נייער פרומער טרעוול וולאגער אברהם שווארץ (לעטס גאו)

וואנדערער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 28, 2024
מעסעדזשעס
115
רעאקציע ראטע
416
ס'איז דא א נייער אידישער שטערן אויף יוטוב, אברהם שווארץ. ער מאכט היימישע טרעוול ווידיאס, ס'איז גאנץ גוט געפילמט, אווער אָלל גאנץ א גוטער ארבעט פאר ווער ס'וויל הערן היימישע מוזיק און נישט זעהן קיין פרויען אין טרעוול ווידיאס...

View: https://youtu.be/ohf0k5G0uJQ
 
כ'האב פארשטאנען אז ס'וועט אוודאי נישט זיין אזוי אינטערעסאנט ווי Drew Binsky, ווייל אויב ס'מוז זיין פרויען-לאז, קען ער דאך נישט האבן fascinating advebtures ווי באזוכן די מאמע פון 44 קינדער אדער די מיידל וואס האט 16 יאר נישט געגעסן.

אבער כאטש עפעס וואס איז ווייניגער boring, וואס האט עפעס ניי צו זעהן חוץ א בארג און נארישע לייסנס פּלעיטס, לדוגמא אזא סארט אוואנטורע ווי דעס.
 
חוץ ראודס מיט מוזיק פארקויפט ער נישט גארנישט ביז דערווייל.
בכלל, וואס איז זיין גאול? זעט נישט אויס ווי ער האט א ציל פאר עפעס סתם רעדן פון אים.
 
חוץ ראודס מיט מוזיק פארקויפט ער נישט גארנישט ביז דערווייל.
בכלל, וואס איז זיין גאול? זעט נישט אויס ווי ער האט א ציל פאר עפעס סתם רעדן פון אים.
אויב ער לערנט זיך storytelling און איז גרייט צו זיין וואלנערעבל און ווייזן די ups & down וועט אפילו א פשוט'ע באזוך אין א חב"ד house זיין אסך ווייניגער boring (פאר אזעלכע וואס ענדשויען ריעליטי שאוס), למשל אויב פילט ער אומבאקוועם און שעמט זיך און shared מיט זיינע צוהערער authentically, אדער אויב ער איז ביטער אנטוישט צו זיין סטאָק אזוי לאנג אין טרעפיק איז אנשטאט צו מאכן כאילו אלעס איז גלענצענד און perfect, טיילט ער מיט "כ'האב שוין כמעט חרטה איך בין געקומען" (אוודאי נאר אויב ס'אמת) און ערשט נאכדעם טיילט ער מיט פאר זיינע צוהערער וויאזוי ער געט זיך אן עצה מיט זיין אנטוישונג אז ער וועט דערווייל טשעקן לייסענס פּלעיטס און האפט אז כאטש ווען ער קומט אן אויבן וועט זיך אלעס האבן געלוינט, דעמאלס וועלן צוהערער (בפרט קינדער) פילן א געוויסע געשפאנטקייט צו זעהן וואס מ'זעהט אויבן - און פאר גאדס סעיק זאל ער נישט פטר'ן מיט א האלבע רגע זעהן די פאנאראמע, אין blurry video, נאר כאטש פאנטאסטישע הערליכע photography פאר די צוהערער צו ענדשויען די עסטעטיק.
 
שטארקע פינטלעך!
אויכט דארף ער עס מאכען פעסט פּעיסד, דהיינו נישט אז ס'זאל נעמען שנעלער אבער ס'זאל פילן שנעלער, דהיינו ארויסנעמען אלע ליידיגע ספעיסעס צווישען זיינע סענטענסעס, טוישען די קאמערא ענגעל אביסעל אפטער, און נישט איבערנוצן די זעלבע פאר ווערטער א גאנצע צייט ווי זיין אויסגעוועטעשטע "לעטס גאו".
 
איך האב שוין געשריבן אין די פארגאנגענהייט וועגן די באקאנטע 'לעטס גאו' ניגון וואס איז לעצטענס אריין צווישען די פשוטי עם, די פלעינע פשוט'ע מענטשן קענען זיך אן א פארוואס און אן א פארווען געבן א זינג אונטער איינער צום צווייטן לעטס גאו! אבער דער באקאנטער "אביסל סטאטוס" ארי סאמעט לאזט שוין אויך אמאל אמאל פאלן דעם 'לעטס גאו' תנועה אין זיינע אביסל סטאטוס.

און די יו טוב'ס זענען הולך ונתרבה, עס איז שוין דא ספאנסערס, עס טוהט זיך אויף טישן און אויף בענק מיטן לעטס גאו פערזאן.

ווער איז ער, וואס איז ער? מאין בא, פון ווי קומט ער, ווי גייט ער, וואס וויל ער? און לעסט באט נאט ליעסט, וואס מאכט מענטשן איהם פאלאוען?
 
לעצט רעדאגירט:
אנפאנג האב איך אים ליב געהאט אבער ער פארפעלט צו קאנעקטן מיט מענטשן ארום ווי ער פארט און ווייזט קיינמאל נישט קיין אנדערע מענטשן ווי ער שמועסט מיט זיי, מען זעהט נאר אים נאכאמאל און נאכאמאל...

אנדערש איז א צווייטע וולאגער וואס ווייזט זיינע נסיעות, זיין נאמען איז "בעני בינעט", זיינע נסיעות זענען מלא חיות און ער ווייזט ווי ער קאנעקט מיט מענטשן אין די מדינות וואס ער פארט.
 
זיין ענערגיע איז ממש להפליא. ווען איך דארף א בוסט קוק איך זיינע זאכן.
 
ער ווייזט ממש גארנישט וועגן די פלאץ, מער ווייניגער ווייזט ער פון זיך א גאנצן צייט און עס מאכט מיר נערוועז.
 
אנדערש איז א צווייטע וולאגער וואס ווייזט זיינע נסיעות, זיין נאמען איז "בעני בינעט", זיינע נסיעות זענען מלא חיות און ער ווייזט ווי ער קאנעקט מיט מענטשן אין די מדינות וואס ער פארט.
לינק פון בינעט?
 
דער באקאנטער אביסעל סטאטוס ארי סאמעט לאזט שוין אויך אמאל אמאל פאלן דעם לעטס גאו תניעה אין זיינע אביסעל סטאטוס.
אפשר (זיכער) נישט די פאסיגע שנירל, אבער ווער נאך האט געכאפט די פלאג וואס ער געבט פאר יואלי לאנדא אין די לאנדאן וולאג?
 
מיין טעיק אויף דעים שווארץ איז: זיין ענערגיע איז נישט אוועקצומאכן, ער קעטערט פאר די פרומע עולם וואס וויל נישט זעהן די אלגעמיינע טרעוול בלאגערס, ער איז טאקע קארני און א פארמאכטע קאפ, אבער למעשה טוט ער צו די זאך, ער פארט אסאך און בלאגט זיינע נסיעות, עס איז א שטארקע סטעפ פארווערד אין די לעצטיגע אידישע יוטוב קאנטענט בום, אינקלאדינג די אלע אידישע פאדקעסט פון שמילי אונגאר, לעיטעסט טאלק וכו'.

זיין ווידיאו עדיטינג אין ווידיאו טייטל סקילס ווערט בעסער מיט יעדע ווידיאו.

ער עפענט די וועג פאר אנדערע אידיש רעדענדע טרעוולערס צו אויך טראכטן פון פאוסטן זייערע טריפס.

נאכאמאל, ער איז נישט די בעסטע, אבער עס קומט אים קרעדיט פאר זיין גאטס פארן פאוסטן אזאלעכע ווידיאוס, אבער ער עפענט די וועג פאר אנדערע אויך ארויסצולייגן סחורה אויף יוטוב.
 
למעשה דארף איך אים געבן קרעדיט פאר זיין קריעטיוויטי... מיר וואלט קיינמאל נישט בייגעפאלן אז מ'קען נוצן א טלית זיך אנציווארעמען ווען מ'גייט dog sledding....
 
Back
Top