ספרים און ביכער - בוך קלאב

אלע צוזאמען

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
24
רעאקציע ראטע
92
איך עפן עס דא, אבער אויב ס’באלאנגט נישט דא, זאל מען עס רוקן צו ווי עס געהערט.

איך עפן דא א שנירל וועגן אינטערסאנטע (און אויך אומ’אינטערסאנטע) ביכער וואס דער עולם דא ליינט, אלע חברים ווערן געבעטן ארויפצולייגן זייערע ביכער דא, זאלן אנדערע אויך הנאה האבן.
דאס איז א דאקומענטאציע וועגן די 6 טאג’יגע בליץ-קריג וואס מדינת ישראל האט געהאט איו 67', דער שרייבער איז שרעקליך לינק און שטארק פראו מוסלעמענער.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 20240812_210022.jpg
    20240812_210022.jpg
    1.4 MB · געזען: 34
גוטע געדאנק דעי שנירל @אלע צוזאמען
שוין לאנג געטראכט אזא זאך דארף צושטאנד קומען, אין די גוישע לייברעריס עקזיסטירט עס אויף א גרויסע פארנעם אבער ביי אונז אז מיר זיצן איבערגעבויגן אין בימד ביי א שיעור איינמאל א טאג מיינט נאך נישט אז ספעלט נישט אויס .

מילא, שכוח
 
זייער א שיינעם געדאנק.

און כדי צו מחזק זיין, וועל איך אנהייבן ארויף לייגן יעדע תקופה, די ביכל וואס איך ליין.

די תקופה האב איך אנגעהויבן צו ליינען, א ביסל וועגן די אידענטום אין מקור מחצבתינו - מדינת גאליציען.

דעם בוך - יהודי גליציה והחוקה האוסטרית, האט געשריבן פראפ' רחל מנקין (א אסיסטאנט-פרופעסאר פאר אידישע שטודיעס אין דער אוניווערסיטעט פון מערילאנד. וואס פארשט אויס די היסטאריע פון גאליציאנער אידן).

דער ספר איז א פארשונג וואס באהאנדלט און טראגט צו א טיפער פארשטאנד פון דער אידישער געשיכטע אין דעם 19'טן יאהר הונדערט, און ערמעגליכט צו פארשטיין די פראצעסן וואס די גאליציאנער אידן זענען דורכגעגאנגען אין א תקופה פון שנעלע געזעלשאפטליכע און פאליטישע ענדערונגען, וואס די נייע עסטרייכישע קאנסטיטוציע האט געברענגט און די לעבנס פון די אידן אין דעם געגנט.
  • אינטעגראציע אין דער פאליטיק: דער ספר באשרייבט ווי די גאליציאנער אידן, נאך דער נייער קאנסטיטוציע, וואס האט געגעבן פאר די אידן צום ערשטען מאל אין היסטארייע גלייכע בירגערליכע רעכט, האבן אנגעהויבן צו זיין אקטיוו אין דער עסטרייכישער פאליטיק. זיי האבן געגרינדעט פארשידענע ארגאניזאציעס, [צום ערשט די 'שומר ישראל' ארגעניזאציע וואס האבן געפירט די משכילים אין לעמבערג, און נאך וואס זיי האבן פראבירט איינפירן נייע זאכן א"וו א סעמינאר פאר רע-בנים, האבן די גדולי ישראל ובראשם די בעלז'ע רב הרה"ק ר' יהושע רוקח, און די קראקא'ווע רב הרה"ק ר' שמעון סופר זצ"ל, אויך געעפענט א ארגענזיציע די באקאנטע 'מחזיקי הדת' וואס איז געווען די ארטאדאקסישע ארגעניזאציע (וואס איז געווען די ערשטע רעליגיעזע ארגאניזאציע וואס האט גענוצט די רעליגיע פאר פאליטישע צילן]. און באטייליגט זיך אין וואלן און איינפלוסגעווען אויף די באשלוסן.
  • דער קאמף צווישן באוועגונגען: דער ספר אונטערזוכט אויך די שפאנינגען און די אינערליכע קאמפן צווישן די די צווי פארטייען שומר ישראל און מחזיקי הדת, וועגן דער פארם פון אינטעגראציע אין דער עסטרייכישער געזעלשאפט.
  • די באציהונג צווישן די אידן און די פאלאק'ן: דער ספר באטאנט די קאמפליצירטע באציהונג צווישן די אידן און די פולישע גוים אין גאליציע, און דעם איינפלוס פון דעם פוילישן נאציאנאלן קאמף אויף די אידן.
  • באנוץ פון די מאדערנע פאליטישע מעטהאדן: דער ספר ווייזט ווי די גאליציאנער אידן האבן אנגענומען די מאדערנע פאליטישע מעטהאדן פון דער תקופה, ווי וואלן און פאליטישע פארטייען, כדי צו פארדערן זייערע אינטערעסן.

פאר וועם איז דער ספר באשטימט?
  • פארשער פון אידישער געשיכטע: דער ספר איז א וויכטיגע מקור פאר פארשער פון אידישער געשיכטע, באזונדער די וואס באהאנדלען די געשיכטע פון די אידן אין מדינתינו מדינת גאליציען.
  • פארשער פון פאליטיק: דער ספר קען אינטערעסירן פארשער פון פאליטיק וואס זענען אינטערעסירט צו לערנען וועגן דער אנטוויקלונג פון די פאליטישע סיסטעמען אין דעם 19'טן יאהר הונדערט (די ערשטע יאהרן פון די מאדערנע - דעמאקראטישע פאליטיק).
  • ליינער וואס ווילן פארטיפן זייער וויסן וועגן אידישער געשיכטע: יעדער וואס וויל בעסער פארשטיין די אידישע געשיכטע, און דעם היסטארישן קאנטעקסט אין וועלכן פילע יידישע קהילות זענען אויפגעוואקסן, וועט געפונען גרויס אינטערעס אין דעם ספר.
 
בייגעלייגטע פיילס

  • 1724295526612.jpeg
    1724295526612.jpeg
    296.7 KB · געזען: 25
לעצט רעדאגירט:
די וועלט שטייט אויף ליבע (אינדוסטריס מאכן א מאיאנטיק מיט געלט אויף דעם נושא, צו ס׳איז מאוויס, צו ביכער וואס עצה׳ן וויאזוי זיך איינצוקויפן ליבשאפט א.א.וו. אלעס דרייט זיך ארום דעם אפילו קאַרס פארקויפט מען אפט מיט דעם צוזאג. מערסטנס ads מישן דאס אריין)

וואס פאסירט אבער ווען מ׳ווייסט ניטאמאל וואס מ׳זוכט? האסט נאכנישט טועם געווען אן אמת׳ע ליבשאפט און ווילסט עס געפינען, וויאזוי קען א מענטש טרעפן א זאך וואס ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי ס׳קוקט אויס?

אזא טיפע סוגיא איז עס, אז לויט גוגל זענען שוין רעקארדירט געווארן אן ערך פון הונדערט מיליאן לידער וועגן ליבע, יעדער פרובירט זיך עס אויס׳משל׳ען לויט זיין באגריף.

דערפאר אינטרעסירט מיר שטארק צו לערנען פון איינעם וואס ווייסט וואס זיי רעדן, און האבן באמת אדורכגעטון די נושא מיט פארשטאנד און טיפקייט און אויסגעפארשט און דערגרינטעוועט קראנטע ענטפערס

דאס ביכל: All About Love
פון: Bell Hooks
איז א קלאַסיק, וועלכע איז געווען די א-ב פאר פארשער ווי Brené Brown און אנדערע וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין די סוגיא פון connection

איך בין אביסל קארג, ממילא אנשטאט צו קויפן די Audiobook (ווייל ליינען איז מיר נישט גרינג צו קאנצענטרירן) האב איך געטראפן אויף יוטוב אן אומזיסטע audio (ס׳דא עטליכע ליינערס עוועילעבל אבער איך האב ליב די בריטישע אקצענט פון דעי געוויסע)

איין זאך וואס האט מיר שטארק געכאפט איז וויאזוי זי איז מחלק צווישן געטריישאפט און ליבשאפט.

View: https://youtu.be/aQGtmpUr398?si=HP3MBKzrhaSq2mls
 
חברה ס'קומט א לאנגע יום טוב, מ'גייט נישט קענען לייענען קרעמל פאר זעקס פון די ניין טעג יום טוב, קומטס אריין מיט גוטע רעקאמאנדאציעס, אז ס'זאל גענוג צייט עס צו באשטעלן און ס'זאל נאך אנקומען פאר יום טוב.

די אשכול וואלט שוין געדארפט זיין סאך פילער, קרעמל באשטייט דאך פון זייער קלוגע געלערנטע חברה.

איך האב באשטעלט לעצטנס א ביכל וואס איינער האט מיר רעקאמאנדירט איך האב עס נאכנישט געלייענט אבער יענער זאגט אז ס'איז גוט, ס'איז איבער א זשורנאליסט וואס איז געווען דעפרעסט און ער האט דעסיידעד אז ער גייט נאכגיין די שורש פון מענטל פראבלעמען, אלס א זשורנאליסט אויס, נישט אלס פראפעסאר, סאו ס'דארף צו זיין אינטערסאנט ווייל ס'איז געשריבן לייכט, נישט ווי א פראפעשענעל ביכל.

איך קען נישט געבן מער פרטים ווייל איך האב עס נאך נישט געלייענט, אפשר נאכן לייענען וועל איך קומען איבערגעבן א שטיקל באריכט.

ס'הייסט Lost Connections פון Johann Hari

דא האט איר א לינק עס צו קויפן אויף אמאזאן

https://www.amazon.com/dp/163286830X?ref=ppx_yo2ov_dt_b_fed_asin_title
 
פאר דער וואס האט עס נאכנישט געליינט וואלט איך רעקאמענדירט 'כל הנחלים הולכים אל הים' (All Rivers Run to the Sea) פון אלי וויזל, א מעמואר.

א מלחמה איבערלעבער און גאר באקאנטע דענקער און שרייבער איז ער געווען. ווי אויך א נאבעל־פיהס-פרייז געווינער.

דאס איז גאנץ כשר פאר איינער וואס איז נישט באקוועם אהיימצוקומען מיט דירעקט קאנטראווערסיעלע ביכער.

א ספעציעל געלונגענע און טיפע שרייבער.

דיסקלעעמער:
איך בין א נוגע בדבר, נעמענדיג אין אכט ער איז א שטיקל תלמיד מיינס. (ליינט דאס בוך וועט איר פארשטיין. איך וויל נישט געבן קיין ספוילערס.)
 
די וועלט שטייט אויף ליבע (אינדוסטריס מאכן א מאיאנטיק מיט געלט אויף דעם נושא, צו ס׳איז מאוויס, צו ביכער וואס עצה׳ן וויאזוי זיך איינצוקויפן ליבשאפט א.א.וו. אלעס דרייט זיך ארום דעם אפילו קאַרס פארקויפט מען אפט מיט דעם צוזאג. מערסטנס ads מישן דאס אריין)

וואס פאסירט אבער ווען מ׳ווייסט ניטאמאל וואס מ׳זוכט? האסט נאכנישט טועם געווען אן אמת׳ע ליבשאפט און ווילסט עס געפינען, וויאזוי קען א מענטש טרעפן א זאך וואס ער האט נישט קיין אהנונג וויאזוי ס׳קוקט אויס?

אזא טיפע סוגיא איז עס, אז לויט גוגל זענען שוין רעקארדירט געווארן אן ערך פון הונדערט מיליאן לידער וועגן ליבע, יעדער פרובירט זיך עס אויס׳משל׳ען לויט זיין באגריף.

דערפאר אינטרעסירט מיר שטארק צו לערנען פון איינעם וואס ווייסט וואס זיי רעדן, און האבן באמת אדורכגעטון די נושא מיט פארשטאנד און טיפקייט און אויסגעפארשט און דערגרינטעוועט קראנטע ענטפערס

דאס ביכל: All About Love
פון: Bell Hooks
איז א קלאַסיק, וועלכע איז געווען די א-ב פאר פארשער ווי Brené Brown און אנדערע וואס האבן זיך אריינגעלייגט אין די סוגיא פון connection

איך בין אביסל קארג, ממילא אנשטאט צו קויפן די Audiobook (ווייל ליינען איז מיר נישט גרינג צו קאנצענטרירן) האב איך געטראפן אויף יוטוב אן אומזיסטע audio (ס׳דא עטליכע ליינערס עוועילעבל אבער איך האב ליב די בריטישע אקצענט פון דעי געוויסע)

איין זאך וואס האט מיר שטארק געכאפט איז וויאזוי זי איז מחלק צווישן געטריישאפט און ליבשאפט.

View: https://youtu.be/aQGtmpUr398?si=HP3MBKzrhaSq2mls
Getting the love you want פון Harville Hendrix איך האב רילעטעד דערצו. און ווי אויך א גרויסער חלק פון אונזערע אהבה אחוה שלום ריעות שעורים זענען א ניצוץ פון דעם ביכעל
 
פאר דער וואס האט עס נאכנישט געליינט וואלט איך רעקאמענדירט 'כל הנחלים הולכים אל הים' (All Rivers Run to the Sea) פון אלי וויזל, א מעמואר.

א מלחמה איבערלעבער און גאר באקאנטע דענקער און שרייבער איז ער געווען. ווי אויך א נאבעל־פיהס-פרייז געווינער.

דאס איז גאנץ כשר פאר איינער וואס איז נישט באקוועם אהיימצוקומען מיט דירעקט קאנטראווערסיעלע ביכער.

א ספעציעל געלונגענע און טיפע שרייבער.

דיסקלעעמער:
איך בין א נוגע בדבר, נעמענדיג אין אכט ער איז א שטיקל תלמיד מיינס. (ליינט דאס בוך וועט איר פארשטיין. איך וויל נישט געבן קיין ספוילערס.)
פאר די וואס ווילן זיך מחבר זיין זיין צו שטארקע אמונה פשוטה זאל אויף זוכן דעם ביכל And Morning Has Come פון ר. ל. קליין R.L. Klein גראדע א היימישע פאבלעשינג אבער אן הערליכער שריפט.
 
פאר די זעלבע געלט קענען מען ליינען פון רביצין אסתר יונגרייז ע״ה וואס אפילו א secular מענטש האט מיר געזאגט אז זיי האבן זיך מחי׳ געווען דערמיט

Esther Jungreis - Wikipedia
 
פאר זעלבסט זעך מעך פעך יעך איז איינע פון מיינע גוטע רעקאמאנדציעס
A Cup of Compfort פון עלען סיעל Alen Seel אן אינטערסאנטער ליקוט פון מעשות'לעך וואס האט געהויבן דעם מענשטהייט פון רילייזן אז דאס וועלט איז נישט אזוי פארדארבן ווי זיי האבן געמיינט.
און ווי אויך Feeling Good פון David Burns
ווי קען מען פארגעסן די פיהל דערמאנטע שווערע ביכעל Not Nice פון Aziz Gazipura
The Secretes of Underground Medicine פון Dr. Richard Gathousar

דאס זענען פשוט די לעצטע פאר וואס איך האב געליינט אנטשולדיגט אז דאס איז נישט פאר איין איינס געגליכען מער פונעם צווייטן. נישט שלעכט געוועזן קיין איינס. באירנג גוט אינפארמעטיוו טיף. אלע צוזאמען איז נישטא ביי קיינעם א יעדע איינע פון די מעלות זענען אויס געשפרייט צווישען די ליסטע.

פאר העברעאישע ליינער
נפש האדם פון ד"ר מרים אדהאן
 
פאר די זעלבע געלט קענען מען ליינען פון רביצין אסתר יונגרייז ע״ה וואס אפילו א secular מענטש האט מיר געזאגט אז זיי האבן זיך מחי׳ געווען דערמיט

Esther Jungreis - Wikipedia
א סיגוטער פון אינדערהיים צוזאמען מיטן רבין זיכיסעיגןלינו געראטעוועט געווארן מיטן קאסטענער באן. א נעאלאג, אן אינטערסאנטער צוזאמ-שטעל.
 
פאר די זעלבע געלט קענען מען ליינען פון רביצין אסתר יונגרייז ע״ה וואס אפילו א secular מענטש האט מיר געזאגט אז זיי האבן זיך מחי׳ געווען דערמיט

Esther Jungreis - Wikipedia
אין מיין לייקינג איז נישט געווען דעם תוכן פונעם ביכעל. זי האט סתם געשריבן א ביכעל ווייל זי האט א גוטן פעדער. און דערפאר זאג איך עס איז אן הערליכער שריפט. רעביצען יונגרייז האב איך פשוט נישט געליינט.
 
פאר דער וואס האט עס נאכנישט געליינט וואלט איך רעקאמענדירט 'כל הנחלים הולכים אל הים' (All Rivers Run to the Sea) פון אלי וויזל, א מעמואר.

א מלחמה איבערלעבער און גאר באקאנטע דענקער און שרייבער איז ער געווען. ווי אויך א נאבעל־פיהס-פרייז געווינער.

דאס איז גאנץ כשר פאר איינער וואס איז נישט באקוועם אהיימצוקומען מיט דירעקט קאנטראווערסיעלע ביכער.

א ספעציעל געלונגענע און טיפע שרייבער.

דיסקלעעמער:
איך בין א נוגע בדבר, נעמענדיג אין אכט ער איז א שטיקל תלמיד מיינס. (ליינט דאס בוך וועט איר פארשטיין. איך וויל נישט געבן קיין ספוילערס.)

אוואדי, אלי וויזעל איז דאך געוועהן פון שושני׳ס גרעסטע תלמידים. ער איז געוועהן א מוראדיגע אינטערעסאנטע פיגור, א אמתע דזשיניעס, א גאון און א חכם, וואס האט ממש אלעס געקענט און אלעס געדענקט.

דאכצעך, קיינער ווייסט נישט עד היום הזה, זיין עכטע נאמען, זיין Identity. און פון וואו ער שטאמט.

ס׳איז דא וואס האבן אנגענומען (בתוכם אלי וויזעל)
אז זיין ריכטיגער נאמען איז געוועהן הלל פערלמאן.
אבער ס׳איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן אויף הונדערט פראצענט.

איך וואלט אפשר געדארפט טאקע ליינען די בוך, אבער כ׳האב נישט די צייט.

די אינפארמאציע איז לויט ווי איך געדענק פון ליינען איבער אים מיט יאהרן צוריק. אדרבא, אויב מאך איך א טעות ביטע לאזט מיר וויסן, אויב איז עס נישט קיין גרויסע טרחא.

א דאנק
 
לעצט רעדאגירט:
האט שוין ווער געליינט דעם גיין פאראויס (בערך אזוי. איך דענק נישט דעם פונקטליכער נאמען) פון פעסקא פריעדמאן ?

דער ביכעל איז נישט אזוי אינטערסאנט אין סובסטאנץ, וואס איז אבער יא זייער מערקווירדיג. איר טאטע א רבי פון א געווירבעלטע חסידישע הויף, איינע פון די ביאלע רבי'ס אינדערהיים. און עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט די רבי'שע (נישט נישט אויס מיט רבנישע) התנהגות און ווירטשאפט. וויאזוי זי שילדערט אין די הלוך ילך פון יום יום. ווי אזוי א רבישע ווירבילדע הויף קוקט אויס.

איז דא דא איינער וואס ווייסט אביסעל ווי אזוי א ווירבילדע רבי'ש הויף שפרידעלט פון אייגענע עקספיריענס וועט עס מער זיין אינטערסאנט.

מאכט נישט קיין טעות איך רעד נישט פון קיין רעבעלע וואס איז ר' פארט טיים שמש (ווי גייט דער שפריך ווארט, מען קען נישט צו קומען צום רבי'ן, די שמש איז פארנומען מאכן די מקוה)

איך רעד פון הרב סארט רבי וואס אויף ח''ו אויב פארשלאפט ער זיין מנין, קומט ארויס מנשה גבאי מעלדן אז דער רבי זז''ג האט געהאט אן עמערזשענסי אסיפה, מען זאל נישט ווארטן.
 
ס׳איז לעצטנס ארויס א תחקיר (איך ווייס נישט ווי זאגט מען דאס אויף אידיש) אויף דעם מר שושני
איך געדנק נישט פונקטליך וואס איז געווען אבער א ס׳איז זייער שיין און אפאר חידושים געווען דארט
 
האט שוין ווער געליינט דעם גיין פאראויס (בערך אזוי. איך דענק נישט דעם פונקטליכער נאמען) פון פעסקא פריעדמאן ?

דער ביכעל איז נישט אזוי אינטערסאנט אין סובסטאנץ, וואס איז אבער יא זייער מערקווירדיג. איר טאטע א רבי פון א געווירבעלטע חסידישע הויף, איינע פון די ביאלע רבי'ס אינדערהיים. און עס איז מיר געווען זייער אינטערעסאנט די רבי'שע (נישט נישט אויס מיט רבנישע) התנהגות און ווירטשאפט. וויאזוי זי שילדערט אין די הלוך ילך פון יום יום. ווי אזוי א רבישע ווירבילדע הויף קוקט אויס.

איז דא דא איינער וואס ווייסט אביסעל ווי אזוי א ווירבילדע רבי'ש הויף שפרידעלט פון אייגענע עקספיריענס וועט עס מער זיין אינטערסאנט.

מאכט נישט קיין טעות איך רעד נישט פון קיין רעבעלע וואס איז ר' פארט טיים שמש (ווי גייט דער שפריך ווארט, מען קען נישט צו קומען צום רבי'ן, די שמש איז פארנומען מאכן די מקוה)

איך רעד פון הרב סארט רבי וואס אויף ח''ו אויב פארשלאפט ער זיין מנין, קומט ארויס מנשה גבאי מעלדן אז דער רבי זז''ג האט געהאט אן עמערזשענסי אסיפה, מען זאל נישט ווארטן.
פארוואס איך פרעיג ווארט פאר גוטע חומר פון אינסייד אזא שטוב מיט אינסייד אינפארמעישן. אי''ה היינט ביינאכט. איך גיי היינט דארפן האבן א ליל שמורים. ממילא וועלן מיר שרייבן דאס.
 
אוואדי, אלי וויזעל איז דאך געוועהן פון שושני׳ס גרעסטע תלמידים. ער איז געוועהן א מוראדיגע אינטערעסאנטע פיגור, א אמתע דזשיניעס, א גאון און א חכם, וואס האט ממש אלעס געקענט און אלעס געדענקט.

דאכצעך, קיינער ווייסט נישט עד היום הזה, זיין עכטע נאמען, זיין Identity. און פון וואו ער שטאמט.

ס׳איז דא וואס האבן אנגענומען (בתוכם אלי וויזעל)
אז זיין ריכטיגער נאמען איז געוועהן הלל פערלמאן.
אבער ס׳איז קיינמאל נישט באשטעטיגט געווארן אויף הונדערט פראצענט.

איך וואלט אפשר געדארפט טאקע ליינען די בוך, אבער כ׳האב נישט די צייט.

די אינפארמאציע איז לויט ווי איך געדענק פון ליינען איבער אים מיט יאהרן צוריק. אדרבא, אויב מאך איך א טעות ביטע לאזט מיר וויסן, אויב איז עס נישט קיין גרויסע טרחא.

א דאנק
געציילטע טעותים. איך וועל אי"ה מאריך זיין אין אנשי שם ווען איך האב מער צייט. (אדער אין שלום עליכם אשכול😉)

עוד חזון למועד.

אגב ס'איז אנגענומען היינט אז ער איז הלל פערלמאן, (און מיין פראפייל פיק איז איהם אלץ אינגערמאן.)

שכוח פאר די דברי הערצה...
 
Back
Top