קרעמל נייעס סטאנציע דורך @עין טובה

עין טובה

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 4, 2024
מעסעדזשעס
35
רעאקציע ראטע
174
קלארשטעלונג: די נייעס זענען סתם פאר לייכטע שמועסן, זיך צו אויסלופטערן און בארואיגן די געמיטער, אריינצוברענגען א לייכטן רוח ולהרבות שמחה ושלום בעולם.

די נייעס זענען אזוי fake news ווי אלע אנדערע נייעס קוועלער; ס'איז נישט ווערד לצור ע"פ צלוחית, און דעריבער איז עס אין שמייכל.

ביטע זייט נזהר בכבוד חברים, חלילה נישט וויי צוטון אנדערע.

אויך דארף קיינער נישט אריינקומען "פארענטפערן" עפעס וואס ווערט "באריכטעט" אין דעם שנירל, ווייל קושיא מעיקרא ליתא, והנדר מופר ומותר למפרע.
 
נייעס באריכטן, רעפארטס, פאליטיק און געפעכטן אין קרעמל.

@וואלווי איז אויף די לעצטע אכט און פערציג שעה און טיילט ערנסטע פסקים פאר'ן עולם.
ער בייזערט זיך אויף @מסתת הרים הרים.
קוועלער געבן איבער אז ווען וואלווי בייזערט זיך פליסן תגובות אין גרויסן.


פון אלע ווינקלען אין קרעמל קומען אריין באריכטן אז @הק' לייביש שרייבער האט ערפונדן אן אייגענעם סיסטעם צו מסדר זיין זיינע תגובות.


בנוגע דער ק"ש סאמאטוכע, סטראשעט @שמן למאור מיט'ן ארויפשטעלן שטיקלעך פון ק"ש בשם אומרם. שפעקולאציעס זענען אז מ'האלט שוין נאך דורן און תפילה, און ס'איז צייט פאר מלחמה.


@לאקאלער האט אויפגעדעקט שוידערליכע געפינסן אז מ'האט געמעקט זיינס א תגובה.
מיט גרויסע הפצרות האט מען אים שטיל געמאכט מיט א דיעל אונטער'ן טיש פון לא יחרץ געלט דורך ביטקוין. וחמת ה'קרעמל שככה
 
@לאקאלער האט אויפגעדעקט שוידערליכע געפינסן אז מ'האט געמעקט זיינס א תגובה.
מיט גרויסע הפצרות האט מען אים שטיל געמאכט מיט א דיעל אונטער'ן טיש פון לא יחרץ געלט דורך ביטקוין. וחמת ה'קרעמל שככה
לעצטענס גייען ארום סקעממערס און פרובירן ארויס צו דזשוסן ביטקאונס פונעם עולם גולם כ'האף אז דאס איז נישט א חלק דערפון..
 
קאנספיראציע טעאריקער קאנספירירן אז לייבוש שרייבער האט אנדעקט א מעטאדע וויאזוי צו נוצן עי.איי. זאל איהם שרייבן לאנגע מסודר'דיגע הודעות אין א לייכטע אידיש וואס איז צומאל שטעקן געבליבן מיט לשונות און גראמאטיק פונעם אלטן פארשטארבענעם יידיש.
 
@וואלווי איז אויף די לעצטע אכט און פערציג שעה און טיילט ערנסטע פסקים פאר'ן עולם.
ער בייזערט זיך אויף @מסתת הרים הרים.
קוועלער געבן איבער אז ווען וואלווי בייזערט זיך פליסן תגובות אין גרויסן.
@וואלווי איז אויף עקסטעסי! דעם קומען ר"ה גייט ער פארמישן דעם שטן כשמעלקע בשעתו.
 
איך שנדר דא ברבים על דעת רבים צו געבן חי פעמים מאל וויפיל ביטקוינס איך האב באקומען.

נאך אביסל שמועסט די גאנצע שטאט קראנט אז איך בין נתעשר געווארן, איי דידענט סיין אפ פאר דיס
 
נייעס באריכטן, רעפארטס, פאליטיק און געפעכטן אין קרעמל.

@וואלווי איז אויף די לעצטע אכט און פערציג שעה און טיילט ערנסטע פסקים פאר'ן עולם.
ער בייזערט זיך אויף @מסתת הרים הרים.
קוועלער געבן איבער אז ווען וואלווי בייזערט זיך פליסן תגובות אין גרויסן.


פון אלע ווינקלען אין קרעמל קומען אריין באריכטן אז @הק' לייביש שרייבער האט ערפונדן אן אייגענעם סיסטעם צו מסדר זיין זיינע תגובות.


בנוגע דער ק"ש סאמאטוכע, סטראשעט @שמן למאור מיט'ן ארויפשטעלן שטיקלעך פון ק"ש בשם אומרם. שפעקולאציעס זענען אז מ'האלט שוין נאך דורן און תפילה, און ס'איז צייט פאר מלחמה.


@לאקאלער האט אויפגעדעקט שוידערליכע געפינסן אז מ'האט געמעקט זיינס א תגובה.
מיט גרויסע הפצרות האט מען אים שטיל געמאכט מיט א דיעל אונטער'ן טיש פון לא יחרץ געלט דורך ביטקוין. וחמת ה'קרעמל שככה
העי! ס'פילט גוט צו זיין אין די נייעס..! 🎉
 
נאכדעם וואס @דער גאלדענער אדלער איז געווען פאר א שטיק צייט ביים אויבן אן מיט די מערסטע לייקס, שפילט זיך לעצטנס אפ א געראנגל ווען @שעפטאל פראבירט אים איבערצושטייגן מיט לייקס.
שעפטאל טענה'ט אז ער דארף דאס בכלל נישט; דער גאלדענער זאגט אז ס'גייט אים נישט אן, אבער פארשער שפעקולירן אז יעדער קען באשטיין צו האבן די מערסטע לייקס.

חסידישע נייעס:
מבית הרה"ג ר' @אלפא קומען שמועות אז דער רב אינטערעסירט זיך אין תכלת, און וועט עס אפשר טראגן בצנעה אזוי ווי וויענער רב.

ומתלמידי יותר מכולם: שמועסנדיג ביי א קופקע איבער'ן גדלות פונעם בית ישראל, האט רביה"ק ר' @אלעזר זי"ע נאכגעזאגט א ווארט בשם זיין תלמיד חבר הרב @שמן למאור.
די עלטערע חסידים באוואונדערן דאס עניוות פון רבי'ן נאכצוזאגן בשם תלמידיו, עפעס וואס מ'האט נישט געזען אין די יונגע יארן.
 
נאכדעם וואס @דער גאלדענער אדלער איז געווען פאר א שטיק צייט ביים אויבן אן מיט די מערסטע לייקס, שפילט זיך לעצטנס אפ א געראנגל ווען @שעפטאל פראבירט אים איבערצושטייגן מיט לייקס.
שעפטאל טענה'ט אז ער דארף דאס בכלל נישט; דער גאלדענער זאגט אז ס'גייט אים נישט אן, אבער פארשער שפעקולירן אז יעדער קען באשטיין צו האבן די מערסטע לייקס.
ווייסטאך כ'בין נישט קיין כבוד מענטש😉 איך ברויך עס דען?? כ'טוה עס נאר ווייל... עהעם כבוד שמים ולכבוד בית אבא ולכבוד קרעמל. דא גיבט מען א ציה אריין מיט די נאז פאר צען סעקונדעס אזש ביז מ'הערט די מח דינערן און דערנאך געט מען עס אזא לאז ארויס מיט א נו! זאל שוין זיין
 
אלס קינד האב איך געהערט דאס ווערטל: איין פארפוילטע עפל אין זאַק, מאכט קליא דאס גאנצע פּאַק. היינט האב איך מורא געהאט אז די אנגענעמע אטמאספער דא ווערט חרוב פון איין פארפוילטע תגובה, אבער @שעפטאל האט מיר דערמאנט זיסע זכרונות פון מיינע קינדעריארן ווען מיין טייערע באבע האט אפילו פארפוילטע עפל און פלוימען געראטעוועט און געמאכט א פרוכט קיגל וואס מ׳האט זיך באלעקט די פינגער...

(דרך כלל האב איך שטארק ליב די טאלעראנץ דא, נאר היינט האב איך זיך געזארגט אז ס׳איז אריבער די גרעניץ

ווי די באקאנטע ווארט:
Unlimited tolerance will lead to the disappearance of tolerance. If we extend unlimited tolerance even to those who are intolerant, if we are not prepared to defend a tolerant society against the onslaught of the intolerant, then the tolerant will be destroyed, and tolerance with them
-Karl R. Popper
 
לעצט רעדאגירט:
אזעלכע סארט וויצן ווי ווינער רב שופלאד קענען נאר מענטשן איבער א געוויסע עידזש פארשטיין.

אזוי אויך דעם צונאמען חלה דעקל. מקורו וביאורו.

דור הולך ודור בא
פון וועלכע היתר רעדט מען דא?
 
אזעלכע סארט וויצן ווי ווינער רב שופלאד קענען נאר מענטשן איבער א געוויסע עידזש פארשטיין.

אזוי אויך דעם צונאמען חלה דעקל. מקורו וביאורו.

דור הולך ודור בא
שוין אמאל געהערט, און געוויסט פון דעם
אבער יעצט קען איך מיך נישט דערמאנען
אפשר דערמאנטסטו מיך?
 
Back
Top