אפגעטוהן, ווי קיוט די נייע חתן איז און ווי געשמאק און פאזעטיוו ער איז...
אזוי ווי מיין זיידע האט געהאט א שטעלע אין א דערנעבענדיגע שוהל האט באבי זיך פארגעשטעלט אז איך וועל אטאמאטיש פארשטיין אז ס’באלאנגט אז איך זאל דאווענען דארט. איי ס'איז אן אויסגעדראשענע מנין פון 20 זיידעס ווי א אינגערמאן האט בכלל נישט די קעפעבילעטיס פון זיין דארט מער ווי צען מינוט..., איך פארשטייט זיך האב נישט אזוי פארשטאנען, ספציעל נאך וואס ביים שבת שבע ברכות ווען איך האב מיר געהאלטן אינמיטן מסדר זיין מיט’ן טלית אויפן פלייצע געט זיך די טיר אן עפן אויף אהן קיין פריערדיגע מעלדונג און עס שטייט מיין זיידע מיט מיין פעטער ביים טיר און ווארטן איך זאל קומען ווייל מען דארף מיך 'באגלייטן', עס איז געווען נאסע בושות ווייל איך האב נאך דעמאלס נישט געוואוסט וואס די באדייט פון עטיפת ישמעאלים איז און מען האט מיך באטראכט ווי איך בין א מעניקין פארנט פון פארקאש טלתים... ווי נאר באבי האט איינגעזען אז איך בין נישט מיט איר אויף איין פעידש האט זיך אנגעהויבן א גאנצע אנדרייאכטס אז איך שטעל מיך נישט צו, און מיין שווער האט מסביר געווען פאר מיין ווייב אז די פלאץ ווי איך דאווען איז א שוואכע ביהמ”ד... עס געווען לעבעדיג... האלטס קאפ אז דא רעדט מען נישט קיין גאנצע צוויי וואכן זייט מיין חתונה.
ויהי היום און מיין זיידע איז נעבעך אנגעשטעקט געווארן מיט די ביטערע מחלה, און פון די קאמפעטישן וואס באבי האט מצליח געווען אינטערצודרייען צווישן אירע קינדער ווער ס'איז מער געטריי און העלפט מער (כנהוג באנשי בארדערליין הישן) האט זי מיך מיט מיין אשת חבר אויך פראבירט אריינצודרייען, כאטש איך [-מיין ווייב] בין געווען די טעגליכע טרעגער פון מיין שוויגער צו באבי (וואס וואוינט אזא 20 מינוט אוועק) צו טראגן קוגל און אויפ-פיקן ירושה קליידער, בין איך געשטאנען פעלזן פעסט אויף מיינע רעכטן און ח”ו נישט צוגעלאזט אז קיין שום קאמפעטישן אביוז זאל אריינקומען אין מיין יוריסדיקציע. באבי האט גענוצט אלע טולס מיך צו אונטערדריקן, אנגעהויבן האט זיך עס מיט אזעלכע אביוז סטעיטמענטס ווי "איך גיי בעטן מומע שרי ווייל זי האט יא ליב צו טון טובות", דערנאך איז מען געגאנגען פארציילן די גאנצע שטאט אז אונז האבן נישט ליב צו טוהן קיין טובות און נאך פילע אזעלכע מעטאדן, אפגערעדט איז געווען ווען עס איז געקומען צו אריינגיין צו באבי ממש יעצט, זיי זענען נארוואס אהיימגעקומען פון א טריטמענט, איינער מוז רעדן מיט זיי א.א.וו. אבער אונז האבן עס דורכגעשטופט. שפעטער האב איך איינגעזען אז ס'איז געווען סאך לייכטער אז מיין זיידע איז געווען קראנק טראץ די אלע פייניגונג צו אריינגיין מחזק צו זיין ווייל ווי נאר מיין זיידע האט זיך אנידערגעלייגט אין מיין באבע איז געווארן א בארד אלמנה האט זיך אנגעהויבן א פרישע פרשה.
איינער איז דא באקאנט מיט אזא סינעריא ווען ס'איז דא א משפחה וואס איז זייער טייט צוזאמען און עס איז דא איין פעטער א נארסאסיסט וואס קאנטראלירט און אביוזט יעדעם ביי די נאז? דעס איז פונקטליך וואס מיין פעטער פון לאנדאן איז. ר’ משה לאמיר אים רופן, איז א דערהויבענע אינגערמאן רעדט נישט צו סאך, האט א שווערע עדיטוד, און קיינער קען נישט טוהן קיין שום פארשריט אין לעבן אויב ער עפראווט עס נישט... איך בין מיט דעם שטראם קיינמאל מיטגעגאנגען, איך האב מיך געלעבט אין מיין וועלטל, געטוהן וואס איך האב צו טוהן, געגאנגען און געקומען ווען איך האב געדארפט, און נישט אפי’ אין באטראכט גענומען אז באבי קוקט אראפ פון פענסטער יעדעס מאל איך קום אריין און יעדע מאל איך גיי ארויס, און ווי גערעדט ווי באבי האט באקומען אביסל מער צייט האט זיך געצויגן טעלעפאן געשפרעכן צו גרויס בריטאניע אז איך בין א דורככפאל פאר די משפחה און איך בין א באם ווייל איך רייכער... ווער רעדט נאך אז איך דרייוו שוין קוים א יאהר נאך מיין חתונה, און ווי מיין ליבע פעטער ר’ משה האט זיך אויסגעדריקט "פון די גאנצע שטאט האט ער געטראפן די שוואכסטע כולל וואס איז דא". איך האף עטץ פארשטייטס אז די אלע סטעיטמענטס ווייס איך ווייל די באבע האט עס פארציילט פארן שוויגער און.... לאמיך זעהן צו עטס ווייסטס... די שוויגער האט עס פארציילט פארן ווייב... און ווי א צווייטע פעטער האט געפילט וויכטיג צו איינמעלדן פאר באבי אז די פלאץ וואו איך דריי מיך איז א בית משוגעים. איך קען שרייבן נאך גאנצטע שורות און פאראגראפן פון סטעיטמענטס וואס האבן אריינגעפלויט אין מיין ווייב'ס אויערן אבער איך מיין אז פאר יעצט איז עס גענוג.
יענע ביטערע נאכט בין איך אהיימגעקומען טרעפנדיג מיין ווייב ליגן אין בעט מיט פארוויינטע אויגן... איך פרעג איר וואס האט פאסירט, זי האט ממש נישט געקענט קומען צו זיך, נאך א געשמאקע סאפער הייבט זי מיר אהן פארציילן אזוי, נעכטן איז זי אריין צו באבי צו געבן אביסל נחת פון די פיצלעך, טראץ די אלע ווייטאג וואס אונז האבן זיך שוין צאמגעליטן, ב”ה איך האב מצליח געווען איר צו דערפרייען און געבן אביסל חיות, ווי נאר איך בין ארויס האט באבי גערופן די מומע (ר’ משה’ס ווייב) פון לאנדאן און אנגעהויבן זינגען ווי א שיין באפארעטע מאמע איך בין און אז איך פאפ אריבער מיט די פיצלעך און ווי געלונגען איך בין, און זי האט אזוי צוגעענדיגט נעבעך אז זי איז אריינגעפאלן מיט אזא מאן... איך קען שוין נישט מער, מען פייניגט און מען רודפ'ט מיר, איך קען נישט אזוי אנגיין! עס האט זיך געענדיגט אז זי האט אפגעוויינט די גאנצע נאכט און איך אמבאלומפערטע פרישע אינגערמאן האט איר געדארפט בארואיגן אז עס וועט דורכגיין און קיינער מיינט נישט קיין שלעכטס...
מיין ווייב האט עס נישט געקענט ווייטער טראגן, און טראץ איר איידעלע נאטור מיט דרך דרך ארץ צו אירע עלטערן האט זי אפגעמאכט אז דאס איז עס. מיט א פאון קאל צו די מאמע האט זי קלאר געמאכט אז אונז וואוינען מער נישט אויף די שטאק און ביטע בעט מיר נישט אז איך זאל טראגן, ברענגען, אריינגיין, ווי אויך ווען דו קומסט צו באבי קום נישט אריין ביי מיר, טראכט למשל איך וואוין אכט גאסן אוועק פאר דו בעטסט מיך איך זאל עפעס צוטראגן... די שוויגער האט מער-ווייניגער פארשטאנען, אבער האט נישט אויסגעלאזט צו זאגן אז דיין מאן דארף וויסן אז ס’איז דא אזא זאך ווי זיך צושטעלן צו משפחה און קיינמאל שטעלט ער זיך נישט צו, מיט די גאנצע פזמון. אבער אונז זעמער נאך נישט געווען פארטיג. דער שווער וואס איז געווען גאנץ קאמפטערבל צו אריינקלאפן שבת צופרי נאכן באזוכן די באבע צו אונזער דירה און אפזיצן דארט האט מען אויך געדארפט שטעלן אין פלאץ, האט מיין ווייב אויפגעהויבן דעם טעלעפאן צום טאטן און איבערגעזאגט די גאנצע רעזאלוציע. ווי נאר ער האט געהערט די שטארקקייט מיט וואס זי האט גערעדט (וואס זי איז בטבע זייער רעספעקטפול) האט ער געזאגט, "דו זאגסט נאך דיין מאנ’ס ווערטער" און אראפגעהאקט דעם טרייבל. מיין ווייב האט זיך נישט געשראקן נאר צוריקגערופן און געזאגט "ס'איז נישט קיין חילוק צו איך רעד צו מיין מאן, אונז זעמיר איינס, און איך האב מער גארנישט מיט דעם באבן און פארטיג".
ערגעץ די נעקסטע טאג האט מיין ווייב געהערט פון מיין שווער א שיינע תורה. ס'גייט אזוי, עס איז דא פסוק אין תוכחה (דברים כח, לב) בָּנֶיךָ וּבְנֹתֶיךָ נְתֻנִים לְעַם אַחֵר וְעֵינֶיךָ רֹאוֹת וְכָלוֹת אֲלֵיהֶם כָּל הַיּוֹם וְאֵין לְאֵל יָדֶךָ: האט מיין שווער געטייטשט די פסוק ווארט ביי ווארט, אז דער אויבערשטער וועט אוועקגעבן ענקערע זוהן און טעכטער פאר פרעמדע פעלקער און דו וועסט האפן און בענקען און גארנישט קענען טוהן, האט אויף דעם די זיידע ע”ה געזאגט אז עס גייט ארויף אויף שידוכים ווען מען דארף געבן די טעכטער פאר פרעמדע. האט מיין שווער געזאגט פאר מיין ווייב אז ער האט קיינמאל נישט פארשטאנען וואס איז די באדייט, עס איז דאך א גוטע זאך אז מען האט חתונה? יעצט אבער פארשטיי איך עס שוין זאגט ער, און מיט דעם האט ער אפגענדיגט די שמועס.
היינט האב איך שוין אוועקגעמופט פון דארט און איך בין לכאו' די איינציגסטע סוקסעס פון די משפחה.
הצלחה רבה, שמעי'