לשון קדשי - כי תצא

לשון קדשי – כי תצא



דורך: סמך-מם



מ׳זאגט נאך פון צדיקים אז בעיקבתא דמשיחא וועט מען זיך דראפּעווען אויף די גראדע ווענט זיך צו קענען האלטן ביי אידישקייט.

שטעלט זיך די פראגע, הלמאי, אז מ׳קוקט צוריק אויף די שוועריקייטן פון די פריעדיגע דורות, אין די פארשידענע תקופות פון אונזער לאנגע היסטעראריע, זעהט מען פיל שווערע צושטאנדן פאר אידן.

מ׳האט זיך געקוילעט פאר די גריכן, פאר די שפאנישע אויסבאהאלטן, געשמד׳ט צו די פּאָלאַקן, געפאלן צו די סאוויטן , אפּגעפארן צום דייטש, אזש ס׳איז קוים שייך געווען א שבת צו היטן, די קינדער - תורה לערנען, צו דאווענען מיט מנין אדער בכלל, און ווער רעדט דען פון פּראווען אידישקייט בריש גלי.



פון דער אנדערער זייט האבן אזאנע צייטן און מעגליכקייטן ווי היינטצוטאגס, נעמליך, אזא חרדישער אנאטאמיע פון מוסדות׳ער, ישיבות, און הויפן - אז א איד ווייסט נישט וואס ערשט טועם צו זיין, נישט עקזיסטירט.

פאר א מינוט קען זיך דאכטן אז משיח איז שוין גאר געקומען, און יעדער קען קרוינען דערמיט זיין רעבין פון נאכן קריג.



אלנפאלס איז שווער, ווי קען דער צדיק זאגן אז מ׳וועט זיך דראפּעווען, ווען אידישקייט בליהט שטערקער ווי ווען אימער?



נאך איז שווער, מענין באותו ענין, וואס איז טאקע פשט אז דער אלמעכטיגער דערבאהרימט זיך נאכנישט אויף זיינע אומגליקליכע שאָף נאך אזויפיל יאר אין גלות.

מילא ביז פאַרן קריג, האט מען געקענט טייטלען מיט די פינגער, ״דאס זענען די אידן, דאס זענען די אידן וואס האבן מרחק געווען״. מ׳האט גרינג פארשטאנען און

געקענט אנווייזן וועלכע חטא קא גרים.



אבער היינטצוטאגס איז דאך ממש מרפסין איגרא. וואס האלט צוריק דעם געזאלבּטן פון אזא לעכטיגן דור. וויפיל נאך ווארעמע וויזנשיצע וואונדערבארע רחם׳ס איבער זכר בּונדל, דארף מען אפרעכטן, ביז דער בן דוד וועט דאס ענדליך דערהערן.



אין אזא דור ווי היינט קען מען זאגן - איז שווערער צו טוהן אן עבירה ווי א מצוה. די לבבות זענען חלל בקרבם.

סאיז פשוט נישט שייך. דער פאטענציאלער חוטא האט אזויפיל פראבלעמען און דורכגענג ביזן עבירה זעלבסט אז ער קומט בכלל נישט אהן דערצו. ערשטנס, האט ער צעהן אנדערע מענשטן מורא צו האבן ביפאר גאט, און דערצו א גאנצע געמיינדע וואס קרימט שוין מיטן נאז אויב ער נעמט נאר ארויס דעם סמארטפאון.

ער דארף נישט קיין נפיחה זאל אים דערמאנען וואס א זונה איז, זיין אפגעגאלטן קאפ, לאנגן פארוועלקטן אדער הערמאטיש צודריקטן בארדע, און אויסנאם שיעור פאות איז נאך מער היכר ווי די ציצית זעלבסט - פאר דעם לא תתורו. און ער טרעפט בכלל נישט קיין זונה, צום אנהייבן.



נישט נאר זוכט מער נישט דער איד זיך צו חברען מיטן גוי, נאר אפילו מיט ס׳רוב כלל ישראל, זוכט ער זיך נישט צו חבר׳ן. אפילו פון אן אויסדערוועלטער הייפעלע גוטע אידן נבחרים, זוכט מען זיך נאך ארויס דעם פרומען, בעסערער איד, צו דינען גאט אינאיינעם.

ס׳מעג זיין גאטפארכטיגע שטעט פיל מיט משפחות בישראל, פון די ראקאוועי׳ס, פלעטבוש, קיו גארדענס, בעווערלי היללס, ביז ג׳יבראלטור,

״ס׳איז נישט אונזערע מענשטן״ זאגט דער פרומער איד. ״חבר דיך נישט מיט דעם אינגל״. און ער חברט זיך אויך נישט מיטן טאטן.



אפילו אין וויליאמסבורג זעלבסט, א מאמע בישראל, ווי ס׳נישט פארהאן קיין איין שטריימלאזע טאטע אדער א שטיקל אויפגעדעקט לייב, איז דער אולטרע שבאולטרע הארדקאר ארטאדאקס נישט צופרידן, נאר מיט זיין שניט/קרייז.



א שפיצל נעמט נישט קיין פראנט, א פריזעט נעמט נישט קיין העט, א העט נעמט נישט קיין בענד, א בענד נעמט נישט קיין שייטל, א שייטל נעמט נישט קיין לאנגע שייטל, און א לאנגע שייטל – דאס נעמט קיינער נישט.



באו בני ירידה והעמידו על שתי רגלים – די שטרומפ אויף די צוויי פיס, און דער שייטל. דאס איז דער תקנה פון אונזער מוסד.





שטעלט זיך די מוראדיגע פראגע.

גאט, קוק אויף דיינע פרומע חרדישע אידן,

ווען האסטו דען געהאט אזאנע עהרליכע מענטשן ווי אין דעם דור, אויף אזא מאסשטאבליכע פארנעם? וואו זענען דען יונגע בחורים׳לעך אזוי ארומגעלאפן פרייטאג צונאכטסן פון איין רבי׳ס טיש צום צווייטן, זיך הייבן וואס העכער?

ווען האסטו דען פארמאגט אזאנע פארמרה׳טע זינד קרעכצער, שטענדיגע מכפרי עוון, לאנגלעבליכע שענא רבה זיצער, שפעטע הקפות שפרינגער, און דאס פלאטשיקסטע פון פאלק פארבויגן איבער בני יששכר׳ס?



אז גאט קען פאר זיי קיין משיח נישט ברענגן, דען פאר וועמען יא?



ובחדא מחתא דארף מען פרעגן, ווי אזוי איז טאקע מעגליך אז אט אין די נ׳ שערי טומאה צווישן די פעסטונג פון חקי תועבה, אין א דור יתום באין מנהיג, זאל מעגליך זיין אזא מדרגה אין עבודת השם - גאנץ אהן א פעלער.



א חסיד קוקט דאך נישט נביא, אבער אז מ׳קוקט דערין אריין. טרעפט מען זאצן וואס קענען עטוואס ערקלערן גאט׳ס צארן, כביכול.



דער אמת איז אז גאט האט פון די פרומע אידן גענוג געהאט שטענדיג.



גוט ווערן די פרומע ביישריבן אין די צייטן פון עמוס און ישעיהו וואו ער רופט זיי מיטן לשון ״קציני סדום״. די גוטע אידן האבן גוט געדינט גאט, מיט הויפענעס מצוות און עמערלעך מעשים טובים. געדאווענט, געלערנט, געפייערט און געאָפפערט - ניט ווי די אנדערע צעהן שבטים, וואס האבן זיך געביקט צו געטער און אפגעטוהן כל דבר אסור.



צו די גוטע רעדט ער, ווען ער זאגט



הָסֵר מֵעָלַי הֲמוֹן שִׁרֶיךָ וְזִמְרַת נְבָלֶיךָ לֹא אֶשְׁמָע. (עמוס ה)



חׇדְשֵׁיכֶ֤ם וּמֽוֹעֲדֵיכֶם֙ שָֽׂנְאָ֣ה נַפְשִׁ֔י הָי֥וּ עָלַ֖י לָטֹ֑רַח נִלְאֵ֖יתִי נְשֹֽׂא.

(ישעיהו א)



וויינט מיר נישט ביי נעילה, קלאפט אייך נישט פארטאגס די בריסטן, איך דארף נישט דיין ווייסע זאקן און לכה דודי, אשפיזו עלאה, פיקודא בתר דא, קרעפל פון א פשעטל, שיעור חזון איש, חצות קלאגעניש, שטייעדיגע תורה, זיצעדיגע תקיעות, ליגעדיגע אבר, אויב אן אנדערער שטיק תורה פעלט. א שטיק וואס הלל הזקן באצייכנט ווי ״כל התורה כולה״, עפעס נישט אזוי גלאנציג ווי דער אתרוג, גראבּ ווי דער גארטל, הייס ווי צניעות, פרום ווי קנאות, און אויסערליך ווי לבוש.



דא רעדט מען פון ארבעטן אויף זיך אליינס, נישט אויף א צווייטן. מ׳רעדט פון אויפגעבן פון זיך, לעבן פארן מאראל אינגאנצן, פאר גאט אינגאנצן. שוינט דעם אנדערן אין נויט. ״אז ס׳קומט דעם ארעמען געלט, געבט עס אים״ אשרו חמוץ. דאס לערן דיך. ס׳איז דא א יענער.

דו ביסט נישט דער צענטער פון רעליגיע, די זין דרייט זיך נישט ארום דיר, נאר פארקערט. זאכן זענען נישט פונקט ווי אזוי דו זעהסט עס, נאר אזוי ווי יעדער זעהט עס אויך. וואס זאגט יענער, נישט נאר דו.



דער פארפוילטער מענשט בטבעו, גלייכט זיך זייער, און דאס איז איין נסיון, די חטא הידוע, וואס אלע לעבעדיגע קענען שווער ביישטיין – דאס אייגענע מסירת נפש. דאס פארמינערן פון זיך כדאי צו מאכן פלאץ פאר א צווייטן. זיך עפענען צו די שקר פון פאלשע אמת. און אט דער ניסיון האלט משיח׳ן צוריק.



אלע צדקה און חסד, הצלה קאלס, רפואה, עבודת השם, זענען לשם ולתפארת, אבער גאט פרעגט איז דאס פאר מיר אדער פאר ענק? ווייל אז ס׳איז פאר מיר, פארוואס די שטן זעה איך אזויפיל אידישע רעליגיעס אין דעם איינעם קליינעם טריי סטעיט? פארוואס האלט יעדער זיין איינעם פאר קארעקט, און ס׳איבריגע בלא יתחתן. פארוואס איז דער לא שינו געווארן א שינו צווישן אידן אויך. פארוואס איז פון דעם מסורה געווארן א מצורע.

הצלה ראטעוועט אבער נעמט יענעם נישט אהן אין חדר, רופא חולים היילט, אבער נעמט איר נישט אהן אין שולע.



די רבני זבחכם - די לאנגע טישן פון צוקריגטע ברודער, מיוחסים אהן כהונה, די מער קאלירפולע רבנות׳ן ווי דעם ליבעראלן׳ס רעגנבויגן, זענען מיר א איבּל, נאום השם.



תִּבְטְחוּ לָכֶם אֶל דִּבְרֵי הַשֶּׁקֶר לֵאמֹר הֵיכַל יְהוָה הֵיכַל יְהוָה הֵיכַל יְהוָה הֵמָּה. (ירמיהו ז)



נישט מיך דינט איר מיט אזא טיילונג.



די האלאקאסט פארשטייער מטעם גאט מוטשען מיט די פראגע, ווי אזוי עס האבן אריינגעוואקט רב זעמבא זצ״ל מיט דעם פרייען פיאניסט, אין זעלבן גאזקאמער, האנט ביי האנט, ווען דער איז אן עהרליכער איד און דער…



וועל, גאט מאכט נישט דעם חילוק, גלייכט נישט דעם פילוג, און וויל ער מיר זאלן דאס אויך נישט מאכן.



״שטעל מיך נישט צו צו דיינע אינטערסן, נאר דיינע אינטערסן צו מיר״.



אבער דער דור האט מיט דעם איינעם ווירדע, דערקלערט צו גיין עד הסוף.



אויסגעלערנט האט ער דעם קינד איין וויכטיגן טפל - מסורה. אלץ איז מצורע און יעדער איז מצורע.



וואס דער מסורה איז, ווייסט מען נישט, נאר חלילה נישט רירן דערפון.

און דאס איז סבב והולך כגלגל החוזר, די ווינציגער עיקרים מ׳האט די מער דארף מען צום מסורה צוקומען, און די מער מסורה מ׳פאשעט, די ווייניגער ווייסט מען.



אזוי ווי מיט דעם, האט מען דעם רמבם׳ס דרך הממוצע פארגעסן, אזוי אויך האט מען זיך מיט אלעמען עקסטרעמירט.



ווי א טאג, ווערט מען מער שעפעריש, מיט עקסטרעמע אויפפירונגען און צוימונגען, אויף א א אידישקייט וואס איז שוין אזוי אויך נישט צום דערקענען.



נישט גענוג אז מ׳עסט נאר אידישע שחיטה, און בלויז נירבאטור, עסט מען אויך נישט אהן א הוט, אדער אין פובליק, צו מיטן ווייב.



נישט גענוג אז מ׳שלאפט נאר מיט איין פרוי, נאך קידושין, און גערייניגט, שלאפט מען נאר איין וועג, נאך איין באגעגעניש, און איין מאל.



נישט גענוג אז מ׳גייט לאנגע פיאות און וואלענע ציצית, טוט מען אהן נאכטהעמד, הוט אין רעקל און נאר א שווארצע וועלוועט קאפל, תחת השמש.



און נישט גענוג וואס מ׳איז מחנך בנות אשר לא שערו אבותינו בכלל, איזדיקעוועט מען זיך אויף פעוטות מיט טאליבאנער מנהגי אמורי און תקנות וואס וואלטן תנאים פארשעהמט.



די גמרא זאגט אויף אידישע מיידלעך,

באותה שעה בכה רבי ישמעאל ואמר: בנות ישראל נאות הן, אלא שהעניות מנוולתן. זיי קענען ווען שיין זיין פאר אפאר דאלער, זאגט רבי ישמעאל.

ווייניג האט ער געוויסט אז ס׳וועט קומען א טאג ווען די טעכטער וועלן זיך בידיים מתנוול זיין.



אדער קען מען דרשענען עניות כסף ועניות דעת בבנין אב ואם.



וכשמת רבי ישמעאל היו בנות ישראל נושאות קינה ואומרות: בנות ישראל אל רבי ישמעאל בכינה.



דעם גאנצן מושג פון מסורה, א שמחה טראופּ פון בעלי דרשנים, האט מען גענומען צו אן עקסטרעם.

מ׳קען זיך נישט טוישן, קיין קוצו פונעם צוגעלייגטן קוצו, ווייל דעם אידישקייט זעלבסט דינט מען, אפגעזעהן צו גאט איז דערינען.



מ׳זאגט פאר רוב אידישע קינדער ״דו ביסט נישט אונזער שניט״. ״דו באלענגסט נישט דא״ ״איך באלאנג נישט דארט״. די אידן זענען זיך געווארן אייגענע שונאים רח״ל. איין איד שטערט דעם צווייטן׳ס אידישקייט.



יארן האבן צדיקים זיך געקריגט צו דעמאקראטיע איז א חורבן פאר אידישקייט אדער נישט. א לאנגע צייט האב איך געקלערט, וואספארא פראגע איז דאס. זיכער אראפנעמען א פרעמדן יאך, און נאר גאט זאל אויף מיר געוועלטיקן.

אבער איך זעה שוין היינט איין אז ס׳נישט פשוט.



ווי נאר מ׳האט די אידן אויפגעהערט שלאגן האבן זיי זיך גענומען שלאגן צווישן זיך. א איד ליידט היינט מער פון זיין אייגענעם ״שניט״ ווי פונעם קריסט. מ׳לאזט אים זיך נישט אונטערטעניגן אונטער גאט סייווי, נאר אונטער פארשידענע געטער מלובש בכתר מלכות.



דער ארגינעלער חורבן - בעוון שנאת חנם, איז בעיקר געווען א פאליטשער שנאה. מען איז נישט געווען פאראייניגט.

ווען די גמרא זאגט כל שלא נבנה כאילו נחרב בימיו, באציהט זיך עס ווארשיינליך צום זעלבן איינעם פראבלעם וואס מיר קענען נישט פטר׳ן טראץ דעם לאנגן גלות. דער איינער שנאת חינם, פרייע האס, האס וואס גאט בעהט נישט, וויל נישט, און זאגט ״נישט אין מיין נאמען״, איז דער טעכנישע סיבה וואס האלט צוריק כלל ישראל.



ס׳שטייט אז דעם יצרא דעבודה זרה (סנהדרין סד) האט מען דערהרג׳ט מיטן כח התורה (דובנאוו), דער חתם סופר זאגט (דרשות סוכות) מיטן תיקון התפילה, קלער איך צו ס׳איז נישט דארט שטעקן געבליבן דער עבודה זרה, אינעם תורה אדער תפילה רח״ל, מ׳דינט היינט די תורה אנשטאט גאט.

די אידן האבן שטענדיג געגליכן א קעלבל, א שלענגל, א בּעל, אן אשירה, נאר נישט גאט אליינס, פון אים חלש׳ט מען.



דער שטן איז נישט באנקראט. גוט גוט האט ער זיך דאסמאל אויסבעהאלטן אין גלות דאמעריקא. אונטער דעם שלייער פון ציוניזם, פרומקייט, מסורה, און קנאות, מאכט ער זיכער איין זאך, אז ווען א איד שטארבט ביים בארטן, אין פיינטליכע הענט, אויפן הייליג לאנד׳ס באדן, זאלן די פרומע אמעריקאנער אידן מיט די שיינע שטובער, לויפן אנפרעגן ביים רעבין׳ס שיטה, צו מ׳דארף דאס באוויינען צו נישט. ״וואס האט די רבי געטוהן?״



גאט געניצט און זאגט ״מוחל טובות״.



אט דאס האט דער צדיק געמיינט מיטן דראפעווען בעיקבתא דמשיחא.

אז דער גוי שלאגט מאכט עס אונז שטערקער. אז דער איד שלאגט, דארף מען זיך דראפעווען.



און מיט דעם איז אויך פארענטפערט די צווייטער קשיא, פארוואס און ווי אזוי ברענגט נישט גאט משיח׳ן צו אזא הערליכן דור,

ווייל ס׳האט אזא שרעקליכן צוריקהאלט נאכנישט עקזיסטירט. דאס איז דאך דער לעצטער עיקבתא אליינס. אפצוהאלטן משיח׳ן נאכן אלץ דורכגיין איז נאר מעגליך ווען דער איד סרוכעט פון קאפ ביז פיס, אין בו מתם.

ווען ער קלאפט עהרליך סלח לנו און טשעפעט ווי קיינמאל ביפאר.

ווען דער איד איז שוין אינגאנצן פארכאפט אין זיין אייגענעם מעטריקס.



גאט רעדט נישט צו די פרייע, די עשרת השבטים וואס האבן זיך שוין אומגעקערט ברודערליך צום הייליג לאנד און ווילן זיין א פאלק. ער רעדט צו די קליינקעפיגע רעליגיעס בארצות הברית ווען ער מוסר׳ט.



צו אונז רעדט ער ווען ער זאגט: איבל! ר׳ איד, איך האב פיינט דיין יום טוב, ענדערש ברענג נישט.



איך בין נישט קיין נביא און נישט קיין בן נביא. אבער אויסגעשריגן האב איך צו גאט מיט פּיין, פארוואס האסטו מיר דא אריינגעלייגט, איינגעשפארט און איינגעמיירעט, מיט א צוריקגעבליבן פאלק - עם הדומה למאָרמאן׳ס? וואו איך גיי און וואו איך שטיי זעה איך דוממע בעלי גאווה מיט לאנגע רעקלעך און ליידיגע קעפ וואס בויען מסודות פאר באגלייטן׳ס, לערנען תורה פאר א צווייטן, דאווענען - צו וועמען דען ווייסן, וואס טוה איך דא איינער אליינס.

און גאט האט מיר געפאדערט און גענפערט, גיי רעדט צו זיי מייין

קינד.



אל תבטחו לָכֶם אֶל דִּבְרֵי הַשֶּׁקֶר לֵאמֹר הֵיכַל יְהוָה הֵיכַל יְהוָה הֵיכַל יְהוָה הֵמָּה. (ירמיהו ז)



זאג זיי וואס איך זאג, זאג זיי אז איך קען זיי נישט דילדען, און טרעף מיר מיין פאלק, מיין עם חכם ונבון וואס זאל ענדליך פארשטיין אז אין סוף האט קיין אנהייב אויך נישט.



דינט דעם אין סוף, ברודער.



חִזְקוּ וְיַאֲמֵץ לְבַבְכֶם כָּל הַמְיַחֲלִים לַיהוָה.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • לשון קדשי – כי תצא 2.pdf
    736.6 KB · געזען: 13
שלום עליכם @סמך-מם

כ'האב נאכנישט געליינט דיין ארטיקל אבער די פאקט איז מיר פארמאגן שוין א סמך מם אויך דא אין קרעמל דאס אליינס איז גאר א חשוב'ע זאך.

שטעל דיך פאר אז גאט זאגט מיר ווען נעכטן איידער דו ביסט געווען א חלק פון אונז אז כ'טאר נישט עסן פונעם עץ הדעת, כ'וואלט אפילו נישט פארשטאנען וואס ער וויל פון מיר, נישט עסן און עסן דערפון וואלט געווען די זעלבע זאך די זעלבע מינינג, יעצט אבער אז מיר פארמאגן שוין דעם סמך מם און גאט ווארענט מיך האלאו, דו זאלסט דיך נישט דערוואגן צו עסן פונעם עץ הדעת און דער סמך מם זאגט דאנט ווארי קענסט רואיגערהייט עסן דערפון, פארמאג איך שוין כאטשיג א תאוה דערצו איך פארשטיי שוין.
Wow כ'האב מיך שוין לאנג נישט אזוי געפרייט צום סמך מם ווי היצטערט!!
 
שלום עליכם! כ'שווים נאך! אין לי מילים!!!
--

די ערשטע בלאט אויפן pdf איז אזוי:

לשון קדשי
כי תצא

דברים חוצבים להבות אש
הנאמרים מדי שבוע בשבוע ע“י
האי חסידא ופרישא ציס“ע סבא
טמיאה כ“ק סמך מ“ם שליט בהאי
יבשתא הדין יצ“ו

יו“ל ע“י מקורביו מבקשי השם​
 
איין ווארט WOW!
אזוי ליינענדיג טראכט איך אז קען זיין דאס האבן די צדיקים געמיינט ווען זיי האבן געזאגט "אז בעיקבתא דמשיחא וועט מען זיך דראפּעווען אויף די גראדע ווענט זיך צו קענען האלטן ביי אידישקייט" ווייל אז דער סמך מם שרייט שוין דאס, דאן הערשט טאקע א צומישעניש
 
Back
Top