אלול! שמעלקע טוט תשובה

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
621
רעאקציע ראטע
2,719
שמעלקא טוט תשובה

שוין ווידער ליל ששי, דאס מיינט אז די הייליגע תיקונים גייען שוין ווידער אפגעראכטן ווערן.

שמעלקע (ווער ס'געדענקט נאך) שטייט איבערגעבויגן מיט זיין קאפ איבער'ן אכצן קווארטיגן טאפ, רצוא ושוב פונעם טאפ ביז'ן טיש אהין און צוריק און רעכט אפ אן עבודת הקודש. פון שיילן די מייערן ביז פארשניידן דעם איבערוואגיקע קאפ סעלערי, שניידן מאגערע סקוואש, גרינע קאלאראבי מיט סוויט פאטעיטאס, פעטרישקע ושאר ירקות. קניען און האלז ביינער ווי אויך עטליכע מארעך ביינער מיט אקסן וויידלעך. א הויפן טשיקן ביינער. זאלץ, פעפער מיט קנאבל. דאס צוצוגרייטן איז נישט פון די גרינגע ארבייט, ס'איז פון די עבודות הקשות שבמקדש.


שמעלקע געדענקט נאך גוט די גמ' ווי רב ספרא מחריך רישא און רבא מלח שיבוטא, ומצוה בו יותר מבשלוחו! אונזער טייערע שמעלקע איז נישט פון די דיינים אין שטאט אבער מס' זבחים ומנחות איז שגור על פיו, פון גאט'ס וועלט ברויך מען הנאה האבן. "אז ער האט עס באשאפן טאר מען נישט זיין א כפוי בטובתו", איז זיין שפריכווארט.


שמעלקע כאפט אן דעם גרויסן טאפ און פילט עס אן מיט וואסער, לייגט עם ארויף אויפן געז רעינדזש און מאכט זיכער ס'זאל באבלען. דערנאך הייבט ער אן מיט קניען ביינער, און אזוי האלטענדיג די ביינער אין די האנט קייקעלט עם אראפ טרערן פון זיינע אויגן, און רופט אויס אז די קניען ביינער זענען א תיקון פאר די עבירה פון צודעקן די קניען מיט קליידער וועלכע זענען פיר אינטשעס אונטער די קניען, גאט ב"ה האט דאך באשאפן די קניען אז מ'זאל הנאה האבן דערפון און מיר דעקן עס איבער כאילו מיר שעהמען זיך דערמיט?? כפוי בטובתו של הקב"ה. נאכ'ן ווידוי שליידערט ער עס אריין אין טאפ.

נעקסט מאכט שמעלקע תנופה מיט די האלז ביינער, די טשיקן גערגלעך, אויך מיט א ווידוי פאר'ן מקפיד זיין צוצודעקן די האלז ממש ביז אויבן ביז די גערגלן ועד בכלל. נו אז מ'טוהט שוין תשובה דאן פארוואס נישט תשובה טוהן אויף אלע אנדערע עבירות אויך, אריין מיט עטליכע בריסטן פלייש פאר'ן חטא פון פארדעקן די הוד יפיה די שדים נכונו ווי דער בעל הגדה מאלט עס אראפ. אקסן וויידלעך פארן זיך שעהמען מיט די אחורים ותוך ובית הצביטה און עס איבערדעקן מיט עטליכע שורות פון לאנגע לויזע קליידער.

קנאבל מיט צוויבעל פאר'ן זיך נישט שיין מאכן די בארדע נאר ענדערש זיך מוטשען און אריינדרייען די בארדע מיט קנאבל און באבי פינס. דיל בלעטער פארן אפשערן די שיינע האר פון די פרויען. אא"וו.

יעדן ליל ששי גייט אן דער עבודת הקודש, מיט איבערמידליכע כוחות, ספעציעל אין די אלול-תשרי חדשים ווען ס'הערשט א ענערגיע פון תשובה אין די לופטן, לייק ווי פאר די עקסטערע עבירות וואס ס'אדם דש בעקביו, ווי צום ביישפיל זיך נישט שמירן די אויגן אדער די נעגל און זיך צוריקהאלטן פון זאלבן דעם גוף מיט שמעקעדיגע פערפיום.


שמעלקע טענה'ט אז בכלל דאס זיך אזוי באהאלטן דעם גוף אין קליידער איז דאך באמת א בושה, דאס אידאך געווען א חלק פונעם עונש וואס איז געקומען דורכ'ן עץ הדעת, מיטאמאל האט זיך דער מענטש געטראפן נאקעט און זיך געשעהמט דערמיט, האט גאט געברויכט מאכן א כותנת עור און האט זיי אנגעקליידעט, אבער פרומער פון גאט ברויך מען דאך נישט זיין, טענה'ט שמעלקע, גאט האט געוויסט פונקטליך ווי ווייט זייער בושה גייט זיין און צו דעם זיי אנגעטוהן אז זיי זאלן זיך שוין נישט ברויכן מער שעהמען. א כותנת עור, א העמדעל פון לעדער, פשוט א שיינעם לעדערנעם העמד, נישט קיין לאנגע עוג מלך הבשן'דיגע סקוירטס מיט העלף אדער פול סליפס, גאט איז דאך א כל יכול ער האט דאך געקענט באשאפן אזאנע שיינע לאנגע סקוירטס ביז פיר אינטשעס הינטער די קניען, גאט האט אבער נישט געוואלט, ער האט נישט געהאלטן אז דאס איז וויכטיג, וואס איז וויכטיג האט ער זיי אנגעקליידעט און דעטס איט.
 
שמעלקא'ס תשובה ברעכט אויף נייע טויערן!!

שמעלקא, לייג ביטע אויך אריין אביסל ריבּס ביינער, (נאנט צום חוט השדרה.) מתקן צו זיין דעם שורש פונעם חטא, מ'האט נישט געהאט קיין אייגענע ריקן צו טוהן וואס איז ריכטיג אין אונזערע אייגענע אויגן. און אנשטאט דעם זיך געבויגן און געביקט צו יעדעם.

הוי עז כנמר וכו' לעשות רצון אבינו שבשמים.
 
עס קומט נאך א פארזעצונג?
נאך א מזל גיד הנשה איז אסור צו עסן, ווען יא וואלט דער ארטיקל מסתמא אריין אין מאחורי וד"ל.
 
Back
Top