ס'דא צדדים לכאן ולכאן, דאס איז לכאורה זיכער אז ס'זענען פאראן עטליכע אימפאסטער'ס מיט בייזוויליגע כונות וואס וועלן פראבירן אינטערצוברענגן דעם נייעם מקום, צו ווייל ס'איז צו אפן לשיטתם, אדער פאר נקמה וכדו', אזוי אויך זענען דא אסאך וואס זענען נישט געמאכט פאר דעם פארום, זיי קענען זיין גאנץ גוטע טראכטער און שרייבער, אבער זיי זענען אוממעטשור און זענען עלול אראפצונידערן דעם ניווא מיט א שנעלן אימפעט ביודעין ובלא יודעין.
מצד שני זענען דא אסאך וואס קענען באמת צוגעבן צום פלאץ און עס מאכן מער קאלירפול מיט מער כאראקטער און א גרעסערע ספעקטרום פון דעות און טאלאנט און זיי זענען ווערד אריינצוקומען מיד ולדורות.
קיין פילטערינג סיסטעם איז דערווייל נאכנישט דא, תקנות המקום זענען נאך אין די ווינדלן און זאכן קענען גיין זויער גאנץ שנעל.
ס'קען אפשר זיין א מעגליכקייט צו מודיע זיין אז ווער ס'שיקט אריין א שיינעם שטיקל שרייבווערק צום דעזיגנירטן אימעיל אדרעס, און ס'וועט געפעלן די וואס האבן שטום רעכטן, וועלן ווערן אנגענומען. (די פסיכאלאגיע דערפון איז, אז איינער וואס האט אינוועסטירט אין שרייבן את שיינעם ארטיקל - וואס וועט פארעפנטליכט ווערן - וועט נישט אזוי שנעל מקלקל זיין, דאס איז באופן וואס דאס איז געווען זיין ציל מעיקרא).