גענומען פון אן אלטן אידישן קונטרס.
פרק א
פרק א
א | ליעד פון ליעדער – שלמה'ס: – | שִׁיר הַשִּׁירִים אֲשֶׁר לִשְׁלֹמֹה׃ |
ב | (זי): — קוש מִיך הייס, געליעבטער מיין! מיט די ליפֶּען דיינע, ליפּ צו ליפּ מוט מיינע, ווייל דיין פריינדשאפט זיסער איז פון וויין. | יִשָּׁקֵנִי מִנְּשִׁיקוֹת פִּיהוּ כִּי־טוֹבִים דֹּדֶיךָ מִיָּיִן׃ |
ג | דיינע אוילען, האָבּען א גערוך א וואוילען, זיסע דופטען פון זיי שטראָמען; אראָמאטען-בוימעל איז דיין נאָמען, מיידלאך האָבען דיך דעריבער, פון איעדען איינעם, ליעבער. | לְרֵיחַ שְׁמָנֶיךָ טוֹבִים שֶׁמֶן תּוּרַק שְׁמֶךָ עַל־כֵּן עֲלָמוֹת אֲהֵבוּךָ׃ |
ד | ציה מיך מיט! זאָגט יעדערע, קום לויפען! וואנדערען ווי די נאָמאַדען, עס איז גלייך ווי זיין געלאַדען אין די קאמערען פון קעניגליכע הויפען. מיר װאָלטען מיט דיר זיך פרעהען פיין, ריידען פון דער ליעבּע בּיים טרונק-וויין". יא, די אלע מיידלאך, ווייס! ליעב'ן דיך אויפריכטיג און הייס. | מׇשְׁכֵנִי אַחֲרֶיךָ נָּרוּצָה הֱבִיאַנִי הַמֶּלֶךְ חֲדָרָיו נָגִילָה וְנִשְׂמְחָה בָּךְ נַזְכִּירָה דֹדֶיךָ מִיַּיִן מֵישָׁרִים אֲהֵבוּךָ׃ |
ה | שווארץ בין אִיךְ ירושלים'ס טעכטער, נור פול-חן, שווארץ ווי טאָטערשע געצעהלטען, דאָך, בעצויבערענד גאָר זעלטען; ווי די פאָרהאנגען פון שלמה'ן, וואונדערשעהן. | שְׁחוֹרָה אֲנִי וְנָאוָה בְּנוֹת יְרוּשָׁלָ͏ִם כְּאׇהֳלֵי קֵדָר כִּירִיעוֹת שְׁלֹמֹה׃ |
ו | קוקט ניט אויף מיין טונקעלען געזיכט! דאָס האָט מיך פערברוינט אזוי די זון, מיינע שטיף-ברידער גערייצט מיך האָבען און איינגעשפאנט מיך אין א שווערער פליכט, – פרעמדע וויינגערטנער צו היטען, האָט מיין וויינגאָרטען, מיין אייגענער געלוטען. | אַל־תִּרְאוּנִי שֶׁאֲנִי שְׁחַרְחֹרֶת שֶׁשְּׁזָפַתְנִי הַשָּׁמֶשׁ בְּנֵי אִמִּי נִחֲרוּ־בִי שָׂמֻנִי נֹטֵרָה אֶת־הַכְּרָמִים כַּרְמִי שֶׁלִּי לֹא נָטָרְתִּי׃ |
ז | זאָג מיר, טהייערינקער, זאָג! דו, צו וועמען ס'ציהט אזוי מיין זעעלע, זאָג, וואו פיטערסטו? אויף וועלכער שטעלע רוהט דיין סטאדע שאָף אין מיטען טאָג? דען צו װאָס זאָל איך דאָ וואנדערען, נאָכפרעגען אויף דיר ביי יעדען אנדערען? – | הַגִּידָה לִּי שֶׁאָהֲבָה נַפְשִׁי אֵיכָה תִרְעֶה אֵיכָה תַּרְבִּיץ בַּצׇּהֳרָיִם שַׁלָּמָה אֶהְיֶה כְּעֹטְיָה עַל עֶדְרֵי חֲבֵרֶיךָ׃ |
ח | (ער): – שעהנסטע צווישען פרויען! ווארום ניט? וואו איך פיטער, אויב דו ווייסט ניט, וואַרום פאָלגסט ניט נאָך און געהסט ניט מיט די ציקעלאך נאָך מיינע שעפּסען טריט ביי טריט? דו דאַרפסט פיטערען דיין סטאדע נעבען די געצעלטען פון די הירטען, גראדע. | אִם־לֹא תֵדְעִי לָךְ הַיָּפָה בַּנָּשִׁים צְאִי־לָךְ בְּעִקְבֵי הַצֹּאן וּרְעִי אֶת־גְּדִיֹּתַיִךְ עַל מִשְׁכְּנוֹת הָרֹעִים׃ |
ט | צו דער שעהנער שקאפּקע, שטאָלץ, פול-לעבען, אין די רייט-וועגען אין פרעה'ס, עטוואָס זעלטענעס און וואונדערבארעס, וויל איך, פריינדין, א פערגלייך דיר געבען. | לְסֻסָתִי בְּרִכְבֵי פַרְעֹה דִּמִּיתִיךְ רַעְיָתִי׃ |
י | שעהן די באקען דיינע, ווען בעציערט, און דיין האלז, דער שעהן-געטאָקטער, וואונדער-חן פּערמאָגט ער, ווען מיט שנירעל פּערעלאך בעשנירט. | נָאווּ לְחָיַיִךְ בַּתֹּרִים צַוָּארֵךְ בַּחֲרוּזִים׃ |
יא | גאָלדען ציערונג וועלען מיר פאר דיר בעשטעלען, גאָר א פראכט; זילבער-פינטעלאך אויף דעם געמאכט, רייצענדשעהן, ס'וועט אלעמען געפעלען. | תּוֹרֵי זָהָב נַעֲשֶׂה־לָּךְ עִם נְקֻדּוֹת הַכָּסֶף׃ |
יב | ביז צום קעניג ביז זיין קעניגליכער סוויטע, וועט דיין רוהם דערגרייכען, דו, מיין נארד, מיט זיסען דופט און ווייבען, וועסט צושמעקען זיך דאָ ווי רויזען-בליטהע. | עַד־שֶׁהַמֶּלֶךְ בִּמְסִבּוֹ נִרְדִּי נָתַן רֵיחוֹ׃ |
יג | (זי): – ווי דער מיהרען-קראנץ וואס ליגט פערשטעקט צווישן מיינע בריסט, ליעבסטער מיין, דו ביזט! אנגענעהם איהר ביידע דופטעט, שמעקט. | צְרוֹר הַמֹּר דּוֹדִי לִי בֵּין שָׁדַי יָלִין׃ |
יד | א באלזאמען-שמעקענדיגער שטענגעל פון עין-גדי'ר וויינגערטנער און וויין, דופטען זעלטען פיין, ביזטו מיר, מיין פריינד, מיין טרויבען-הענגעל! | אֶשְׁכֹּל הַכֹּפֶר דּוֹדִי לִי בְּכַרְמֵי עֵין גֶּדִי׃ |
טו | (ער): – שעהן ביזטו, מיין פריינדין! רייצענד-שעהן! צוגעצויגען האב'ן מיך דיינע אויגען, טויבען-אויגען, אונשולדיג און ריין. - | הִנָּךְ יָפָה רַעְיָתִי הִנָּךְ יָפָה עֵינַיִךְ יוֹנִים׃ |
טז | (זי): – שעהן ביזטו מיין פריינד, מיין העלד, אנגענעהם און זיס, אונזער בעט איז ווייך און פריש, ס'איז דאס גרינע גראז, דאס פעלד. | הִנְּךָ יָפֶה דוֹדִי אַף נָעִים אַף־עַרְשֵׂנוּ רַעֲנָנָה׃ |
יז | צעדערן אלס באלקענס און ציפריסען איבער אונז'רע קעפ אלס דאך, און מיר ביידע, גליקליך-וואך, אונטער זיי דעם ליעבעס-גליק געניסען… | קֹרוֹת בָּתֵּינוּ אֲרָזִים (רחיטנו) [רַהִיטֵנוּ] בְּרוֹתִים׃ |