אין א זייטיגע נאטיץ בנוגע
@אלפא
איך האב עס געזאגט אין א ויכוח אין א אנדערע גרופ פון חברים ווי א אויסלענדישער האט געזאגט אז ער וואלט געגאנגען פאר העריס אדער ביידען, איך געדענק נישט ווען די שמועס איז געווען.
איך האב אים געזאגט אז נאך א מזל אויסלענדישע קענען נישט וואוטן, סאיז דא געוויסע זאכן וואס מענטשן וואס זענען נישט אויפן שטח שפירן עס נישט, אפילו מהאלט מיט אלע נייעס, סאיז די זעלבע נוגע אויף אונז ווען אונז רעגן וועגן די איזרעילי עלעקשאנס.
א קליינע משל, דו זאגסט אז אימיגראציע מאכט נישט אויס, איך פאר דורך גאר אפט די וועג צווישן וויליאמסבורג און בארא פארק, אויפן וועג גאר נאנט צו וויליאמסבורג איז דא די לעצטע יאר צייט א פארפלייצונג פון הונדערטער אויב נישט טויזנטער אימיגראנטן, חברה אין וויליאמסבורג קאמפלעינען אז מ'שלעפט אראפ קייטלעך, מיין ברודער פלעגט לערנען אין א ישיבה וואס מדארף דארט דורכגיין אויב מגייט צופיס.
יעצט מ'קען דן זיין צו זיי זענען איוול, צו ס'מאכט זיך אמאל אמאל א פארפוילטע עפל אזוי ווי אין יעדע קאמיוניטי, מקען דן זיין אז למעשה אנטלויפן זיי פון שרעקעדיגע פלעצער.
אבער קום מיר נישט זאגן אז ס'איז נישט נוגע אויף א פערסאנעל לעוול וכו' ווען סאיז א זאך וואס מ'זעהט מיט די אויגן פאר די אייגענע נאז.
דאס אז מענטשן שפירן זיך נישט זיכער אדער שפירן זיך יא זיכער ווען זיי גייען ערגעץ אין די פרעמד, צו מ'שפירט אנטיסעמיטיזם וכו' איז א זאך וואס איז שווער צו זעהן אויף טשארטס און צו הערן אין די נייעס, געווענטלעך די וואס זענען דארט שפירן די סענטימענט.
דו ביסט נאך אלס בארעכטיגט צו זאגן וואס דו האלסט אזוי ווי איך בין בארעכטיגט, אבער קוק סאום האו איז רוב וואוטס דא פאר טראמפ, און דא איז נישט אייוועלט, און פון די 5 וואוטס וואס איז יא דא פאר העריס איז כאטש איינס פון א אויסלענדישער.