מיין פלעט-טייער

ערפל

מאדעראטאר
סטעף מעמבער
זיך איינגעשריבן
אפר. 14, 2024
מעסעדזשעס
25
רעאקציע ראטע
223
זיץ איך יעצט סטאק מיט א פלעט-טייער ערגעצוואו אויפ'ן כדור הארץ, און נישט האבנדיג עפעס בעסער וואס צו טון, הייב איך אן באטראכטן די פארבייגייער.

דרייט זיך א וועלט, יעדער מיט זיינע אנגעלעגנהייטן, יעדער לעבט אין זיין באבל וואס ביי דער עק דערפון ענדיגט זיך רעאליטעט.

אט זע איך אן ערליכע מוסולמענער מאמע פארבייגיין מיט איר קליין אינגל. דאס אינגל קוקט זיך אום פארגאפט, און די מאמע איז אים מחנך אז ס'איז נישט שיין צו באטראכטן א סצענע פונדערנאנט.

אט שפאצירט אריבער א יונג פארפאלק מיט א הינטל. זייער שלום בית קוקט נישט אויס אמבעסטן, די ליבע האט שוין פון לאנג אויסגעוועפט, זי שלעפט א רענצל בשעת ער האלט דעם ליש.

א משפחה וואקט פארביי. דריי מיטל-יארגאנג אינדיאנער פרויען - אדער עפעס ענליך - מיט פיר קליינע בא'חנ'טע קינדערלעך וואס עס שרייט פון זיי כי הם זרע ברך השם. א שמייכל ליגט אויסגעגאסן אויף די עלטערע און א רואיגקייט אויף די יונגווארג. כ'פיל שטאלץ צו זיין א מענטש.

אט גייט פארביי אן אפריקאנער-אמעריקאנער אינגעלע מיט זיין בריפקעיס אויף די פלייצעס. ער קוקט אויס צו זיין ארום צען יאר אלט, און ס'איז מיר שווער אויפצוכאפן צי ער ווייסט פון ראסיזם צוזאגן. מיין הארץ זאגט מיר אז ער וואלט געקענט באשטיין נישט צו מאכן דעם וועג אליין. אויב נישט משפחה, דאן כאטש חברים.

א ווייסער אמעריקאנער גייט פארביי מיט א מיואש'דיגער מינע אויפ'ן געזיכט. ער קוקט אויס איבער די פערציג, און זיינע פנים שטריכן פארציילן אסאך. ער שפאנט אומעטיג, מיט עירפאדס אין די אויערן, ס'קוקט מיר אויס ווי ער האט שוין אויפגעהערט האפן אויף א בעסער לעבן.

און דאן האב איך אים אויך באמערקט. אן ערוואקסענער מאן וואס איז סטאק מיט א פלעט-טייער און קוקט אויף יעדן נאר נישט אויף זיך. און ער שרייבט נאך.

דו האסט א געלעגנהייט וואס קומט נישט אזוי אפט אונטער: נישטא וואס צו טון, קיינער לויפט נישט נאך, ביסט דא מיט זיך אליין פאר א באשטימטער צייט - נוץ עס אויס! כאפ א שמועס מיט זיך, אדער גאר א טיפע שטילקייט מיט זיך. טרעף זיך.

אקעי, חברים, כ'בין פארנומען געווארן. כ'דארף גיין. אויף ווידערזען א צווייט מאל.
 
וואו!!!
ביסט אייזן!!!
דרייט זיך א וועלט, יעדער מיט זיינע אנגעלעגנהייטן, יעדער לעבט אין זיין באבל וואס ביי דער עק דערפון ענדיגט זיך רעאליטעט.
ארויסגיין פונעם באבל איז אויך נישט גרינג, ווייל דאן דארף מען קרעיטן אן אייגענעם נייעם באבל. (מ'קען דאך נישט לעבן אינעם 'אין', און יעדע סדר און החלטה איז שוין בעצם א צמצום).
--

אבער אט די אלע מענטשן זענען נישט אינדרויסן פונעם קאר ביי די אנדערע זייט פונעם פענסטער, זיי זענען טיעף אין זיך אליין. פאר א סיבה באמערקן מיר זיי. זיי זענען דאך אונזערע געפילן און נטיות.

אונז האבן אין זיך דער ערליכער מוסלומענער בעלת מחנך.

דער חלק אין זיך וואס האט נישט קיין שלום בית מיט זיך אליין און קען זיך נישט אקאצעפטירן.

דער חלק וואס רעדט זיך איין איך בין דער זאך, שטאלץ צו זיין א באבובער.

דער חלק וואס שפירט 'לאונלי' אפי' ווען מ'איז ארום גענימען מיט משפחה און פריינט, כל שכן ווען מ'איז אליין פאר אפאר שעה.

דער חלק וואס איז שוין אלט, שוין אויפגעבן, פראבירט אויסצולעבן זיינע באשערטע טעג מיט שטילקייט און מיטן ליידן וואס ווייניגער.

דער חלק וואס באמערקט אז כ'בין אינעם באבל און האב מורא פון ארויסגיין. דער חלק וואס באמערקט אז כ'אבזאוויר יעדער מיט אלעס ארום אבי נישט צו זען זיך אליין!

איי רבונו של עולם פליז מאך סדר אינעם כעאס!
 
אה דו ביסט געווען דער שלימזל דארט סטאק אויפן קארנער...

אלע מינע מענטשן האסטו באמערקט, די אינדיאנער, און די מוסלמענער, אבער מיר מיט די שמוציגע טלית קטן האסטו נישט באמערקט...

שוין... ביי די נעקסטע פלעט טייער וועסטו בעסער קוקן...
 
אה דו ביסט געווען דער שלימזל דארט סטאק אויפן קארנער...

אלע מינע מענטשן האסטו באמערקט, די אינדיאנער, און די מוסלמענער, אבער מיר מיט די שמוציגע טלית קטן האסטו נישט באמערקט...

שוין... ביי די נעקסטע פלעט טייער וועסטו בעסער קוקן...
די ביסט דער מיטן שמיציגן טלית קטן
#גילוי
 
Back
Top