אביסל ישוב הדעת

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
443
רעאקציע ראטע
2,824
כ'בין היינט געזעצן ביים דאקטער אפאר שעה פאר א פשוטע וויירוס. אז מ'האט צייט צו טראכטן, קומט ארויס א מחשבהלע

דעם דריטן טאג וואס מ'הוסט געפערליך, דעם טאג וואס מ'באמערקט א קליין בערגל. וכדו'. וואס זענען די מחשבהלעך וואס לויפן פארביי.

געוואלד, איך גיי

כ'האב נאכנישט עספיעט צו פארשרייבן ירושה

נאכנישט באדאנקט און גענוג געליבט דעם אשה

נאכנישט געטוהן עפעס וואס בלייבט פערמענאנט

אזוי פיהל געלט אנגעזאמלט און נישט געניצט

וויפיהל זיך גערעגט פאר כבוד פון מענטשן וואס קומען נישט מיט.
וואס האב איך מיט זיי איינגעלייגט?!!

כ'האב געקענט טוהן וואס מיין הארץ באגערט

זיך פרייען מיט וואס ס'איז מיך באשערט

זיך קלויבן נאנטע חברים וואס טראכטן ווי מיך און צוזאמען האבן א גוט לעבן

שעפטי
האסט נאך אביסל צייט

אביסל ישוב הדעת
א קליינע קוק פון אויבן אראפ אויפן לעבן

ווי לאנג בינעך דא

פון ווי קום איך, ווי גיי איך

וואס וויל איך ארויסנעמען פון מיין צייט דא

וואס וויל איך דא איבערלאזן

א דערמאן אז כ'האב א נשמה, מיין פארקלאפטע אינטואישין, זי ווייסט וואס איך וויל.

טוה צום זאך

פארברענג אביסל מיט זיך אליין

באקען זיך מיט זיך

הייב אהן פיהרן א סדר היום וואס דו האסט ליב.

קלויב זיך גוטע חברים וואס דו שפירסט זיך גוט ארום זיי (אהן באהאלטן פילע זאכן)

טוה אן ארבעט וואס דיין הארץ איז מסכים דערמיט

געב אוועק צייט פארן קרעמל ווייל מיט דעם העלפסטו אידישע ברידער האבן א פלאטפארמע פון פרייהייט פון ווארט, ליבשאפט, מ'זאל קענען טרעפן אחים בדעה.
--

אלעס וואס איך וויל איז אביסל ישוב הדעת

געדענקן ווער און וואס איך בין

הושענא נפש מבהלה איז טאקע ווערט א טרער

ס'קען זיין אז א קורץ לעבן מיט ישוב הדעת וועגט מער ווי א לאנגע לעבן אהן דעם.
--

למעשה. כ'האב זיך געמאכט א קבלה בל"נ צו טראכטן יעדן טאג איבער דעם נושא, אפי' פאר אפאר מינוט.

געמאכט א חשבון וועלכע העביט'ס נעמען אוועק מיין ישוב הדעת (איינע פון זיי איז קוקן קורצע ווידיאוס איינס נאכן צווייטן ווי יו טוב שורט'ס וכדו')
 
שטארקע אינספיראציע!

אפשר ביסטע מסביר די לעצטע זאץ.

מיר גראדע גיבט עס אריין א שטארקע חיות, אין עס נעמט נישט ציפול צייט...

מיין פיד איז אויסגעשטעלט צו זעהן בעיקר אינספירערענדע נושאים. אין חיזוק, אין סתם זיסע זאכן.

פארוואס זאגסטע אז עס נעמט דיר אוועק ישוב הדעת?
 
@משתוקק כשם שפרצופיהן כו' כ'רעד נאר פאר זיך. ס'נעמט מיך אוועק פון זיין פרעזענט, דאס איז נישט ישוב הדעת.

צו זיין אין א מצב פון זיך אויסלערנען און וואקסן דארף מען התבוננות, איבערטראכטן געלאסענערהייט. ביי יו טוב שורט'ס שטעל איך זיך נישט אפ צו צעקייען, שוקל זיין וואס איך זעה.
כ'האב זיך געפרעגט אויב כ'קען נאכזאגן פינעף ניצליכע זאכן וואס כ'האב דארט געזעהן די לעצטע פאר וואכן, און כ'האב נישט געקענט.
סך הכל נעמט עס מיך אוועק פון מיין אייגענע מוח און הארץ.

שוין גענוג געפלאפלט, כ'האף כ'האב זיך מסביר געוועהן.
 
עס איז א וויכטיגער זאך צו טוהן (פארשטייט זיך מיט א גבול)
 
Back
Top