א אידישע מאמע אין פארק ראש השנה

טובה

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
סעפ. 4, 2024
מעסעדזשעס
209
רעאקציע ראטע
357
מרת ווייס, א יונגע פרוי... פארנומען מיט דריי פיצלעך בלעה"ר... דער טאג איז ראש השנה... דער זייגער ווייזט 12:00 אזייגער מיטאג... מרת ווייס זעצט זיך אויף איר קביעות'דיגע באנק... וואו??? אין בית המדרש??? ניין... וואו יא? אויף איר קביעות'דיגע באנק אין פארק!!! זי געבט אכטונג אז יענקי זאל נישט אראפלויפן אויפן גאס... און אז שמואלי זאל נישט אראפפאלן פון די גליטשער... און אויפאמאל הייבט איר אָן א פלייץ פון געפילן...

ווער וואלט געגלייבט... ביז פינף יאר צוריק פלעג איך אנקומען די ערשטע אין ווייבער-שול... צו מיין קביעות'דיגע פלאץ פון טרערן... כ'בין געשטאנען א גאנצן דאווענען... געענדיגט גאנץ תהלים... און דערביי אויסגעליידיגט א גאנצע פושקע טישוס... און פלוצלונג!!! נישט מער ווי פינף יאר זענען פארלאפן... און וואו בין איך יעצט??? דא... אין פארק... נישטא די ערנסטע תקיעות... נישטא קיין 'וּנְתַנֶּה תּוֹקֶף'... אפילו די מחזור וואס כ'האב געפלאנט מיטצוברענגען אין פארק האב איך פארגעסן אינדערהיים... די שמאטשיק מיט די ווינדל האב איך גראדע יא געדענקט מיטצוברענגען, אבער די תהלים האב איך פארגעסן... מיין קאפ ליגט שוין לאנג נישט אין זאגן תהלים און מחזורים... אמאל פלעג איך דורכלייענען גאנצע מאמרים און באשרייבונגען איבער די ימים נוראים, דאגעגן דאס יאר? ליין איך זיך אן רעצעפטן פון האניג-קעיקס... יא, איך ווייס אז דאס איז מיין פליכט און איך דארף יעצט דאס טון, אבער פונדעסטוועגן!!! ס'איז נאך אלץ אזוי שווער, דאס זיין אזוי אפגעהאקט פון רוחניות און פון די הייליגע אטמאספערע פון די געהויבענע דאווענענס, פעלט מיר אויס... ס'פעלט מיר אזוי שטארק...

דאס איז א באקאנטע געפיל!!! און אן ערווארטעטע געפיל!!!

•••

דער ענטפער פאר דיר אידישע מאמע איז ווי פאלגענד: יא, אידישע מאמע, דווקא די בארעכטיגטע געפילן, בשעת'ן זיך געפינען אין א פארק אינמיטן ברען פון די תפלות פון ימים נוראים אין בית המדרש... דווקא די מחשבות דארפן דיר ערוועקן אנצוהייבן נאכאמאל אריינקלערן... אנהייבן צוריק אויפצופרישן דיין אמת'ע תפקיד אויף די וועלט... וואס זוך איך באמת אין דעם פארק? וואס איז באמת מיין עכטע עבודה ביים ממליך זיין דעם אויבערשטן, קוקנדיג אויף מיין ארבעט פון ערציען די קינדער... וואו בין איך ממליך דעם אויבערשטן דערמיט???

איז אזוי: ס'ליגט א הייליגע פליכט אויף יעדע אידישע מאמע, איינצו'חזר'ן איינס פון די גרעסטע יסודות אין אידישקייט, און איינבאקן די יסוד ביי איר אין הארץ... אדער עס כאטש אויפהענגען מיט א צעטל אויפ'ן פרידזשידער...

ס'גייט אזוי: דער הייליגער רמ"ק שרייבט אין זיין ספר 'תומר דבורה': די נפש פון א מענטש איז אויסגעשטעלט גענוי אויפ'ן זעלבן אופן וויאזוי השפעות קומען אראפ פון הימל!!! דאס הייסט, אין מער פשוט'ע ווערטער: א איד איז ווי א קנעפל וואס קען אויסשאלטערן לעקטער!!! געבסט עס א צינד אן, צינדט זיך עס אן... געבסט עס א לעש אויס, לעשט זיך עס אויס... ס'איז ממש אזוי, אויף אזוי ווייט!!! דער תומר דבורה שרייבט עס אזוי: די מינוט א מענטשנ'ס שטערן הייבט אן ווערן א טראפ איינגעקנייטשט פון כעס... ממש יענע סעקונדע, צינדט ער ח"ו אן א שפע פון דין און כעס אין הימל!!! די שטערן פון א איד איז א קנעפל, און ווען דו רעגסט זיך, צינדסטו אן דינים!!! גלייכצייטיג, די מינוט א איד גייט אריבער אויפן גאס און זעט אן ארעמאן, און עס ערוועקט זיך אין אים א ברעקל געפיל פון רחמנות, און ער שטעלט זיך אפ פאר א סעקונדע און ווארפט יענעם אריין א האלבע שקל... יענע סעקונדע צינדט ער אן א שפע פון חסד און צדקה אין הימל, און פארשטייט זיך אז יעדע זאך גייט פונקטליך לויט וואספארא גרויסע התעוררות מ'האט געהאט בשעת'ן עס טון, אבער פונקטליך...

דאס רופט זיך אין פסוק: "ה' צִלְךָ", דער אויבערשטער איז דיין שאטן!!! ווייל די השפעות פונעם אויבערשטן ארבעט פונקט ווי דיר אזויווי א שאטן!!! וואס דו טוסט דא, טוט זיך דארט פשוט מיטרוקן צוזאמען מיט דיר... (אזויווי א קנעפל פון א לעקטער ארבעט נישט אויפן געדאנק פון 'מדה כנגד מדה', ס'איז נישט ווי גלייך איך קוועטש דא אויף עפעס א קנעפל, און דעמאלס שטייט דארט איינער ערגעצוואו און זעט אז איך האב אזוי געטון, דערפאר גייט ער און צינדט אן די לעקטער לויט מיין באפעל... ניין, איך טו עס אליינס! מיטן עצם געבן דא א קוועטש אויפן קנעפל, צינדט זיך דארט תיכף אן א לעקטער!!! די זעלבע זאך ביי אונז, א מענטש טוט מיט זיינע מעשים אנצינדן אלע עולמות, צום גוטנס אדער צו אנדערש...).

אויף דעם שטייט אין פרשת האזינו:ּ "כִּי חֵלֶק ה' עַמּוֹ יַעֲקֹב חֶבֶל נַחֲלָתוֹ". 'חבל' מיינט א שטריק, מיינענדיג אז כלל ישראל איז ווי דעם אויבערשטנ'ס שטריק... איין עק פונעם שטריק ליגט אין אונזערע הענט, און די צווייטע עק געפינט זיך כביכול ביים אויבערשטן אין האנט... (כביכול ווי א דראט פון לעקטער). מיט יעדע ריר וואס מיר מאכן דא אונטן, גוט אדער פארקערט, געבן מיר א רוק דעם שטריק, און אנטקעגן דעם רוקט זיך די שטריק אין הימל... און דא קומט אריין דיין בחירה אויסצואוועלן אין וועלכע ריכטונג באשליסטו צו רוקן דעם שטריק, וועלכע תחום ווילסטו ערוועקן...

ביז יעצט איז קלאר???

ביז אהער איז א יסוד מיט וואס יעדער פון אונז מוז אויפשטיין צופרי און זיך לייגן ביינאכט...

•••

יעצט אזוי, טייערע מאמע: כאטש קיינער ווייסט נישט... אזוי אויך האט קיינער נישט געציילט וויפיל מאל דו ביסט אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט פאר יענקי... ס'רעגט אויף... ס'מוטשעט אויס... ס'פארדרוסט... אבער!!! טייערע מאמע:

אין די זעלבע צייט מוזטו וויסן און געדענקען, אז יעדעס מאל דו שלעפסט זיך ארויס פון בעט ביז יענקי'ס בעטעלע... אין ממש יענע מינוטן צינדסטו אן א געטליכע שפע אויפ'ן בחינה פון "עוּרָה לָמָה תִישַׁן ה'...", אין יענע מינוטן ערוועקט זיך דעם אויבערשטנ'ס רחמים, זיך אומצוקוקן מיט רחמנות אויף זיינע אלע סארט יענקלעך...

יא, כלל ישראל: אזויווי דו האסטו א קליינע, זיסער יענקי... האט דער אויבערשטער אויך אלע סארט יענקלעך... דאס קען זיין אונז אליין... אויך מיר זענען נישט צו-גרינגע קינדער... אויך מיר האבן אים דערצערנט צען מאל אין די לעצטע צוויי טעג, און מיר מוזן צוקומען צו אסאך רחמים... און מיר מוזן צוקומען צו אסאך "אֶרֶךְ אַפַּיִם" כדי ער זאל דערהייבן אונזערע אלע גרייזן, און כדי צו אנצינדן זיין רחמנות אויף אונז, מוז דא זיין איינער וואס צינדט אן אט די רחמים!!! איינער פון די יענקי'ס מוז ציען דעם שטריק פון רחמים, כדי אויך אין הימל זאל זיך ערוועקן רחמים... אזויווי מיר זאגן אין די יוצרות: "לְפֹועֵל רַחֲמָיו בַּדִין", מ'דארף אנצינדן זיין רחמנות!!!

מיר נויטיגן זיך אין איינער וואס וועט זיך דערבארעמען צו פועל זיין און אקטיוויזירן כביכול דעם אויבערשטנ'ס רחמנות...

ווער??? ווער וועט ציען דעם שטריק??? ווער וועט 'פועל'ן' אט די רחמים???

אויף דעם האבן מיר דא א מאמע וואס האלט שוין ביים צענטן מאל וואס זי שטייט אויף די נאכט פאר איר יענקי... און מיט דעם צינדט זי אן די קנעפל פון רחמים, אויך ביים צענטן מאל אינמיטן נאכט...

הייסט אז ס'קען טאקע זיין אז דא ביי משפחת ווייס איז אריבער א נאכט פון בייזע חלומות... אבער אין הימל איז די נאכט אריבער בשלום ב"ה... ס'איז אריבער מיט רחמים... איינער דארט אונטן האט געזארגט צו אנצינדן נעכטן נאכט די שאלטער פון רחמים... אבער נאך אלץ!!! ס'קען זיין אז די שפע פון רחמים איז באגרעניצט... ווייל ביים ענדע איז אויך יענקי'ס מאמע באגרעניצט... ריכטיג אז זי איז אויפגעשטאנען צען מאל נעכטן ביינאכט, אבער זי איז פארט א מענטש... און זי האט זיך פארלוירן... זי איז שוין אינגאנצן גערעגט אויף יענקי... גענוג יענקי! הער מיר שוין אויף צו משוגע מאכן! דאס קומענדיגע מאל שטיי איך מער נישט אויף פאר דיר... טרעטסט מיר אויף די נערוון...

און דעמאלטס!!! ס'ווערט אינדערפרי, און די ערשעפטע מאמע שטייט אויף פארמאטערטעהייט נאך א בייזע נאכט... און דאן גייט זי צו צו יענקי'ס בעטעלע... און ער נעמט איר אויף מיט זיין ברייטע, זיסע שמייכל... און זי האלט זיך נישט איין!!! אויפאמאל פארגעסט זי אלעס וואס איז פאריבער נעכטן ביינאכט... זי נעמט אים ארויס פון בעט, זי האלזט אים און געבט אים א קוש... גערעכט... האסט מיר פיין אויסגעמוטשעט נעכטן ביינאכט... האסט מיר נישט געלאזט קיין מנוחה... אבער טראץ אלעס ביסטו מיין יענקי... ביסט אזוי זיס... כ'האב דיר אזוי ליב... אין יענע מאמענט האט יענקי'ס מאמע מעורר געווען א שפע פון קוש'ס און ענדלאזע ליבשאפט אין הימל, פאר וועמען??? פאר יענעם ווייטן קינד וואס האט אין די לעצטע צוויי טעג דערצערנט דעם אויבערשטן און אים אויספרובירט 'צען מאל'... מיט זיינע לשון הרע'ס, און זיינע אלע אנדערע עבירות, און גענוג... דער אויבערשטער ווערט אין כעס אבער האלט זיך איין, ווערט אין כעס אבער האלט זיך איין, אבער גענוג, וויפיל קען איך מיט דיר... איך האלט דיר טאקע אויס... און כ'בין ערגעצוואו גרייט דיר צו דערהייבן... אבער פארט בין איך אויפגערעגט אויף דיר... גיי דיר פון דא!!! כ'וויל דיר מער נישט זען...

אבער פלוצלונג שטייט יענקי'ס מאמע אויף און טראץ די שווערע נאכט וואס ער האט איר גורם געווען, נעמט זי אים ארום... אויב אזוי: אויך אין הימל ערוועקט זיך אן א שיעור רחמים, זיך צו דערבארעמען און מוחל זיין און פארגעבן און ארומהאלזן און קושן דעם אויבערשטנ'ס קינדער, וואס זענען נארוואס געקומען אין בית המדרש צו זאגן סליחות... און זייער זיסע שטימע גייט ארויף אין הימל אזויווי א קרבן... אויך נאכדעם וואס זיי האבן אויפגערעגט דעם אויבערשטן דורכאויס די גאנצע יאר... און אזוי ווייטער און ווייטער...

כלל ישראל לעבט און אטעמט אין זכות יענע נאכאנאנדע רחמנות וואס אונזערע מאמעס זענען משפיע אין די הויכע עולמות, דורך אלע טעגליכע פארמעסטן און ארומשפילעכטצער מיט זייערע קליינע קינדער.

•••

טייערע מאמע: דו טראכסט אז דו שטייסט סתם אויף צוויי מאל א נאכט איבערצוטון יענקי? ניין!!! לאמיר דיר אנטפלעקן א סוד: יעדע נאכט, ווען דער גוף לייגט זיך שלאפן... "שִׂימוּ לֵב אֶל הַנְשָׁמָה"!!! קוק אויפן נשמה! ווייל זי גייט ארויף יעדע נאכט אין הימל, און געבט דארט אפ א דין וחשבון אויף אלעס וואס זי האט געטון... און דעמאלטס – רחמנא ליצלן... מ'טרעפט איר שמוציג פון אלערליי עבירות... יעדע נאכט גייען ארויף הונדערטער-טויזנטער נשמות אין הימל... און אונזער טאטע אין הימל נעמט זיי אויף... און וויאזוי טרעפט ער זיי? אנגעשמירט מיט עבירות וואס דער מענטש באגייט משך דעם טאג... און אזוי געשעט יעדע נאכט, יעדע נאכט פון פריש... און מ'דארף זיי איבערטון... מ'דארף אויסרייניגן די אלע נשמות... מ'דארף זיי צוריקגעבן ריין... וויפיל סבלנות דארף מען האבן צו זיין אומשטאנד אויסצורייניגן יעדע נאכט די זעלבע נשמה פאר אכציג יאר???

אה... ווער ווי יענע טייערע פרויען ווייסן צו ריכטיג שעצן, וויפיל סבלנות מ'דארף האבן... וויפיל "אֶרֶךְ אַפַּיִם" אונזער טאטע אין הימל דארף האבן פאר יעדן איד וואס גייט אראפ אויף די וועלט, און שלעפט זיך שוין דא ארום פאר צענדליגער יאר... און יעדע נאכט פונדאסניי רייניגט דער אויבערשטער אויס זיין נשמה און געבט עס אים צוריק פריש און געזונט...???

אבער וואס קען מען טון... דער אויבערשטער האט גוזר געווען אז ס'דארף זיין איינער וואס צינדט אן דעם שאלטער!!! איינער דא אונטן דארף ציען דעם שטריק!!! מ'דארף אנצינדן אן א שיעור רחמי שמים, כדי אונזער טאטע אין הימל זאל מעורר זיין זיין רחמים און אויסרייניגן די נשמה פון אלע שמוץ וואס האט זיך אנגעקלעבט אין איר, עס איבערטון און געבן נייע כוחות, כדי זי זאל קענען נאכאמאל אויפשטיין צופרי געזונטערהייט, "חֲדָשִׁים לַבְּקָרִים רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ" – און דאס אלעס געשעט יעדע נאכט מיט א פרישקייט... מ'דארף דא אנצינדן א ריזיגע מאס רחמים!! ווער גייט אנצינדן די קנעפל פון רחמים? ווער וועט דריקן אויפ'ן קנעפל פון רחמים, וואס נאך אלעס און טראץ אלעס האב איך נאך אזויפיל רחמנות אויף דיר???

פאר דעם צוועק האבן מיר א פאבריק פון צענדליגער-טויזנטער פרויען, וואס שטייען אויף יעדע נאכט און מאכן ריין זייער וויינענדיג קינד, און טוען אים איבער מיט ליבשאפט און הארציגקייט... און דו ביסט פון די!!! א אידישע מאמע!!! מיט דיין זיך באפאסן מיט יענקי פונקט אזויווי ס'איז, טוסטו מעורר זיין רחמנות ביי אונזער טאטן אין הימל כדי צו געבן זיינע אלע יענקעלעך נאך א שאנס, די אלע יענקעלעך וואס זענען נאכנישט פארטיג מיט זייער זיך שמוציג מאכן...

פארשטייט זיך אז דאס איז בלויז א קליינע ביישפיל אויף איין ספעציפישע נושא, ווייל מיר דארפן נישט געבן צופיל ביישפילן פאר א אידישע מאמע וויפיל סבלנות מ'דארף האבן פאר יעדן קינד, וויפיל מ'דארף זיך איינהאלטן, וויפיל מ'דארף אים געבן זיין צייט ביז ער פארשטייט פון זיך אליינס... די סבלנות, די כח וואס אונזערע מאמעס האבן, איז די הויפט שאלטער וואס איז אייגנטליך אונזער זכות קיום אויף די וועלט!!!

•••

נאכדעם וואס מ'טוט פולשטענדיג פארשטיין און איינזאפן די אזעלכע-פשוט'ע ווערטער, קען מען שוין גרינג פארשטיין פארוואס א מאמע פון קליינע קינדער איז אינגאנצן איבריג אין בית המדרש: טאטי גייט אין שול און דאוונט!!! ער איז מתפלל צו מעורר זיין רחמי שמים, אבער מאמי דארף נישט מעורר זיין רחמי שמים, מאמי טוט ווירקליך אנצינדן רחמי שמים!!! זי דארף נישט אריינגעבן א בקשה אויף רחמים... זי אליינס שאפט רחמים!!

נאך תקיעת שופר שטייט טאטי און זינגט: "אִם כְּבָנִים אִם כַּעֲבָדִים", אבער מאמי??? מאמי געפינט זיך יעצט אין פארק צוזאמען מיט אלע פיצלעך קינדער און איר גאנצע וועזן שרייט: "אִם כְּבָנִים", און איך מיט מיינע בָנִים געפינט זיך יעצט אין פארק מיט די בָנִים..."אִם כַּעֲבָדִים?!? וואו זעסטו דא עֲבָדִים, רבונו של עולם: צי האב איך זיך אפילו איינמאל אויפגעפירט מיט מיינע קינדער אזויווי עֲבָדִים, ווי קנעכט??? אין לעבן נישט...

די מענער... ער איז נישט אויפגעשטאנען עטליכע מאל אינמיטן נאכט פאר זיינע בָנִים, דערפאר ביטע, זיי מוחל און גיי דאווענען און שטעל פאר'ן אויבערשטן צוויי אויסוואלן: אִם כְּבָנִים אִם כַּעֲבָדִים... אבער איך?! מיין גאנצע מציאות איז זיך אפצוגעבן מיט מיינע בָּנִים... דערפאר וועט זיך אויך דער אויבערשטער מרחם זיין אויף אונז "כְּרַחֵם אָב עַל בָּנִים".

•••


גענוי דאס האט פאסירט ביים חורבן בית המקדש, די הייליגע אבות האבן געשריגן צום אויבערשטן און מעורר געווען רחמי שמים, אבער ניין!!! די טויערן זענען פארשפארט... אברהם איז מתפלל אבער ווערט נישט געענטפערט... יצחק איז מתפלל אבער ווערט נישט געענטפערט... יעקב... משה... יעדער דאוונט אבער קיינעם'ס תפלה פועל'ט נישט... און דאן קומט אן רחל... רחל ניטאמאל זי דאוונט... זי דארף נישט צוקומען צו דאווענען... רחל געבט פשוט א דריק אויפן קנעפל... די קנעפל פון וַתְּרָנוּת!!! רחל קומט מיט א דאקומענט: איך האב מוותר געווען פאר מיין שוועסטער!!! דאס איז עס!!! זי קוועטשט דעם ותרנות קנעפל, און יענע סעקונדע צינדט זי אן א שפע פון ותרנות אויף די וועלט, און שוין!!! רחל, דו דארפסט נישט קומען אין שול... דו ארבעטסט אינדערהיים... "מִנְעִי קוֹלֵךְ מִבֶּכִי וְעֵינַיִךְ מִדִּמְעָה כִּי יֵשׁ שָׂכָר לִפְעֻלָּתֵךְ", דארפסט ניטאמאל וויינען...

פארוואס איז רחל'ס זכות אזוי גרויס אזש זי איז מצליח אויסצו'פועל'ן עפעס וואס אלע שבעה רועים אינאיינעם האבן נישט געקענט??? די שבעה רועים האבן געוואלט עפענען די שערי שמים און מעורר זיין רחמי שמים, אבער ס'איז דא אמאל וואס די טויערן זענען פארהאקט און ס'העלפט מער גארנישט, קיין שום זאך קען נישט מצליח זיין עס צו מעורר זיין!!! אבער א אידישע מאמע, זי איז נישט 'מעורר' רחמי שמים... זי 'צינדט אן' רחמי שמים!! זי באשעפטיגט זיך מיטן קנעפל פון די רחמנות פון א טאטע אויף זיין קינד... און מיט דעם אליינס פועל'ט זי אויס רחמי שמים... זי קלאפט נישט אויף קיין טירן, נאר זי דריקט אויפן אינטערקאם פון אינעווייניג און עפנט אליינס אויף דעם טיר...

טייערע מאמעס: האלט זיך שטארק און פעסט מיט דאס וואס איר האט... די מענער אין בית המדרש נויטיגן זיך דערצו... די מענער וועלן בלאזן דעם שופר... ארויסגעבן א קול פון א וויינענדיגע קינד... אבער איר דארפט נישט לאזן הערן א קול שופר, איר זענט די שופר אליינס!!! כלל ישראל דארף צוקומען צו אייערע קרעכצן... צו די תפלות וואס שוועבן אויף אייערע ליפן בשעת'ן קאכן און באקן...

•••

יעדער דארף זיך האלטן שטארק ביי זיינס!!! די מענער אין בית המדרש, און דו אין פארק... יעדער וועט זוכה זיין צו ממליך זיין דעם אויבערשטן פון זיין פלאץ, און מיט זיין אייגנארטיגע תפקיד וואס איז ספעציעל פאר אים... יעדער פון זיין פלאץ, זאל מקבל זיין אויף זיך אויסצופירן זיין פערזענליכע שליחות מיט זיינע מאקסימום מעגליכקייטן, און מיטן גאנצן הארץ און נשמה...

און לאמיר אלע צוזאמען, יעדער פון זיין ווינקל, זיך שטעלן און שרייען צו אונזער טאטן אין הימל אז ער זאל אונז צוריקקערן צו אים מיט רחמים, לאמיר דאווענען פאר א גוט געבענטשט יאר (צי לויטן נוסח פון די מחזור צוזאמען מיטן חזן אין בית המדרש, צי מיט א פריוואטע נוסח פון טיפעניש פון הארץ...) צו פארשריבן ווערן לחיים טובים ולשלום אינעם יום הדין, און זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה.

והיא תהלתך!
 
Back
Top