אינטעגרעישאן

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
443
רעאקציע ראטע
2,824
שטייט אין ספרים הקדושים, גאנץ אלול איז הכנה צו ר"ה וואס איז אן הכנה צו עשרת ימי תשובה, הכנה צו יוה"כ, וואס איז אן הכנה צו סוכות וואס איז אן הכנה צו שמיני עצרת, צום הויכפונקט וואס איז די הייליגע ווערטער פון "אתה הראית לדעת כי הוי"ה הוא האלוקים אין עוד מלבדו".

אני לדודי, סליחות, בעהטן פאר א גוט יאר, שופר, מחילת עוונות, זמן שמחתנו, סוכה, לולב, אישפיזין, ס'איז אלעס הכנה צום ריינע אמונה ס'איז נאר דא איין זאך 'אין עוד מלבדו'!

ווי ריזיג און וויכטיג די הכנות זענען, איז די ציהל עפעס גאר שטיל און באשיידן, פּיס אוו מיינד, ס'נאר דא גאט.
-

סייקעדעליק'ס איז א מעכטיגע רפואה, חוץ פון פטור ווערן פון אזוי פיהל גארבידש, ווייזט עס פארן מענטש וואס איז טאקע דא אין אים, ס'העלפט אים פיינעלי זיך צוריק באמת ליב האבן אזוי ווי ער איז.

דאס איז אלץ אן הכנה צום גרעסטן רפואה, וואס איז ליבשאפט. (ליבשאפט צו און פון די ווייב און קינדער). אהבה היילט און שטארקט.

דאס איז אלץ אן הכנה צו קענען ארויסגיין אינעם וועלט אהן קיין מורא און טון וואס מ'האט צו טון פאר די באליבטע. (עולם חסד יבנה, ועל כל פשעים תכסה אהבה).
-

ביי געוויסע צייטן אינעם 'קאפ פונעם יאר' (-ר"ה) זעט מען זייער קלאר דעם גאנצן בילד. און ביים 'הארץ פונעם יאר' (-יוה"כ) פילט מען דעם בילד. שכל און רגש זענען גאר שטארק, ס'וויל זיך אמאל בלייבן ביי דעם א גאנץ יאר.
אבער די ציהל איז אריינברענגן דעם בילד אינעם עולם המעשה. אויסשטעלן העביט'ס צו ארויסברענגן דעם בילד דא אינעם עולם הגשמי ווי אונז וואוינען.

(חכמה בינה דעת זענען די 'שכליים', מ'ברענגט זיי אראפ אינעם פארעם פון 'רגשיים' אלץ חסד גבורה תפארת. אבער דאס איז נאר אן הכנה עס אראפ צו ברענגן צו נצח הוד יסוד וואס זענען 'מעשיים'.)

אינטערגרעישאן איז אריינברענגן דעם מעדעצין אינעם עולם המעשה. פרעקטיסען (איין בּעיבּי סטעפ אויפאמאל אינעם דיירעקציע פון) וואס מ'האט איינגעזעהן.

א 'געהיעלטער' איז א מענטש וואס פילט מער נישט קיין צער?!
פארקערט, א געהיעלטער איז א מענטש וואס באגראבט נישט זיינע הרגשים, און דערפאר פראסעסט ער זיי און קומט צוריק צום שלות הנפש.

א 'געהיעלטער' איז א מלאך אהן חסרונות און טעותים'?!
פארקערט, ער זעט זיינע חסרונות און טעותים, (ער איז אקעי מיט זיי) ער דיעלט מיט דעם צו האבן א בעסערע לעבן.
-

ס'איז דא פארשידענע מהלכים, ס'איז דא אזעלכע וואס טרינקן און ארבטען דערויף פאר זעקס חדשים בעפאר זיי טרינקן נאכאמאל. (ווי די אלטע חסידים וואס פלעגן הערן איין ווארט פונעם רבי'ן און גלייך דערנאך אוועק גיין ארבטן עס קונה צו זיין).

ס'איז דא שאמאן'ס וואס האלטן אז מ'דארף טראסטן דעם מעדעצין און טרינקן אסאך דעם ערשטן יאר ווי אזוי מ'שפירט און מ'וועט שוין גרינגער קענען אינטערגרעיטאן ווייל דעם מעדעצין העלפט אינטערגרעיטאן.

אבער כו"ע מודי אז די הייליגע אייוואסקא נעכט זענען נאר אן הכנה צום לעבן - און נישט דעם לעצטן סטאנציע.
-

די מעלה פון יעדע זאך איז אויך דעם חסרון דערפון.

דאס אז אלע הרגשים זענען אפן און מ'זעט אלעס וואס גייט פאר אינערווייניג. דאס אז מ'איז אביסל העכער פון צייט, און עגא, איז דאך א מעלה אז מ'קען זיך זייער גרינג אויסהיילען. מ'קען זייער גרינג אנקומען צו שלום מיט זיך אליין. מ'קען גרינג אפלאזן אלטע געוואוינהייטן, און אנהייבן פון פריש.

אבער בשעת דעם דשורני איז שווערער ארויסצוגיין אינעם עולם המעשה און קאמפיעטן פאר געלט.

ס'דא וואס זענען לאקי מ'איז אין א מצב אין לעבן וואס ערלויבט צו גיין אויף א דשורני פול פאָרס און זיין אביסל 'אינו מן הישוב' פאר א שטיק צייט.
אבער די ציהל איז סייווי נישט צו בלייבן דארט.

נאכן 'שטיק צייט', קומט מען צוריק שטארק און מ'בויעט אן אייגענעם לעבן, מ'טוהט וואס מ'וויל באמת.
--

כ'בין מכבד יעדעם אריינצוקומען מיט זייער עקספיריענס אין אינטערגרעישאן.
 
Back
Top