טראמפ - העריס, דעבאטע אנאליז

אלפא

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
285
רעאקציע ראטע
1,465
אזויווי געזאגט, וויל איך אנאלאזירן דעם דעבאטע צווישן טראמפ און העריס.

View: https://www.youtube.com/watch?v=kRh6598RmHM


איך האב גראדע אנגעהויבן מיט א דעטאלירטע ארטיקל צונעמענדיג די ארגומענטן און אלעס ארום, למעשה איז עס צו לאנג און נישט אזוי אינטרעסאנט אנצוקוקן פון יענעם דיירעקציע, האט איך מחליט געווען צו גיין מער מיט מיין אייגענע אינסטינקטן לגבי דעם דעבאטע און ארויסברענגען מער דעם ארום און ארום דערפון, וויאזוי עס שפילט זיך אפ אין די קאנטעקסט ענדערש ווי די זאך אליין.

לייגענדיג די רעטאריק און פאקטן איבער פאליסיס אין א זייט, איז נאכאלץ דא צו א גרויסע פעלד אריינצונעמען אין באטראכט שרייבענדיג די שורות, מ'קען אנאלאזירן די דעת הקהל איבערן דעבאטע, מ'קען צונעמען די הונדערטע קאמענטארן פון עקספערטן, מ'קען שפעקילירן איבער די בייעס פון די מאדעראטארס און וויאזוי עס וואלט געקענט (אדער געדארפט) זיין אנדערש, א.א.וו.

וואס איז אבער די פראגע פאר מיר – אלס לינקע, קענענדיג טראמפ נישט פון היינט, וויאזוי האט קאמאלא העריס אויסגענומען אלס א נייע קאנדידאט און אלס איינער פון וועמען מ'האט געהערט רעלאטיוו ווייניג אין די לעצטע פאר יאר. און דאס איז מיין איך א נקודה מיט וואס רוב מענטשן זענען אריין צו דעם דעבאטע, וויאזוי גייט העריס זיך אהערשטעלן און וויאזוי גייט איר טראמפ צופיקסן?!

אין איין ווארט -פאר דער וואס האט נישט קיין נערוון פאר קיין לענגערע אנאליזן, זי האט אויסגענומען זייער גוט! און אפי' מ'קען זיך טענה'ן לגבי אסאך פאליסיס, פאקטן, און פרטים, איז אבער זיכער אז זי האט זיך פיין אהערגעשטעלט און ארויסגעברענגט א פאזיטיווע מעסעדזש פאר אירע שטיצער. טראמפ פון די אנדערע זייט – אלס איינער וואס מ'קען שוין, האט אויך גוט אויסגענומען כלפי די שאלות געוואנדן צו אים, אבער האט פארפעלט צו דערלאנגען די קלאפ פאר העריס וואס די רעפאבליקאנער האבן ארויסגעקוקט. ביים סאמע ענדע האט ער געהאט איין שטארקע ליניע, נעמליך, פארוואס העריס קען נישט שוין יעצט אויספירן אינעם ווייסן הויז דאס וואס זי פלאנט אזוי גראנדיעז, אבער ווען נאר עס וואלט געווען די צענטראלע ארגומענט זיינע פונעם אנהייב – וואלט ער בלי ספק געהאט דעם אויבערהאנט, משא"כ יעצט ווען ער האט דאס פארפעלט איז דאס היבש א פארלוסט צו זיין זייט.

און איך זאג נאכאמאל, עס איז דא אסאך ארומצושמועסן איבער די בייעס פון די מאדעראטארס, די פעקט טשעקינג, און די טשעפערייען אויף ביידע זייטן, ובכלל אויף די פרעזענטאציע פון העריס וואס לויט געוויסע איז געווען נישט אזוי פרעזידענטליך ווי אין דעבאטעס ביז היינט (אירע טשעפעס און פאקסן), איך מיין אבער אין די קאנטעקסט פון טראמפ זענען די נקודות ווייניגער וויכטיג, סיי ווייל אסאך סטאנדארטן און עקספעקטעישאנס האבן זיך געטוישט זינט זיין פאליטישע אנוועזענהייט, והעיקר, ווייל ער האט שוין געווינען מער אומיושר'דיגע אמפערייען אויב נאר איז ער בתקפו, וממילא דארף מען באלאנסירן די אלע אנעקדאטן און זיך מער קאנציטרירן אויף דעם ברייטערן בילד – לדעתי.


___________________


א נארמאלע דעבאטע באשטייט פון צוויי קעגנזייטיגע פאזיציעס וואו יעדער צד האט א געוויסע טענה (אדער בעד און כנגד איין טענה) און מ'שאצט די געווינס לויט די סובסטאנץ פון די ארגומענטן און די וועג וויאזוי עס איז אראפגעלייגט געווארן. אנדערש איז אזא דעבאטע, וואו די טענה'ריי איז מער אויף די מענטשן ווער עס איז מער פאסיג צו נעמען די שטעלע, און ווייניגער אויף די אקטועלע פאליסיס. נאך מער, נארמאלערהייט קומט אזא דעבאטע אפי' נישט איבערצוצייגן די קעגנער -אדער אפי' אינדיפענדענטס- צו זייער זייט, נאך וואס מענטשן האבן א גאנץ אנדערע פסיכאלאגישע מעסטער פאר וועמען זיי שטומען אין די בודקעס בדרך כלל. נאר וואס? אין די פריערדיגן פאל – מיט ביידן אויפן סטעידזש – איז עס געווען זייער א קלארע מחליט אז איינער פון זיי באלאנגט בכלל נישט דארט, וכך הוה. און אין געווענליכע אומשטענדן איז עס מער טאקע געמאכט זיך צו באקענען, פארענטפערן, און ארויסשטעלן די וויזיע פאראויס, וואס געבט עפעס מער סובסטאנץ פאר מענטשן וויאזוי זיי אנצוקוקן.

אין דעם זין, איז העריס בעצם אריין צו פארדינען זייער אסאך, ווייל בעת וואס די רעפאבליקאנער באשולדיגן איר אין אסאך פון די פראבלעמען וואס פלאגט די לאנד, און אז זי מיידט אויס צו געבן ענטפערס, און אז זי איז א שוואכלינג, איז זי באמת איינער וואס רוב מענטשן קענען נישט פון דער נאנט, זיכער נישט אויף די באזע פון אייגענע פירערשאפט, און איינמאל זי קען ארויסקומען מיט א גוטע אימעדזש פון זיך וואס זאל עכ"פ זיין בעסער ווי די ערווארטונגען, האט זי געווינען (דעם חלק). כלפי טראמפ איז יעדע זאך וואס זי זאגט ס"ה א באנוס, ווייל רוב זאכן זענען שוין ממילא הונדערטע מאל איבערגעקייט געווארן אין די מידיע ביז היינט, און אויב נאר איין טשעפע קלעבט, איז זי ווייטער אין א פלוס.

טראמפ פון די אנדערע זייט, האט נישט וואס צו פארדינען אויף דעם פראנט פון זיך אהערשטעלן, ווייל אנלעס ער קען זיך טראנספארמירן אינגאנצן (אזויווי שפעקילירט נאך די אטענטאט פראוו), איז ער שוין באקאנט אדורך און אדורך, און חוץ פון פראבירן ווי מער אראפצורייסן העריס און די דעמאקראטן זיי צו לייגן אין א שלעכטע ליכט האט ער נישט קיין סאך אויפצוטון אויפן סטעידזש.

דאס געבט אן אטאמאטישע אדווענטידזש פאר העריס אין אזא דעבאטע, און ווי געזען האט זי עס אויסגענוצט צום גוטן, בעת וואס טראמפ האט פארפעלט אין דעם חלק בכלליות.


_______________________


לגבי די מצב אין לאנד און פאליסי.

עס זענען דא פילצאליגע אישוס וואס קומען אריין אין חשבון פאר די וואלן אין אמעריקע. דריי פון זיי זענען אבער בלי ספק אויפן שפיץ פון די ליסטע. די עקאנאמיע – וויאזוי מענטשן פילן אין טאש. אימיגראציע, און עבארשאן.

אנצוהייבן מיט די גרינגסטע, עבארשאן. עס איז זיכער עפעס וואס די דעמאקראטן האבן by far, אין רוב פאולס איז קלאר אז פרויען זוכן זיך נישט די רעסטריקציעס וואס רעפאבליקאנער וואלטן געוואלט ארויפשטעלן – אפי' אויב מיינט דאס ס"ה לאזן לעגיסלאציע צו די שטאטן, און דאס איז טאקע עפעס וואס האט איר גוט געשפילט ביז יעצט אינעם קאמפיין און ביים דעבאטע זעלבסט.

עקאנאמיע פון די אנדערע זייט, איז עפעס וואס שפילט נישט גוט פאר דעמאקראטן, ווייל אפי' זיי קענען נוצן הויכגעשפריצטע ארגומענטן פון קאמפליצירטע דאטא און קאוויד אויסריידן, פילן למעשה רוב מענטשן אין טאש אן אנדערע רעאליטעט. און אין פאקט איז דאס געווען די ערשטע פראגע אינעם דעבאטע – געוואנדן צו העריס, און אנשטאט עס צו ענטפערן האט זי זיך פשוט ארויסגעדרייט מיטן ארויסלייגן א 'חלום'דיגע' וויזיע פאר אמעריקע און מיטן טענה'ן ווי נישט גוט טראמפ'ס פאליסיס זענען.

טראמפ וואלט ווען טעכניש געקענט גרינג באקומען די אויבערהאנט אין דעם חלק פונעם דעבאטע, אבער האט משום איזה סיבה מחליט געווען אריינצורוקן די אימיגראציע נושא אין דעם שמועס, און אנשטאט ארויסצוברענגען איר פעלער און אז זי קען עס נישט ענטפערן האט ער פארפעלט דעם געלעגענהייט.

זיי זענען דאן אריין אין מער א טעכנישע ארגומענט איבער טעקס און טאריפס, מיט טשעפערייענלעך דערצו, אבער עס האט ווייניג מעלה אדער מוריד געווען פאר ביידע פון זיי.

שפעטער איז ארויפגעקומען די דריטע נושא, די נושא פון אימיגראציע אליין, וואס ווי באקאנט איז העריס געווען באאויפטראגט מטעם די ביידן אדמינסטראציע צו האנדלען דערמיט – און איבעריג צו זאגן אז דאס איז דערווייל פארבליבן די שטערקסטע טענה פון רעפאבליקאנער אנקעגן די דעמאקראטישע פירערשאפט, העריס האט ווידער דערביי אויסגעמיטן פון ענטפערן די שאלה, און ארומגעדרייט די נושא צו דעם אז טראמפ האט בלאקירט די בילל אריבערצוגיין אין קאנגרעס, וואס האט געזאלט לייזן דעם פראבלעם.



און אזוי זענען ווייטער ארויפגעקומען נאך און נאך נושאים אויפן טיש, פון רוסלאנד ביז פרעקינג, און פון די מלחמה אין עזה ביז JAN 6 און די וואלן, אסאך קרישקעלעך קען מען צונעמען אין א יעדע טייל באזונדער. טשעפערייען און אינטרעסאנטע ליניעס האבן זיך געמאכט אפאר מאל, בפרט וויאזוי טראמפ האט גענומען געוויסע ליניעס פון העריס און אויסגעדרייט אנקעגן איר (א ביישפיל ווי דאס אז זי האט נישט קיין מענטשן ביי די ראליס), ווי אויך זענען די פריערדיגע נושאים כסדר נאכאמאל ארויפגעקומען צו אלס טשעפע צו אלס טענה. ואטו כי רוכלא..


_____________________________


ווען מ'קוקט אבער ברייטער, באמערקט מען אז העריס איז אריין צו דעם דעבאטע נאך שעות און טעג –אויב נישט וואכן- פון צוגרייטונגען, זי איז געווען קאנפידענט, און האט געהאט א וועג צו האנלען מיט יעדע פראגע אין איר דיירעקציע, א חלק פון די סטראטעגיע איז אפי' געווען וויאזוי שיינערהייט אוועקצומישן די נושא, אדער וויאזוי צו אטאקירן טראמפ אויף א וועג וואס זאל אים מאכן פאקוסן ערגעץ אנדערש. וכך הוה. בעת וואס טראמפ –זייענדיג בטבע מער ספאנטעניעס און א בעסערע דעבאטירער- האט זיך געהאט אסאך ווייניגער צוגערישט וויאזוי צו באהאנדלען די מצבים אויף א סטראטעגישן אופן, און איז רוב צייט פשוט צוריקגעגאנגען צו דייםן דעפאולט פון אטאקירן און טשעפענען, אדער צו זיינע באנוצטע סאונדבייטס – אן קיין געהעריגע פלאן דערביי. און איבערן דעבאטע בכלליות האט זיך עס זייער אנגעמערקט וויאזוי העריס האט געהאט גאנץ פיין קאנטראל איבער סיי די פראגעס אין איר דיירעקציע און סיי די טשעפערייען, ווי זי האט אלס אויסגענוצט סטראטעגיש צו איר פארדינסט, בו בזמן פון זיך האלטן אריסטאקראטיש געשטומט. משא"כ טראמפ וועלכע האט טאקע גוט געענטפערט אלס אן אינסטענט רעאקציע, האט אבער געפעלט זיין ברייטערע סטראטעגיע וויאזוי אויסצונעמען אין דעם דעבאטע.



במאמר המוסגר: ווען עס קומט צו מחליט זיין איבער א פרעזידענט, איז ביי מיר פערזענליך וויכטיגער איינער מיט אן אויסגערעכענטע פלאן און וויזיע אפי' עס פארהאנקערט זיך צומאל, וואס ווייזט אויף גוטע טיעם ווארק און אויסגערעכנטקייט. ענדערש ווי א ספאנטעניעס גאון וואס קען אולי גוט רעאגירן צום מאמענט, אבער פארפעלט כאראקטער, באזעצנקייט, און קאארדינאציע סקילס.



לגבי די מצב פון די דעמאקראטישן פארטיי בכלל און העריס'ס יעצטיגע פאזיציע בפרט, מיין איך אז עס איז מער קאמפליצירט ווי עס קוקט אויס, טראמפ האט אפי' אביסל געשפילט דערויף אינעם דעבאטע, אבער לדעתי איז עס באמת פאר איר טובה פאליטיש (אפי' ווען פאר די אימעדזש איז עס נישט גוט בכלל). דאס איז אז זי איז נישט אויף איין בלאט מיט ביידן – שוין פון אנפאנג פון זייער טערמין, זי האט לדעתי אנדערע אספיראציעס און וויזיעס ווי אים, שוין אפגערעדט אן אנדערע מהלך פון פירן א פארטיי. עס האט זיך כסדר אנגעזען אין איר אוועקשטיין פון מאמענטום ביז היינט, וואס דאס פארענטפערט באמת איר פאזיציע איבער געוויסע פעלערן אין די ביידן לעגעסי (אימיגראציע, עקאנאמיע) וואו זי קען יעצט נעמען די זאך פון פריש אין די האנט אריין. עס איז נאר עפעס וואס זי קען פארשטייט זיך נישט פראקלאמירן הויך, און דאס לייגט איר אריין אין נישט קיין גוטן פיקטשור בפרט ווען די רעפאבליקאנער ענדיגן נישט שפילן דערויף. אבער לאידך גיסא ווען מ'נעמט איר אלס אינדיווידואל – אזויווי ביי א פרעזענטאציע ווי דעם דעבאטע – האט זי שטארקע פאטענציאל אוועקצושטיין פון ביידן'ס פעלערס און ארויסברענגען א פרישע שיין.


__________________________


דאס איז עס פאר יעצט. אנטשולדיגט אויב עס איז אביסל צוווארפן און נישט אזוי מסודר, איך האב געשריבן בשעת'ן טראכטן, ווייל איך האב עס געוואלט זען ארויס.



יישר כח פארן ליינען.
 
א דאנק פאר דעם detailed רעפּארט.
איך בין נישט אין די פארייניגטע שטאַטן, ממילא איז מיר נישט וויכטיג יעצט עס דורכצוליינען אבער איך האב ליב אז דו האסט עס אויסגעשטעלט אין אן אופן ווי דו געבסט גלייך אין ״איין ווארט״ א קיצור׳דיגן אנאליז, ווייל פארט האב איך ליב אן אפדעיט פון וויאזוי זאכן פאָרן
 
פאר די וואס די עיקר פראבלעם וואס זיי האבן מיט טראמפ איז די פּאָטאָלאָגישע ליגענט האב איך דאָ צינויף געקראַצט א קורצע פּאָטאָלאָגישע ליסטע פון נעכטן נאכט אויף די קאנדידאט וואס די א''ג מאדערעיטארס האבן נישט געפילט פאר וויכטיג צו פעקט טשעקן.... וואטעווער דעט מיענס.

In fact, here are the 'top 5 lies' that ABC News moderators failed to fact-check via Collin Rugg:

1. Mandatory Firearm Buybacks:
Kamala Harris told Trump to "stop lying" about her wanting to confiscate firearms. Harris has previously stated multiple times that she wants to launch a mandatory buyback program.
The ABC moderators said nothing.
2. "Fine People" Hoax:
Kamala Harris claimed Trump called neo-N*zi's "very fine people." This hoax was debunked by Snopes but the ABC moderators let it slide.
The ABC moderators said nothing.
3. Post-Birth Abortion:
Trump claimed babies were 'k*lled' outside the womb in failed abortions. Under Tim Walz, babies born alive in botched abortions are allowed to be left to d*e.
Eight babies who survived abortions in Minnesota were abandoned and sadly perished under Walz.
The ABC moderators simply said Trump was lying and moved on without adding context.
4. Defund the Police:
Kamala Harris laughed when Trump said she wanted to defund the police. During a previous interview, Harris said having more cops on the street is "wrong."
She also supported taking police officers out of schools.
The ABC moderators said nothing.
5. Bloodbath Hoax:
Kamala Harris claimed Trump said there would be a bl**dbath if he is not elected, insinuating that his supporters would start k*lling people.
This is completely false. The comment was made during a rally where Trump said there would be a "bl**dbath" for the American auto industry if he is not elected.
The ABC moderators said nothing.
Top 5 lies that the ABC News moderators refused to fact-check or falsely fact-checked during the debate:

com/6aXznDnq7O
— Collin Rugg (@CollinRugg) September 11, 2024
 
שיינע קאנצענסוס..

View: https://www.youtube.com/watch?v=Xz8OOo8wztA


איך האב ספעציפיש הנאה פון די נייע טערם אז טראמפ האט געהאט א 'פארלוירענע געלעגענהייט - lost opportunity', אנשטאט די טראדיציאנאלע טערמין פלעין 'פארלוירן' (-דעם דעבאטע).
 
לעצט רעדאגירט:
ווי פול ליגענט איז געפלויגן איז שוין דיין אפיניאן, אבער דאס איז א פאקט וואס די גאנצע וועלט האט געזעהן, אז העריס האט נעכטן performed אן abortion אויף א בעבי אויף לייוו טעלעוויזשאן...

And she beat trump to getting away with murder on fifth avenue....:ROFLMAO:
 
א קליינע נקודה

איך קען מיך נישט פארמעסטן מיט אלפא סייווי...

די שאלה איז וואס מיינט פארלוירן און געווינען א דעבאטע

צו קענען וויסן ווער ס'האט געווינען דארף מען וויסן וואס איז די ציהל פון די דעבאטע

ס'איז נישט קיין טיווי שאו ווער ס'קען בעסער רעדן, ס'איז א דעבאטע צו ווייזן ווער ס'איז בעסער פארן לאנד

בעיקר איז עס א חלק פון די ציהל צו געווינען די עלעקשאנס, אויב טראמפ אדער העריס רוקט עפעס אריין אין די קאפ פון די וואס וואטשן עס און לכבוד דעם געווינט יענער די עלעקשאנס, קומט אויס אז טעקניקלי האט יענער געווינען די דעבאטע, נישט דער וואס איז די אפיציעלע געווינער אין די מידיא.

די קעפלעך פון געוויסע גרויסע צייטונגען נאך די דעבאטע איז געווען אז העריס האט געווינען די דעבאטע אבער די אינדעפענדענטס זענען נישט קאנווינסד צו וואוטן פאר איר.

איך קוק עס אן אזוי, אסאך וויילער האבן געווארט צו הערן עפעס סובסטאנס פון העריס, זיי האבן געוואלט הערן וואס אירע פלענער זענען פאר די נענקסטע פיר יאר איז, וואס טראמפ פלענער זענען ווייסט מען שוין, ווייל מ'קען אים שוין פון די לעצטע אכט יאר, און ער הערט נישט אויף צו רעדן, פון העריס הערט מען כמעט נישט, דעטאלירטע פלענער זיכער נישט, איר וועבזייטל האט ארויפגעלייגט איר אזשענדא ממש עטליכע טעג פאר די דעבאטע, און שטיקער דערפון איז געקאפיט פון ביידען.

די מענטשן וואס האבן געווארט צו הערן פאלעסיס פון איר האבן כמעט גארנישט באקומען, קוים א ווארט וועגן 6 טויזנט דאלער פארן האבן א קינד און 25 טויזנט דאלער פאר ווען מ'קויפט א הויז, און דאס איז שוין געווען פון די איינציגסטע זאכן וואס זי האט גערעדט פארדעם, סאו ניטאמאל דאס האט זי מחדש געווען, מ'האט איר געפרעגט איבער איזרעיל האט זי געמאלן וואסער, ווייל זי האט נישט קיין פלאן לכאורה, אדער האט זי א פלאן וואס זי וויל דווקא אז מ'זאל עס נישט וויסן.

הגם טראמפ ווען מ'האט אים געדרוקט וועגן אבאמאקעיר איז ער אויך פיין סטאק געווארן.

סאו ס'קען זיין אז למעשה האט העריס נישט פארדינט פון די דעבאטע קיין סאך.

נאך א קליינע נקודה, טראמפ האט גערעדט פון די קעץ, מענטשן זענען ביזי אז טראמפ רעדט פאר פייער און פאר וואסער, קיינער עסט נישט קיין קעץ, ער דרייט אן העיט וכו'

אבער ס'קען גאר זיין אז דאס האט ער געוואלט, ס'קען זיין אז ער האט געוואלט אויף עפעס א וועג זאל די גאנצע מידיא זיין ביזי מיט אימיגראנטן צו זיי עסן יא קעץ אדער נישט קעץ, למעשה רעדט יעדער פון אימיגראציע וואס דאס איז זיין שטערקסטע נושא, וואס ער האלט אז דאס גייט אים פירן צו א געווינס.

איך ביים קוקן די דעבאטע האב נישט געהאלטן אז העריס האט געווינען, ס'איז לכאורה ווייל איך בין בייעסד, כאטש אנערקען איך אין מיין בייעס...
 
גאר א שיינע הערליכע דעבאטע, יעצט גענדיגט צווישן טים וואלץ און דזשעי די ווענס.
דערמאנט אביסל וויאזוי פאליטישע דעבאטעס דארפן באמת אויסקוקן, און וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט בעפאר טראמפ האט אריינגעשטורעמט אין די פאליטישע וועלט.
ביידע האבן זייער פיין אויסגענומען, ווענס איז לכאורה געווען א חידוש וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט, נאך זיינע אלע סקאנדאלן די לעצטע שטיק צייט. וואלץ האט אנפאנג אויסגעזען אביסל אנגעצויגן און טייט, האט אבער למעשה זייער שיין און געשמאק גענטפערט, און געפירט זיינע פוינטס. ביידע קאנדידאטן האבן זיך דורכאויס די דעבאטע קאמפלימענטירט, און געווארפן נארמאלע מענטשליכע ווערטער איינער אויפן צווייטן. טראמפ און העריס זענען אבער נישט געווארן אפגעשוינט פון בייסיגע שטעכערייען.
סוף דעבאטע האבן די קאנדידאטן זיך געגעבן די הענט גאר ווארעם, אזוי אויך זייערע פרויען, זייער הארציג און מענטשליך. ווי איינער אויף אייוועלט האט געשריבן (אין א דעבאטע ווער ס'האט געווינען די דעבאטע), 'אמעריקע האט געווינען', ס'האט אביסל צוריקגעברענט די נארמאלקייט אין פאליטיק.

יעצט וועלמיר ווארטן אויף אנאליזן פון די קארפן קעפ @אלפא וכו'...
 
גאר א שיינע הערליכע דעבאטע, יעצט גענדיגט צווישן טים וואלץ און דזשעי די ווענס.
דערמאנט אביסל וויאזוי פאליטישע דעבאטעס דארפן באמת אויסקוקן, און וויאזוי ס'האט אויסגעקוקט בעפאר טראמפ האט אריינגעשטורעמט אין די פאליטישע וועלט.
ביידע האבן זייער פיין אויסגענומען, ווענס איז לכאורה געווען א חידוש וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט, נאך זיינע אלע סקאנדאלן די לעצטע שטיק צייט. וואלץ האט אנפאנג אויסגעזען אביסל אנגעצויגן און טייט, האט אבער למעשה זייער שיין און געשמאק גענטפערט, און געפירט זיינע פוינטס. ביידע קאנדידאטן האבן זיך דורכאויס די דעבאטע קאמפלימענטירט, און געווארפן נארמאלע מענטשליכע ווערטער איינער אויפן צווייטן. טראמפ און העריס זענען אבער נישט געווארן אפגעשוינט פון בייסיגע שטעכערייען.
סוף דעבאטע האבן די קאנדידאטן זיך געגעבן די הענט גאר ווארעם, אזוי אויך זייערע פרויען, זייער הארציג און מענטשליך. ווי איינער אויף אייוועלט האט געשריבן (אין א דעבאטע ווער ס'האט געווינען די דעבאטע), 'אמעריקע האט געווינען', ס'האט אביסל צוריקגעברענט די נארמאלקייט אין פאליטיק.

יעצט וועלמיר ווארטן אויף אנאליזן פון די קארפן קעפ @אלפא וכו'...
אמת'ע אבסערוועישאן.

ביידע האבן מצליח געווען איבער זייער פאטענציאלע שוואכקייט. ווענס איז א דורך געקומען ווי א ליטיגעישאן אטארני און דאך סימפאטיש. וואלז מיט זיין שוואכערע דיבעיט סקילס, דאך איז זיין מעסעדזש זייער קלאר דורך געקומען.

מ'טאר נישט פארלירן האפענונג, אמעריקא.
 
איך האב נישט אויסגעהערט דעם דעבאטע, פון וואס איך האב אבער געהערט איז עס לערך א 60/40 געווינס פאר ווענס - בעיקר ווייל ער איז איבערגעשטיגן די ערווארטונגען.
און איך קען נאר צולייגן אז אויב יוסי געשטעטנער איז מודה אז וואלץ האט בעסער אויסגענומען לגבי פאליסיס, איז לכאו' יש דברים בגו, הגם ווען עס קומט צו רעטאריק און ווער עס איז געווען בעסער צוגעגרייט און אהערגעשטעלט אויפן סטעידזש טענה'ט Wise Disciple אז עס איז אומצוויידייטיג ווענס.


דאס איז לקינוח:
View: https://www.youtube.com/watch?v=7E_WeuKkJ2s
 
Back
Top