learn english

חוקר ודורש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 16, 2024
מעסעדזשעס
416
רעאקציע ראטע
983
איך וויל לערנען ענגליש
ווייסט איינער אויף א גוטן פאדקאסט / וועבזייטל / אפפ, וואס מ׳קען לערנען דארט ענגליש?

איך בין א איזרעאלי, וואס קען א ביסל ענגליש - דאס מיינט איך פארשטיי א ביסל, איך בין נישט קיין גאנצע מינהארעטץ, אבער דאך איז דאס אפי׳ נישט ווי א חסידישע ב״פ בחור קען…
 
איך לערן מיר טשייניז גראדע אויף Doulingo. עס נעמט נאר זייער לאנג אנצוקומען צו א סעטיספעקטארי שטאפל, ווי אויך קען מען למעשה נישט פראקטיצירן און נוצן די שפראך בפועל - וועלכע איז נארמאלעהייט די בעסטע וועג צו קענען.

איך האב מיר געלערנט ענגליש אלס בחור כמעט פון גראונד-זערא, און אויסהערן שיעורים/פאדקאסטס אויף ענגליש האט מיר אסאך געהאלפן זיך איינצוגעוואוינען מיט די וואקאבולאר (Headlines Halacha Hotline איז געווען א שטארקע ארטיקל ביי מיר געדענק איך). ליינען איז זייער וויכטיג און עס איז נישט קיין חסרון נאכצוקוקן יעדע צווייטע ווארט אין א דיקשאנערי, פארשטייט זיך אז ווען די ציל איז צו קענען די סובסטאנץ פונעם בוך וכדו' שנעלערהייט איז נישט אזוי גרינג דעמאלס זיך צו לערנען די שפראך - עס דארף ענדערש זיין א ציל פאר זיך.
און בעיקר האט מיר געהאלפן טעקסטן מענטשן אין ענגליש, וואו איך האב געהאט די שאנס צו באקומען כסדר'דיגע פאררעכטונגען (קריטיק בלע"ז)..

עלה והצלח
 
אז מען רעדט שוין, לאמיר זען צו איינער קען מיר העלפן.
איך פארשטיי ענגליש זייער גוט, איך הער אפילו אויס אקעדעמיק לעקטשורס אויף *2 אן קיין פראבלעם.
ווי איך האב א הארד טיים איז גרעמער, ווי למשל ווען צו נוצן talk or speak אאז״וו, אסאך מאל ווער איך סטאק אין וואקאלבעלערי, אבער עס איז נישט אז איך קען נישט די ווארט, עס איז מער אז עס ליגט מיר נישט אויפן צינג.
ועל כולם וואס שטערט מיר די מערסטע איז אז איך האב א געפערליכע עקסענט וואס איך ווייס נישט קיין שום מהלך פון פארבעסערן.
ווער עס האט אן עצה פאר סיי וועלכע פרט, וועל איך זייער עפרישיעיטען
 
עטליכע רעקאמענדאציעס פון מיין עקספיריענס:

אשכולות האט זייער גוטע און פראפעשענעל קורסעס אויף ענגליש פאר בחינם. פון בעיסיק גרעמער ביז ספאקען ענגליש און הכנה פאר פסיכאמעטרי.

אויב דו זוכסט צו פארברייטערן דיין וואקאבולאר טשעק אויס די WordUp אפפ. זייער געשמאק און בחינם (מיט א פרימיום אפציע).

אויב דו זוכסט צו פרעקטיסן למעשה סיי וועלכע שפראך טשעק אויס די Tandem אפפ. עס ערלויבט דיך צו טרעפן מענטשן פון איבעראל וואס לערנען אדער קענען די שפראך וואס דו לערנסט און לערנען צוזאמען. איינוועגס קענסטו זיך באקענען און מאכן פריינד פון איבער די גאנצע וועלט. עס איז בחינם (מיט א פרימיום אפציע).
 
לעצט רעדאגירט:
אשכולות האט זייער גוטע און פראפעשענעל קורסעס אויף ענגליש פאר בחינם. פון בעיסיק גרעמער ביז אנגלית מדוברת און הכנה פאר פסיכאמעטרי.

אויב דו זוכסט צו פארברייטערן דיין וואקעבעלערי טשעק אויס די WordUp אפפ. זייער געשמאק און בחינם
די פראבלעם פון אשכולות איז אז לערנען אויס די ענגלישע ענגליש (English UK), וואס משום מה איז עס נאך געבליבן די שפראך ווען מ׳לערנט ענגליש דא אין איזרעאל, און נישט די אמעריקאנע ענגליש (English US), וואס די אלע וואס גייען שפעטער לערנען programming צו ווילן אריין גיין אין ביזנעס ע"פ רוב דארפ'ן זיי לערן ווי אזוי מ'נוצט זיך מיט די אמעריקאנע ענגליש.
על אף בעצם נישט דא קיין גרויסע חילוקים האבער עס קען אסאך מאל צומישן
 
רעדנדיג פון ענגליש קורסעס: וויל איך פרעגן צו ס'איז פארהאן א קורס וועלכע איז מיוחד צו העלפן מיט'ן "אקצענט", ס'זענען דא אסאך אירע (אפילו פרויען) וואס קענען א פערפעקטן ענגליש אבער זייער אקצענט איז חסידיש, וויאזוי ערווערבט מען זיך א שיינעם געשליפענעם פראפעסיאנאלע אמעריקאנע (נישט דרום'דיגע) אקצענט?
 
אפשר ברויך מען פרעגן ישראל דוד ווייס פון נטורי קרתא....
 
אויב דו זוכסט צו פארברייטערן דיין וואקאבולאר טשעק אויס די WordUp אפפ. זייער געשמאק און בחינם (מיט א Pro אפציע).
Wordup האט עס, איך נוץ שוין די פרימיום ווערסיע באלד א יאר און ס'איז ווערט געווען יעדע פעני, יעדע ווארט טייטשט עס אריין אין די קאנטעקסט, און דו חזרסט איבער יעדע נייע ווארט אזוי פיל מאל ביז ס'גייט דיר אריין אין די ביינער, אויב האט עס אסאך טייטשן גייט עס דורך יעדע איינס, די חילוק פון ענליכע ווערטער, די עי איי שמועסן, וכו' וכו'
ווי איך האב א הארד טיים איז גרעמער, ווי למשל ווען צו נוצן talk or speak אאז״וו, אסאך מאל ווער איך סטאק אין וואקאלבעלערי, אבער עס איז נישט אז איך קען נישט די ווארט, עס איז מער אז עס ליגט מיר נישט אויפן צינג.
כמעט יעדער האט די פראבלעם, זאגט מען has אדער had?
Begin אדער start?
Hard אדער difficult?
can't אדער not able to? וכהנה וכהנה. די עיקר עצה איז ווי מער צו ליינען און חזר'ן, איין בוך וואס כ'האב לעצטנס געקויפט אויף Amazon ס'הייסט correct your English errors וואלט איך רעקאמענדירט.
ועל כולם וואס שטערט מיר די מערסטע איז אז איך האב א געפערליכע עקסענט וואס איך ווייס נישט קיין שום מהלך פון פארבעסערן.
וועגן די עקסענט איז דא א עפפ ELSASPEAK וואס דארף צו העלפן מיט דעם
 
אז מען רעדט שוין, לאמיר זען צו איינער קען מיר העלפן.
איך פארשטיי ענגליש זייער גוט, איך הער אפילו אויס אקעדעמיק לעקטשורס אויף *2 אן קיין פראבלעם.
ווי איך האב א הארד טיים איז גרעמער, ווי למשל ווען צו נוצן talk or speak אאז״וו, אסאך מאל ווער איך סטאק אין וואקאלבעלערי, אבער עס איז נישט אז איך קען נישט די ווארט, עס איז מער אז עס ליגט מיר נישט אויפן צינג.
View: https://youtu.be/F5ea6GC843g
 
Wordup האט עס, איך נוץ שוין די פרימיום ווערסיע באלד א יאר און ס'איז ווערט געווען יעדע פעני, יעדע ווארט טייטשט עס אריין אין די קאנטעקסט, און דו חזרסט איבער יעדע נייע ווארט אזוי פיל מאל ביז ס'גייט דיר אריין אין די ביינער, אויב האט עס אסאך טייטשן גייט עס דורך יעדע איינס, די חילוק פון ענליכע ווערטער, די עי איי שמועסן, וכו' וכו'

כמעט יעדער האט די פראבלעם, זאגט מען has אדער had?
Begin אדער start?
Hard אדער difficult?
can't אדער not able to? וכהנה וכהנה. די עיקר עצה איז ווי מער צו ליינען און חזר'ן, איין בוך וואס כ'האב לעצטנס געקויפט אויף Amazon ס'הייסט correct your English errors וואלט איך רעקאמענדירט.

וועגן די עקסענט איז דא א עפפ ELSASPEAK וואס דארף צו העלפן מיט דעם
איך מיין אז מען קען נישט לערנען (אוואדע קען מען אבער ס׳נישט פראקטיש און מען זעהט שטייטע פארשריט) קיין גרעמער.
די עצה איז אז ווי מער מען רעדט די שפראך אלץ מער כאפט מען אויף די גרעמער ווי א קליין קינד, וואס אן לערנען גרעמער אבער עווענטואל נאך אפאר יאר רעדן די שפראך קענען זיי גרעמער אן עס לערנען.
אזוי האב איך געהאט סיי ביי עברית און סיי יעצט אז ביי די ארבעט רעדט איך מיט מענטשן אויף ענגליש ווערט מיין גרעמער צוביסלאך בעסער.
 
Fluentalk
(845) 836-2355

זיי זענען אויסגעשטעלט פארן היימישע עולם, מען שמעוסט מיט א טיטשער אויפן פאון און ער פאררעכט דיינע טעותים וכדו'
 
Fluentalk
(845) 836-2355

זיי זענען אויסגעשטעלט פארן היימישע עולם, מען שמעוסט מיט א טיטשער אויפן פאון און ער פאררעכט דיינע טעותים וכדו'
ווי אזוי ארבעט די פראגרעם?
ווי פיל קאסט עס?
איך האב פראבירט נאכצוקיקן די וועבזייטל אין שטייט נישט קיין פרייזן.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top