- זיך איינגעשריבן
- אוג. 8, 2024
- מעסעדזשעס
- 111
- רעאקציע ראטע
- 600
איינע פון מיינע שטארקסטע ארטיקלען אויף ק"ש איז געווען "אונזער מצב הפרנסה: עד שתכלה פרוטה מן הכיס". די פידבעק דערויף איז געווען עד אין לשער.
אין יענע צייט, האט א חשוב'ער ניק, וואס האט אויך פארמאגט א ניק אויף אייוועלט, באשלאסן איבערצולייגן די ארטיקל אויף אייוועלט, און טאקע מיט מיין פולן ניק נאמען (מיט מיין רשות), כדי להביא גאולה לעולם... איך האב באקומען דארט אויפן פלאץ אסאך קאמפלימענטן אבער גלייכצייטיג אויך אריינגעכאפט קאלטס און ווארעמס, פאר'ן זיין אזא נידריגע אפיקורס און כופר רח"ל, כאשר עיניכם תחזינה מישרים, אזש איך האב געדארפט עפענען א ניק אויף אייוועלט און זיך פרובירן ריינוואשן, און הערשט האבן אסאך פון די חברה מיר געשפיגן אין פנים (געוויסע וועמען איך קען פערזענליך און לעבן און שוין אסאך פארברענגט מיט זיי אין ריעל לייף און זיי האבן נישט געהאט קיין השגה אז איך בין שמעקי... לאל). והאמת אגיד אז איך האב געהאט אסאך שברי לב פון די רדיפות דארט, איך בין נישט געווען רגיל בכך אז נאכ'ן אריינלייגן אזויפיל כוחות און שרייבן אזא מאסיווע ארטיקל זאל איך אנשטאט לייקס באקומען הילכיגע פראסקעס אין פנים... און דאס שוין טראץ די פילע חיזוק וואס איך האב דאן באקומען אין אישי פון מאנכע ניקס וואס האבן מורא געהאט זיך אנצונעמען פאר מיר בפומבי.
עס איז אויך איראניש אז איך האב דאן געהאט א אנדערע, געהעריגע ניק אויף אייוועלט, מיט וועלכע איך האב זיך געשריבן מיט שמעקעדיג'ס "שונאים" ווי בעסטע פריינט, די חברה האבן נישט גע'חלומ'ט וואס דא גייט פאר, אבער דאס איז א מסכתא פאר זיך.
וואס עס האט מיר אבער שטארק געשטערט איז אז געוויסע ניקס האבן פשוט פארלייקנט די גאנצע פאקט אז מען מוטשעט זיך מיט פרנסה. ווי איך האב שוין ברייט באשריבן אין די ארטיקל, איז דער עולם די לעצטערע יארן געפלויגן אין עולם הדמיון, געספענדט געלט וואס מען האט נישט געהאט און געדרייווט די טייערסטע קארס און געמאכט רייסערישע שמחות אז מען זאל מיינען אז זיי האבן געלט, און א חלק עולם דאן אין אייוועלט האט פשוט אוועקגעמאכט מיין טעאריע - וואס איז געקומען נאכ'ן רעדן מיט אזויפיל מענטשן מיט א שיינע רייכע נאמען אויפן גאס - אז מען מוטשעט זיך פאר פרנסה. אבער ווי איך האב שוין געשריבן, האט זיך לעצטנס פאר-סאם-ריעזאן געענדיגט די שפילעריי, רעאליטעט האט אריינגעשטויסן, און דער עולם וויינט און קרעכצט, אונטערדרוקט אונטער דעם שווערן עול הפרנסה.
אודאי גייט קיינער נישט געדענקען, און אפילו יא, נישט מודה זיין, אז איך האב דאס שוין געשריבן יארן צוריק. עס דערמאנט מיך אויך ווען איך האב געשריבן אין די בראשית יארן פון ק"ש סיי איבער די שידוכים קריזיס, און איבער די מענטל העלט קריזיס, וויפיל מענטשן וואס דרייען זיך ארום מיט א שמייכלדיגע מאסקע אין ביהמ"ד זענען באמת צושאסן לשברי שברים בחדרי חדרים. אבער געוויסע ניקס האבן געלאכט פון מיר, בלויז צו זעהן ווי אפאר יאר שפעטער האט מען מער נישט געקענט שטופן אלעס אונטערן געשוואלענעם קארפעט, די ווייטאג איז געווארן צו גרויס, אפגעפארענע און מיט אט"ד חברה האבן זיך ליידער געמערט ווי שוועמלעך, און היימישע סועסיידס איז געווארן א רוטינע נייעס... פלוצלינג זעהט שוין יעדער אז אכן נודע הדבר. ווען אזויפיל מענטשן דרייען זיך מיט עלטערע קינדער אינדערהיים און עס גייט זיי נישט קיין שידוכים, ווען עס בייסט זיי אליינס, איז מען מודה אז אכן יש שמעקי במקום הזה ואנכי לא ידעתי....
נישט חלילה אז איך וויל מיך אויפטון אדער לאכן פון יענעם. חס וחלילה, ווער עס קען מיר ווייסט ווי ווייט איך בין פון דעם. אבער איך קען נישט לייקענען אז ווען איך הער ווי מענטשן ליידן, און איך שרייב און בין מעורר דערוועגן, און עס קומען אויבער-חכמים און מען לאכט מיר אין פנים אריין כאילו איך דמיון און זיי לעבן גאר אין רעאליטעט, טוט עס שטארק וויי.
שוין א לענגערע צייט וואס אין אייוועלט עפנט מען אשכולות איבער די שווערע מצב הפרנסה, בפרט פון די זומער הוצאות ווי קעמפ און קאנטרי. אבער א לעצטערע אשכול ווייזט אביסל ווי טיף כלל ישראל זינקט ליידער, און מען זעהט נישט קיין וועג ארויס!
זאל השי"ת יעדן אנשרייבן בספר פרנסה וכלכלה ובספר חיים טובים.