ליין מאטעריאל פאר דעם לאאאנגן ימים נוראים דאווענען

אפטימיסטיש

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 10, 2024
מעסעדזשעס
110
רעאקציע ראטע
540
היות ס'קומען די לאנגע ימים נוראים דאווענען'ס, טוה איך אפעלירן צום עולם אז ווער עס פארמאגט סיי וועלכע "אינטערעסאנטע" אינפארמאטיווע - בית המדרש פריינטליכע* חומר (אין א PDF פארמאט), זאל ביטע אהערשטעלן אין דעם שנירל בעוד מועד מזכה צו זיין דעם רבים

*בית המדרש פריינטליך דעפיניציע:
1) פאנט נישט צו גרויס (כדי דער שכן זאל נישט קענען מיטהאלטן ס'פארא אנגעליינטער כ'בין)
2) נישט קיין בילדער
3) לכתחילה אין לשון הקודש
4) טאמער האט דער קונטרס אן אויפאלנדע נאמען, דאן: נישט קיין גרויסע HEADERS
 
לעצט רעדאגירט:
ס׳דא א געוואלד מיט אינטרעסאנטע שטאף צו ליינען. ווענדט זיך ערשטנס וועלכע נושאים אינטערעסירט דיר

איך פערזענליך האב ליב ביאגראפיע, היסטורי׳, פארשונג, ווי איבעראשנדע מקורות פון וואו געוויסע אנגענומענע זאכן שטאמען & get to the bottom of it

אלפא ביתא קדמיתא checks off all the boxes
פון וואס דו האסט דערמאנט
1. די דעקל קוקט אויס ווי א היימיש ספר
2. די נאמען פונ׳ם ספר האט ער דירעקט געגעבן א גמרא׳דיגע סארט
3. ס׳איז גענוג דיק דיר צו האלטן פארנומען דורכאויס די ימים נוראים
4. לשון קודש, נישט קיין בילדער, געהעריגע פאנט

איך גלייב אז דו קענסט עס מסתם באקומען ביי Tuvia’s (קענסט אים קלינגען פרעגן, זיין נומבער איז ^ אויפ׳ן סייט)

די ספר רעכנט אויס גלגולים פון אויסדריקן - וויאזוי אסך גוי׳שע איידיעס וואס זענען אריין אין רבניש׳ע ספרים אין נאמען פון חז׳׳ל און ער רעכנט אויס במשך די דורות אלע ספרים וואס ברענגען עס און אינטרעסאנטע דיסקרעפענסיס ווי אנדערע ברענגען עס בשם די רמב״ם. ס׳דא די זעלבע מעשה וואס מ׳דערציילט אויף משה רבינו און אנדערע ספרים זאגן ס׳געשעהן מיט אריסטו א.ד.ג.
ס׳דערציילט אויך וועגן מחלוקת פון איידיעס: צו ס’איז אמונה אדער כפירה, למשל די בילד פון מש״ר
 
בייגעלייגטע פיילס

  • AACB1A9D-FD52-4841-9D77-3E0D6ABF27D5.jpeg
    AACB1A9D-FD52-4841-9D77-3E0D6ABF27D5.jpeg
    541.4 KB · געזען: 101
צווייטנס ווענדט זיך אויב דו קענסט ״בינדן״ א מאדערנע ספר מיט א היימישן (פאלשן) דעקל - אזוי דערציילט מען האט אברהם יצחק מערמלשטיין געטון אלס איידעם אין סקווער ווען ער האט בסוד געלערנט ברסלו׳ער ספרים: ער האט געבינדן דעם ליקוטי מוהר״ן מיט׳ן דעקל פון מאור עינים 😂

אין אזא פאל קען איך דיר געבן גאר א לאנגע ליסטע

איך וועל אנהייבן מיט די זאפטיגע ספרים פון יוכי ברנדס

צ.ב.ש.

שבע אימהות - יוכי ברנדס

מלכים ג - יוכי ברנדס

(זי האט אסך ביכער. ווען דו קליקסט אויף איר נאמען וועט עס דיר פירן צו א גרויסע אויסוואל)
 
מיך איז גרינגער (געשמאקער) צו ליינען אויף אידיש. אויב איינער האט עפעס גוטס.
-חיים גראדע האסטו געליינט?
-שלום עליכם? (אויב דו האסט ליב הומאר)
-ישראל יהושע זינגער? אדער זיין ברודער יצחק. איך האב זייער ליב געהאט ״מיין טאטנס בית דין שטוב״
-חיים נחמן ביאליק לדוגמא דא

ס׳דא א ריזיגע אוצר קאמער פון ליטעראטור אויף אידיש וואס מ׳האט פון אונז באהאלטן.
(איך קען ברענגען מער אפשר מארגן אי״ה, יעצט איז שוין שפעט)
 
נישט אינטערסאנט צו אראפרייסן אז "מען" האט פון אונז באהאלטן, ווען דו באהאלטסט פונקט אזוי... אהער מיט די סחורה, וואו קען מען עס ליינען?
 
היות ס'קומען די לאנגע ימים נוראים דאווענען'ס, טוה איך אפעלירן צום עולם אז ווער עס פארמאגט סיי וועלכע "אינטערעסאנטע" אינפארמאטיווע - בית המדרש פריינטליכע* חומר (אין א PDF פארמאט), זאל ביטע אהערשטעלן אין דעם שנירל בעוד מועד מזכה צו זיין דעם רבים

*בית המדרש פריינטליך דעפיניציע:
1) פאנט נישט צו גרויס (כדי דער שכן זאל נישט קענען מיטהאלטן ס'פארא אנגעליינטער כ'בין)
2) נישט קיין בילדער
3) לכתחילה אין לשון הקודש
4) טאמער האט דער קונטרס אן אויפאלנדע נאמען, דאן: נישט קיין גרויסע HEADERS
מקור ברוך - פון תורה תמימה איז א ״היימישע ספר״ ס׳האט אינטרעסאנטע סודות פון חדר וועגן השכלה אין וואלאזינער ישיבה און נאך

ס׳איז פיר בענדער - דריי דערפון זענען אינטרעסאנט, בעיקר ווי א מעמואר (memoir) אבער דאס ערשטע, וועלכע איז די דיקסטע מיט א לאנגע מבוא, איז נישט אינטרעסאנט פאר יעדן - חוץ וועגן עמנואל הרומי (אויב איך מאך נישט קיין טעות איז עס אין יענע אפטיילונג)
 
על טעם וריח אין להתווכח, ממילא שטעל איך אהער עפעס וואס כ׳האב מיטגעטיילט אין אין שנירל 'תשעה באב מאטעריאל'

דער באהאלטענער וויי געשריי פון שפיקעווער רבי׳ן (אלס חתן ביים בעלזער רבי׳ן)

די לינק אויבן איז אויף ענגליש, און דא איז אויף לשון הקודש
 
יאשקע ימח שמו, וזכרו... אין מחזור
 
בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20240930-WA0003.jpg
    IMG-20240930-WA0003.jpg
    264.7 KB · געזען: 78
ס׳דא א געוואלד מיט אינטרעסאנטע שטאף צו ליינען. ווענדט זיך ערשטנס וועלכע נושאים אינטערעסירט דיר

איך פערזענליך האב ליב ביאגראפיע, היסטורי׳, פארשונג, ווי איבעראשנדע מקורות פון וואו געוויסע אנגענומענע זאכן שטאמען & get to the bottom of it

אלפא ביתא קדמיתא checks off all the boxes
פון וואס דו האסט דערמאנט
1. די דעקל קוקט אויס ווי א היימיש ספר
2. די נאמען פונ׳ם ספר האט ער דירעקט געגעבן א גמרא׳דיגע סארט
3. ס׳איז גענוג דיק דיר צו האלטן פארנומען דורכאויס די ימים נוראים
4. לשון קודש, נישט קיין בילדער, געהעריגע פאנט

איך גלייב אז דו קענסט עס מסתם באקומען ביי Tuvia’s (קענסט אים קלינגען פרעגן, זיין נומבער איז ^ אויפ׳ן סייט)
Come to think of it
אלפא ביתא קדמיתא איז מסתם עוועילעבל אין עני היימישע ספרים סטאר
 
טובי’ס האט עס נישט. ער זאגט מיר אז פונקט נעכטן האט אים אויך איינער געפרעגט אויב ער האט עס...
Yups, it was actually me...
אינטרעסאנט אז ער האט עס נישט. גראדע האט עס מיין חבר געקויפט אין א היימישע ספרים סטאר אין וומס״ב (אבער ס׳געווען א צייט צוריק) ממילא גלייב איך אז ס׳לוינט זיך צו טשעקן אין דיין לאקאלע ספרים צענטער
 
מיך איז גרינגער (געשמאקער) צו ליינען אויף אידיש. אויב איינער האט עפעס גוטס.
שלמה סיימאן - א תלמיד פון חפץ חיים האט געשריבן אסך גוטע ביכער

ער האט א בוך ״אמאליגע אידן״

ער האט 2-3 בענדער אטא-ביאגראפיע
וואו ער דערציילט וועגן די אפיקורסים אין חפץ חיים׳ס ישיבה

(און אויב איר ווילט ארויספרינטן עפעס אינטרעסאנט פאר די קינדער צו ליינען
קענסטו ניצן די לינק וואס מארלי האט געברענגט דא און מאכן א זוך פאר:
-די קלוגע שניידערל
-שמערל נאַר
ס׳אויך דא 2 בענדער: קינדער יארן פון אידישע שרייבער)

אויך פון צבי כהן
אבני נזר׳ס תלמיד- א רבי׳שע אייניקל
איז דא אסך גוטע דראַמאַס

-שטורמישע דורות: רעדט פון די פראנקיסטן -ר׳ ברוך׳ל מעזבוזשער -ר׳ נחמן ברסלו׳ער -עראטיקא
Search | Yiddish Book Center
 
פון צבי כהן
אבני נזר׳ס תלמיד- א רבי׳שע אייניקל
איז דא אסך גוטע דראַמאַס

-שטורמישע דורות: רעדט פון די פראנקיסטן -ר׳ ברוך׳ל מעזבוזשער -ר׳ נחמן ברסלו׳ער -עראטיקא
Search | Yiddish Book Center
ווי איז דא געשריבן וועגן אים און וועמענס אייניקל איז ער
 
איך ווייס נישט וויאזוי עטס האטס געהאט צייט ר"ה ביים דאווענען צו ליינען ביכלעך
די בעל תפילה האט זיך גארנישט אפגעשטעלט אינמיטן דאווענען...
די ברעיק פאר תקיעות שופר האב איך געזאגט תהלים און גערעדט מיט איינעם,
ביים דאווענען האב איך געדאווענט, ביי די ש"ץ פזמונים האב איך צוגעהערט (עטליכע מאל לייכט געדרימעלט), ביי יוצרות מיטגעזאגט, ביים ליינען אויסגעהערט, תקיעות שופר אויסגעהערט, שטילע שמו"ע געדאווענט, וואס נאך?
 
ווי איז דא געשריבן וועגן אים און וועמענס אייניקל איז ער
אז דו קוקסט אריין אינ׳ם לינק וועסטו זעהן ער געבט דיר אלע ענטפערס אין זיין בוך
Fun Fact:
ער האט באקומען סמיכה פון אבני נזר נאך פאר ער איז 16 יאר אלט געווען
 
Back
Top