ער איז שוין דא.
דער יום טוב זעט זיך שוין אן אין די גאסן, א פרישע לופט בלאזט אויפן פנים, און מענער מיט סידורים אונטער זייערע הענט יאגן זיך צו די בתי מדרשים. כלל ישראל גייט היינט ממליך זיין דעם בורא עולם אלס קעניג.
ער איז אנגעקומען: ראש השנה.
און זי...
אויך זי איז אנגעקומען. דאס הייסט: זי איז ארויס אויפן באלקאן... (אדער זיך פשוט געטראפן אין עס-צימער, ווייל דאס יאר איז נישטא גענוג פלאץ אין שול... ס'האט זיך שוין געענדיגט...) מיט איין האנט כאפט זי אן די פלעשל קאשע, און מיט די צווייטע האנט האלט זי אפאר 'מחניים' ביכלעך.
זי זיצט זיך מיט צוויי פיצלעך קינדער אויפן באלקאן. דאס קינד וויינט. זי הייבט אים אויף און דערלאנגט אים די פלעשל קאשע. און די דריי יעריגע מיידעלע ווארט אומגעדולדיג אויף די מעשה וואס מאמי האט איר צוגעזאגט צו דערציילן...
זי עפנט אויף א ביכעלע און הייבט אן דערציילן...
פלוצלונג טרעפט זי זיך ווייט, ווייט אוועק פון די ווינטמיל און דער פריץ אין שטעטל...
אירע געדאנקען שוועבן אוועק צום ראש השנה פון פאר... פאר וויפיל יאר צוריק???
דעמאלטס... וואספארא ימים נוראים האט זי דעמאלטס געהאט...
איר ראש השנה איז געווען א ראש השנה! אין בית המדרש, געדאוונט, געבעטן און פארגאסן טרערן.
די דעמאלטס'דיגע ראש השנה איז געווען א טאג ווען זי האט געקענט טאפן די קדושה מיט אירע פינגער, א טאג וואס זי איז ארויף מיט איין שטאפל העכער, פול מיט הויכע געפילן פון נאנטשאפט צום אויבערשטן...
ראש השנה! אזוי פשוט (?)
און יעצט...
יעצט איז ראש השנה א טאג פון ביכלעך און מעשה'לעך, שפאצירן אין פארקס, און אלעס מיט וואס זי קען האלטן אירע זיסע, לאנגווייליגע פיצלעך געשפאנט...
יעצט, אנשטאט עפענען א מחזור, עפנט זי א ביכל פאר די קינדער.
אנשטאט גיין אין שול, גייט זי צום פארק אביסל ארומצושפילן מיט אירע זיסע קינדערלעך וואס דער אויבערשטער האט איר געגעבן די זכיה צו ערציען.
זי בארואיגט א וויינענדיגע קינד, ווען אויך זי וויינט אינעווייניג. ביידע וויינען צוזאמען...
ניין, חס ושלום. זי באקלאגט זיך נישט. זי דאנקט דעם אויבערשטן אויף יעדן קינד באזונדער, און אויף די געוואלדיגע זכות וואס דער אויבערשטער האט איר געגעבן, אבער...
זי ווייסט אז דאס איז וואו זי דארף זיין. דאס איז די אויפגאבע וואס דער אויבערשטער האט איר געגעבן, און דאס איז וואס ער פארלאנגט פון איר.
זי ווייסט דאס, אבער ס'קומט איר פארט אן שווער צו משלים זיין דערמיט...
זי דאוונט אז זי זאל כאטש אניאגן 'אפצוכאפן' א שטיקל תפלה פאר דער פיצל וועקט זיך אויף, און ווען זי כאפט שוין יא אריין, געלונגט איר נישט ווער-ווייסט-וואס צו אינזין האבן אין די געציילטע, פאריאגטע מינוטן...
זי פאנטאזירט זיך די שטימע פון דעם בעל תפלה וועמען זי האט יארן לאנג זוכה געווען צו הערן.
זי בענקט זיך צום פארגאנגענהייט וואס קוקט איר יעצט אויס אסאך ווייטער ווי שטענדיג: "ווען איך וואלט נאר געקענט...", טראכט זי צו זיך מיט גלוסטעניש, "כאטש הערן אפילו פאר א קליין ביסל... הנאה האבן פון די דערהויבנקייט, אריינאטעמען די ריינע לופט, זיך געפינען אין א פלאץ וואס איז אזוי דורכגעווייקט מיט תפלות...". דאן וואלט אלעס אויסגעקוקט אנדערש, זי איז זיכער דערמיט...
אבער דערווייל קוקט די מציאות אויס גאר עפעס אנדערש. די צופרי שיינט אויף, ס'איז ראש השנה אינדערפרי! א יום הדין!!! און נאכאמאל מישט זי איבער אירע פילע זכרונות...
זי וויינט... היינט גייט יעדער מענטש אויף די וועלט אריבער פאר'ן אויבערשטן "כִּבְנֵי מָרוֹן", און וואס איז מיט מיר?!? וואו בין איך?!
און פלוצלונג... פלוצלונג הערט זי אין איר א קול.
"פאר וועמען איז ראש השנה געאייגנט? נאר פאר די וואס זיצן אין די רוישיגע בתי מדרשים און שולן??? נאר פאר די מענער (און פרויען) וואס דאווענען מיט א געהעריגע מנין? ס'קען נישט זיין.
ראש השנה איז געאייגנט פאר יעדע אידישע מאן אדער פרוי! ס'מאכט נישט אויס אויף וואספארא שטאפל אין לעבן ער אדער זי געפינט זיך, צי זי זיצט יעצט אינדערהיים אדער אין פארק, צי אין בית המדרש אדער אין עס-צימער...
אויך ביי דיר איז ראש השנה. השי"ת האט דיר דא אריינגעשטעלט, ווייל דא דארפסטו זיין.
צו זיין די בעסטע מאמע אין די וועלט, הערן די זיסע געשיכטעס פון דיין דריי יעריגער, איבער... די נייע טאבע וואס די לערערין אין קינדערגארטן האט נארוואס געקויפט, און איבער איר געבורטס-טאג וואס טוט זיך אט אט דערנענטערן... (אין א האלבע יאר... נישט מער...) איר דערציילן מעשה'לעך פון די ביכער וואס זי האט דאס מערסטע ליב, און איר געבן א גוטע זאך לכבוד ראש השנה.
און איר אפשר אויך דערציילן אז אונזער טאטע אין הימל טוט היינט א-ל-ע-ס באשטימען. וואספארא נייע טאבע מ'וועט קויפן אין קינדערגארטן, און וואס ס'גייט זיין ביים גרויסן געבורטס-טאג אין א האלב יאר ארום...
ווייל אונזערע קינדערלעך זענען אזוי הייליג און ריין, און פארשטייען אלעס. מיט זייער תמימות און ריינקייט, מיט זייערע גרויסע אויגן וואס פרעגן אלעס און ווילן אלעס וויסן...
און דא ביסטו, אין שטוב. אויך דאס איז נגזר געווארן אין הימל. און אט די פליכט איז די בעסטע וואס איז שייך פאר דיר – טייערע אידישע מאמע.
ווייל חז"ל זאגן: "אִם אֵין גְדָיִים אֵין תְּיָישִׁים", אויב ס'איז נישטא קיין קליינע שאף קען נישט אונטערוואקסן קיין גרויסע! און די שאף דארפן א פאסטוך. און דו! פאר דיר האט מען געגעבן די חשוב'ע אויפגאבע, אויפצוהאדעווען דעם קומענדיגן דור.
דא און יעצט.
אידישע מאמע, אפגעזען ווי קליין און ווייניג דיינע תפילות זענען, זענען זיי אומבאגרייפליך גרויס און קיינער קען זיי נישט אפשאצן!!!
ווייל זיי דארט, אין די גרויסע בתי מדרשים, שעפשען און שרייען, זענען מקדש און טוען ממליך זיין דעם אויבערשטן, און זייערע געשרייען גייען ארויף ביזן הימל.
און דו, דא, זיצט זיך שטילערהייט... אן קיין רעש, אן קיין מלאכים און שרפים...
נאר "קוֹל דְּמָמָה דַקָּה יִשָׁמַע", ס'הערט זיך אן איידל קול...
און ווי נאר ס'מאכט זיך דיר מיט גרויסע חסדים א רואיגע מינוט ווען דו טרעפסט זיך מיט דיר אליינס, און דו דאוונסט און שרייסט און בעטסט און ביסט ממליך דעם אויבערשטן, אפילו אויב ס'איז א 'געכאפטע' תפלה, אפילו אויב אין די קורצע מינוטן פון חסדים איז דיר נישט געגאנגען אראפצולאזן אפילו איין טרער... אפילו אויב דו האסט דא נישט דערטאַפט דיינע אמאליגע געהויבענע געפילן, זיצנדיג יעצט פארנט פונעם פארקורצטן ראש השנה מחזור...
דיין 'מלכיות' איז צו ממליך זיין דעם בורא טאקע אין די פלאץ וואו דו געפינסט זיך יעצט! דא איז דיין פלאץ! דאס איז דיין תפקיד וואס דער אויבערשטער האט דיר געגעבן און דו ביסט עס מקיים מיט ליבשאפט און שמחה. יא! כ'האב עס אויסגעפירט מיט מסירת נפש, מיט א געפיל אז איך ערפיל יעצט א הייליגע שליחות. דא, דווקא דא.
און זיי, דארט אין די גרויסע בתי מדרשים, שעפשען און שרייען, און זייער געבעט דערגרייכט ביזן הימל... און עס האקט זיך אריין אין א פארשלאסענע טויער.
וואס טוט מען יעצט? וויאזוי קען מען אויפשליסן דעם טויער?
אויפאמאל קומט אן איין קליינע תפלה וואס א אידישע מאמע האט געדאוונט ביי איר אין הויז, בכלל נישט קיין 'איינדרוקספולע' תפלה און אן קיין ספעציעלע, טיפע כוונות. א פרוי וואס האט זוכה געווען איבערצוזאגן די ווערטער פון די אנשי כנסת הגדולה. אזוי (נישט) פשוט. די תפלה דיינס, אן קיין מנין און א גרויסע עולם, מיט אדער אָן ווארעמע טרערן, פון הארצן טיפן, גייט ארויף אין הימל.
ס'גייט ארויף, און קומט אן די נענסטע וואס איז מעגליך...
זי, דיין אייניגע תפלה וואס דו האסט ארויסגעלאזט צווישן די ביסלי און די קאשע, צווישן די קליקס און די מאגנעטן, צווישן "מאמי, ער מאכט מיר..." און "זי האט ערשט אנגעהויבן"... צווישן טרערן פון פארדרוס און טרערן פון געבעט... צווישן א ווילן זיך צו געפינען יעצט אין בית המדרש, און א הויז וואו איך פיר אויס דעם רצון ה' און וואו איך דארף זיין... אט די תפלה קומט אן, ווען אויפאמאל... עפענען זיך פאר איר אלע טויערן.
"שַׁעֲרֵי דְמָעוֹת לֹא נִנְעֲלוּ". דיינע טרערן – אידישע מאמע – עפנט טויערן, און דעמאלטס... אלע תפלות וואס גאנץ כלל ישראל בעטן ברוב עם, קומען אריין מיט אן ענדלאזע שטראם און דערגרייכט ביז'ן כסא הכבוד.
ממש ביזן מלך מלכי המלכים.
און יום כיפור איז די זעלבע זאך. ווען דער בית המדרש איז געפאקט מיט מענטשן וואס זענען דומה צו מלאכים, יעדער איז אנגעטון אין ווייס, דער גאנצער עולם איז ציכטיג און הייליג...
און מיט געטריישאפט זעצטו פאר צו זארגן אויף דיינע קינדער מיט ליבשאפט און הארציגקייט, געבסט צו עסן און בויסט געביידעס פון קעסטלעך, דערציילסט און הערסט... און פון צייט צו צייט... דאווענסטו...
דיין עבודה איז פונקט ווי די עבודה פונעם כהן גדול אום יום כיפור. דיינע תפלות זענען אזויווי זיינס. אויך דער כהן גדול פלעגט דאווענען א קורצע תפלה...
און דיין תפקיד אינדערהיים איז אויסדריקליך א הייליגע שליחות. כלל ישראל ווענדט זיך אין דיר. זייער עתיד – איז אין דיינע הענט.
זיי ממשיך צו דאווענען, וועסט נאך זוכה זיין צו זען מיט די אייגענע אויגן ווי די קומענדיגע דור וואקסט אונטער – בלויז אין דיין זכות!
הער נישט אויף צו מתפלל זיין, האפן און בעטן. אן קיין מחזור, אן קיין יוצרות. פאר דיר, פאר דיין משפחה, פאר גאנץ כלל ישראל.
ווייל דו האסט די כח פון תפלה.
די תפילה פון א מאמע. די תפלה פון א אידישע מאמע,
וואס דאוונט.
און דאוונט צו קענען דאווענען...
א כתיבה וחתימה טובה.
והיא תהלתך

לעצט רעדאגירט: