גאלדענע-פעדער
היימישער קרעמלער
- זיך איינגעשריבן
- אקט. 19, 2024
- מעסעדזשעס
- 36
- רעאקציע ראטע
- 106
ווען איך שטיי ביי שמונה עשרה אין שיל צווישן מענטשן וואס זענען אינגאנצן אינעווייניג פארטיפט אין זייערע תפילות, איך פרעג זיך וואס איז עס וואס א מענטש א אפיקורוס קען פילן ווען ער זאגט די זעלבע ווערטער וואס אלע קענען איך שטיי און איך זאג גאטס נעמען די נעמען וואס מען האט מיך געלערנט, יעדער וואלט ווען געטראכט אז איך זאל עס ווען מיינען אינגאנצן פון טיפעניש א רוף צו דעם איינציגער גאט דער גאט פון אברהם יצחק און יעקב.
אבער אין די שטילקייט פון שמונה עשרה ווען קיינער זעט נישט, מיינע אמתע מחשבות קען איך טראכטן עפעס אנדערש ווען איך רעד פון גאט איך פרעג זיך צי דער גאט וואס איך זאג איז דער איינציגער אפשר איז ער גאר איינער פון פילע די זעלבע תפילות וואס יעדער זאגט מיט א קאלטן קלארקייט אז ס איז דא בלויז איין גאט איך האב מער ווי איין געדאנק.
איך קען זיך דערלאזן אין מיינע מחשבות און פרעגן וואס אויב זענען דא אנדערע כוחות אנדערע געטער א מין פארשיידענע קרעפטן וואס מענטשן האבן אמאל געזען וואס אויב איז דער גאט וואס זיי באטראכטן ווי דער איינציגער גאר איינער צווישן אן עולם וואס איך קען זיך נישט פארשטעלן איך זאג די ווערטער ווי א צדיק, אבער מיינע מחשבות זענען ווי די מחשבות פון איינער וואס זוכט נאך
פאר יענעם איז די גאט וואס מען דאווענט צו דער גאט דיממקור פון אלעס, אבער ווען איך שטיי און איך טראכט פון אלע שיטות און געפילן וואס זענען ארום קען איך טראכטן פון אנדערע געטער און פארשידענע גייסטער א וועלט פול, באדייטונגען וואס גייען ווייטער פון דעם איינעם גאט.
פאר יענעם איז די תפילה א וועג צו דער איינציגקייט אבער פאר מיר אין דער שטילקייט פון שמונה עשרה קען איך פארציילן מיינע אייגענע מחשבות צו א גאנץ אנדער צוגאנג.