אבזערוואציע פון אן אנדער פלאנעט

אינטעליגענט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
357
רעאקציע ראטע
1,130
געשריבן נאך עטליכע דזשוינט פארייכערונגען
איך דריי מיך ארום צוביילט,
איך בין פארטראכט,
מיין קאפ איז וואך,
צופרי, נאכמיטאג, פארנאכט,

האלבע מחשבה'לעך און פארטומלטע אנאליזירונגען,
טוען אין מיר רוישן. איי איי... ווי שטעלט מען דאס אפ!

מיין פריפראנטל קארטעקס איז אויף אווערדרייוו און מיין דיפאולט מאוד נעטווארק גיט פונקען פון סעלף ריפלעקשאן, איך קלער און איך קלער... גענוג געווען! איך מוז זעהן די גאנצע זאך אויפאמאל, איך קען שוין נישט אלעס זעהן אזוי קליין און אין אזוי קורץ.
דאס איז די בעסיק דערהער.

איך אבזערוויר און באטראכט די פלאץ פון מיין יוגנט, אין איינקלאנג מיט די גרויסע וועלט וואס אנטפלעקט זיך צו מיר, שנעלער און ברייטער אין זעה וויאזוי איך טראכט אין איינקלאנג מיט פריינט און מענטשן מיט וועם איך האב אין מקוה פארבראכט און ביי לכה דודי ארומגעלאכט
איך האב מיר געטוישט, האבן זיי?
איינפאך, איך דערקען עס נישט מער. איך בין עפעס ווי אויף א קאלירפולע לופט באלאן וואס פליט ארום איבער די הימלען צווישן ווייט שטרעקנדע אקעאנען און גיט די מעקראו ארויס'גע'זומט בילד פון ווי מ'קען אלעס גוט אריינזעהן. איך טוה איינזעהן ערשט מיט מיין פלאנעט ווי איך רייז, פארט מען פיל ווילדערע גראד פער שטונדע אבער ספעציפיש. און דערנאך מיט א צווייטע פלאנעט פון וואו איך קום און קוק צוריק וואס אין האב דא פארלאזט אין די נישט ווייטער פארגאנגענהייט וואס שפירט דאך ווי ליכט יארן.

וואס זעה איך?
ס'זיצן אפ א גאנצע פריוויזארישע זעלבסט-געמאכטע ציוויליזאציע פון הונדערטע טויזנטע מענער, פרויען, און קינדער מיט צענדליגע דאגות און אבליגאציעס, רולס, און פיער פרעשור זמנים און פייערונגען, פילע קאלענדארן, און רעפראדוקציע אויפגאבעס. אמאל שפירט עס אינגאנצן נארמאל און ווי גארנישט עקסטער קומט דא פאר מער ווי ערגעץ אנדערש צווישן מיינע רייזונגען פון אנדערע פלאנעטן ווייל דאס איז וואס הייסט נארמאל, פון וואס איך בין אליין צוגעוואוינט און יעדער האט מיר אזוי געזאגט, און אמאל שפירט עס ווי א פלאנעט ארויס פון א סייענס-פיקציע נאוול וואס מיין מוח קען נישט באגרייפן, קען נישט/וויל נישט מיטשטיין און געדענקט נישט וויאזוי זי איז אהער אנגעקומען.
פאקרומטע אידילאגיעס, בלבול המוחות, אויבערפלאכע פילזאפיעס, אבסטראקטע קאנצעפטן פון ריאליטי, היסטאריע, פאליטיק, זייער אייגן פלאנעט, און זיכער אנדערע, און פון די גאנצע סעקולער ארום. ווארט א מינוט זיי קוקן ארויף צו מיר, כשם שאני רוקד כנגדך... אה יעצט פארקוקט מען זיך אויף די לבנה. לאמיר זיך געבן א רוק פון דא פאר מ'קען רעדן ווייטער אפן.

ספראווענען זיך מיט האסע, אבער האסע פון מענטשהייט, אפגערעדט - אינדרויסן פון זייער פלאנעט - איז גאר זייער אינדענטיטעט.
משונה'דיגע מנהגים ספעציעל איבערגעפאקט, פארקעסטלט און פארזיגלט, און ספציעל אראפגעשיקט פון טאטע צו זוהן, מיט פרעזערווירנדע כוונות, תמצית'דיגע סגולות, אמונות צדיקים, ארומ'גע'וויקלט מיט קוריאזע מיסטיקע, גרימאס, שאקלען, און פיאות גלעטן, ציפעס, פראסקן, קעגן און חביבות'דיגע לייכטע הערעסמענט און אביוז.
מ'טאר נישט טוישן! הילכן הילכערס
אדער דרשנים, דיינים, גזלנים, שוואנצנים
צו סתם פעדעסטריענס
פראטעסטן און טראמא פון ליידן, צרות פונעם זיידן,
גיי דיך שפאַרן מיט קאשמארן
פון געפארן און איבערלעבענישן.

פוי! טמא!
שיקסע!
סעלף העיטער
הער איך אסאך אין די גערודער
א ברודער צו א ברודער
ווידער און ווידער
קרעכצט מען די קאשמארישע לידער

מ'פאפירט
אז ווען טוישן אפי' מ'פרובירט
צו מ'שטודירט
מ'מיינט ס'איז באצירט און קאלירט
אבער געוואלד די דורות ווערן אראפגעפירט!
פרעזערווירט פלאנעט פרעזערווירט!

אבער דאן... ס'נעמט א ספין תאוות און מיטבאורדס, בקר און בשר, לעעמ און ספעיר
מידיום רער
פון סאוערדאו קיין אויפהער
באלאנסיאגא און פראַדאַ
און שאַאנעל

די זיסע פידל סטורונעס מיט דזישעי און לייט'ס ערזעצט
ווי איז די המשכה? פון די חוט השערה המסורה - יעצט?
צופראסקעט פאר אביסל נארישע פלייש סירעסעלי? וואט?!
א מינוט.. איך קלער
אפשר איז עס איינפאך ווייל מ'איז פון קולטור און זינען לער? און מ'זוכט פרישע לופט צו עטעמען מער?
אבער טראכטן טאר איך נישט. פארגעסן.

ווייטער ווייטער אבזערוויר, קאנצענטריר...

שוויצן און היטן, צומישט און צוחוש'ט. לעבן פאר יענעם, פארן שכן, פארן רבי'ן פארן מוסד,
פארן שכנ'טע
אלעס אויס צומיידן גיהינום מאכט מען זיך ”טראדיצאנאלע מנהגים” אותיות גיהינום
צוהיצטע קאמפארמיטי און דרוק, קעמפן קעגן פירצות, די פרויען, מתנגדות, עירוב און השכלה,
חוקת הגוי, און ווידיאו, דעליקאטע פרינציפן און סענסיטיווע תקנות, הלכות, געפילן,
דוגמע'ס און פארשלאסענע טעריטאריע'ס וואו צו גיין איז שטענדיג פארבאטן.
לעבן מאדנע ווילד פרעמדע לעבנסשטייגער, מיט האריגע געזיכטער און צודעקן, ווי אנדערע בריאים אפגעהאקטע פערזאנען פון די וועלט, פון נארמע'ס און אינטערסאנטע קולטור.
סאציאל אין ביזנעס, אבער נישט באוויסט אין סאצילאגיע.

פסיכילאגיע נאר אויף וויפיל מ'דארף און נישט סתם זיין נייגעריג, ווייל דאס איז שוין טראכטן מאטריאל.

הינט? וואס מיינט דאס, ווינט האסטו געזאגט,.
-ניין הינט, א הינט

כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט... ווייטער ווייטער
קאנפידענט אין רעדן, קניפן שנעל אן קשרים, גייען צו צום פונקט, מיט צוהאקטע ציינער פון שפראך, אבער שעמעדיג פון זינד.

און האבן נאך גאנצע ספיקות צו פארעכטן ציין האט א בענעפיט? איז בכלל ווערט די אינוועסטירונג און איז עס דען בעסער? צו ערגער? ווייל קוק וויפיל האבן נישט קיין ציין און עסן פיין. ס'איז ווי זאגן קוק וויפיל קענען נישט גיין אבער געווינען גרויסע טשאמפיאן פאר נישט קענען גיין, אפשר זאל זיך יעדער מאכן אינוואליד און פארטיג? אז נישט ווי איז די קונץ?

וואס נאך.
געבן מיט ברייטקייט, האלטן זיך נאנט, קיפן אפ מיט יענעמ'ס וועש טאג נאך טאג,
קארגן נישט אויף פרעס, אפעטיטן צו סערווירן זיך און נאך געסט, האבן נישט קיין באונדעריס און געטרויען צופיל.

שנארן מיט אימפעט, ספעמן מיט חשק, אבער דאך אזוי אומבאהאפטן פון ליבן וועלט'ל קריטיש, פיזיש, און גייסטיש.
ווייסט נישט פון בעסער מ'טראכט נישט פון זיך, מייקראסקאפישע וויזיע'ס פון וואס טוט זיך אויף די אנדערע זייט בריק פון לויט זיי עולם התואו ובוהו.

די יעניגע וואס קענען יא א באשעוויס זינגער, א טאם ברעידי, צו א צו א סוט'ס טעלעוויזיע שטיקל נאכזאגן און דורכשמוגלען א ביכ"ל דערווייל וואס מ'שפילט ווייטער דעם קאנפארמיטי און דעם וואק-טאלק עטוואס דערטראגן,

אז מ'זאל נישט דערשיפרירן אז פאר אנדערע פלאנעטן טוט ער אפשר שפיאנירן אבער דאך טראכט נאך אזוי קרום און פארבלאנדזשעט, ווייל אפילו ער און אלע ווייסן נאכצוזאגן אז דער לעצטער וואס איז אראפ פון וואגן, אריינגעשפרונגען אין ים און געשווימען איז פון ברעג ארויסגעקומען און גראד צוריקגעשווימען
די גאנצע וועג! אויף אזוי ווייט! אנדערע ווייסן צו פארציילן אז מ'האט נאכגעהערט אז יענער האט זיך גאר געשטאכן מיט א שווערד טעג נאכן זיך ארויסכאפן פונעם פלאנעט, און עס געענדיגט פאר אייביג. געפערליך. מאנכע פון די שפיאנען פון פלאנעטן די יא נייגעריגע ווייסן אבער זאגן נישט וויאזוי אז זיי האבן שוין ”פארזוכט" האבן שוין אלעס געזעהן, יא זיי פארשטייען וואס מ'פארשטייט נישט ביי אונז און קומען שוין גאר פון דארט און באשטעטיגן מיט א זיכערקייט! (קלאפ אויפן טיש) ס'לוינט זיך נישט! ס'איז ניש, גארנישט!
די גאנצע זאך איז א שטיק פאפעניש! עקזיסטירט שוין גארנישט.
און יעדער שאקלט צו מיט יענע איפארטירטע הייליגע תמימות יא יא, קלוג זאגט ער קלוג איז ער, העלדיש נאך אויך! מ'האט נישט גארנישט פארלוירן דארט, און נישט אז מ'דארף דאס אבער ער איז נאך דער וואס באשטימט עס... אונזער שפיאן- שמועסט די גאס איז כמעט געווארן יענער ווער יענער? וואס דו ווייסט נישט? ר' נעבעך! און ווער גייט אוועק פון פלאנעט ווען ס'איז אלעס דא און פארוואס זאל מען דאס אפילו וועלן? פון דעם נישט, פעלט דען עפעס דא אין מדבר? שוין יעדער גייט זיך צוריק צו זייערע געצעלטן און גייט זיך ווייטער צום לעבן אין פלאנעט אבער פון נעבעך האבן זיי פארגעסן.
נעבעך, נעבעך, קרעכצט מען אונטער.
דערווייל זעה איך נאך בליקן, נאך א יאר פון זיך מוטשענען,
נאך א טאג פון דזשאזשמענט און קריטיק, דעות און מענות און טענות, שעלטן,
בענטשן און וויקטימיזירן, אבער קיין עמפאטיע.
באשמוצן, זיך אויפרעגן און שפעטן און רידיקולירן, און פארענטפערן אבער פחד פון זיין עמלק. ניין נעבעך ניין! איך בין נישט דיר! איך בין נישט דערשראקן פון דיין אקציע, מיר איז גוט ווי איך בין, שפילן זאלסטו מיט א צווייטן! ווייל איך "ראק אוועק" און ווי פינסטער און מאשנלעסס מיין לעבן זאל נאר זיין, און וויפיל נאך לעבן איך זאל נאר ברענגען אויף די וועלט ווען כ'האב פאר די פריערדיגע אזוי אויך נישט געקענט פראוויידן, אבער נעבעך בין איך נישט! דארט טאר איך נישט גיין, יעצט אז כ'האב שוין דאס מקדים געווען קען איך שוין צוענדיגן גיי איך נישט גיין, גלוסט מיר אפילו נישט צו גיין, אין די ארדער!
פאר איך ווייטער אין דעם וועלטל גיי איך דורך אנדערע שטראסע'ס, זום אביסל אריין, און פאר נידריגער דא כ'זעה דארט עפעס... האלט... אה דאס איז עס!
ברייט, שארף, דורכגעטראכט, אינאוועטיוו און קריעטיוו/זעלבסשטענדיגע טראכטער, קערט מיסט, ווען קליינקעפיג, שמאל, ליידיגע עקסטראווערטע שטרויזעק, פארטינקען אין בלאטע, געלטגייציג, און גרויזאם איז געקרוינט מיט כבוד און פראכט און אויטאריטעיט.

מענטשן, פון מאמע'ס געדערים, פון ליבע היימען און צוקוילעטע געוועלבן, וואס האבן געזעהן פייער און גאז, און צוטיילטע פאמיליע'ס זענען מיט עטליכע דורות געווארן קאלטבלוטיג, צו די אנדערע פלאנעטן, די פאלשע און די עכטע, און ביז זיך אליין, צומישט, פארקלעמט, פארפלאגט, צו'מזיק'ט אבער אנדערש, מ'ווייסט נישט מ'געדענקט נישט אבער אנדערש! אנדערש? וויאזוי? האבן מיר נישט דעם זעלבן טראגע ווי זיי? די זעלבע שיינע לאנגע האר, די אייניגע מסורה און מנהגים פון טאט'ן צו זוהן? צו האבן מיר נישט די זעלבע רעצעפטן? די זעלבע יוצר, די זעלבע פארוויקלטע כתבים, די שירים און לידלעך און לעצט געבליבענע ספר ארויס פון דריק, געפירט מיט שיפן און וועגעלעך פונעם לעצט פארבליבענע הייפעלע , געפארן איבער בערג, טאלן, וועלדער און ימים ביזן היינטיגן טאג? וואס הייסט אנדערש? האבן מיר נישט ארומגעקלעבט אונזער "יעצט" אונזער הווה אין די פעקלעך עס צו פאראייביגן לדור דורות מיט שטויב פון די רמב״ם'ס קליידער און זאלב פון פעין און טראמא וואס ציט זיך קייטן פון ר' שמעון בן יוחאי ביזן חת"ם סופר? פונעם גירוש ספרד, ת"ח ות"ת, און פון אוישוויץ ביז לואי שיינער? וואס הייסט אנדערש? אדער די זעלבע? וואס איז עס וואס? זאג דו, וואס דו לעבסט דעס נאך?
מיינסט מ'קען עפעס אוועקמאכן די קלעב קראפט פון די אלע ווייטאג פון רעזשעקשען און פארטיליגונג פון אנדערע פלאנעטן ווי מ'איז טאקע אנדערש און דעמאלטס געווען אייניג מיט יענע אנדערש, בלויז מיט זאגן אז פון די נארישע פאנטאזיע פון אינדרויסן די פלאנעט קען מען זעהן אז ווייטאג קלעבט נישט? אז מיסטיק שטימט נישט? אז ניצחיות איז לעכערליך? אז מיטן פרובירן צו זיין און צו פרעזערווירן "זעלבע" קומט מען אטאמאטיש אן צו אנדערש?

-אנדערש מיר נישט גארנישט דו נידריגע פעלשער אין אונזערע הייליגע זאכן! דו רעדסט ווי איינע פון די משוגעים די נעבעך'ס! דער רעדט נאך, דו לייקענער אין אונזער ציל צו פרעזערווירן דעם פלאנעט, אונזער פלאנעט, ווי ”פון די טייך ביזן ים וועלן זיין פריי” פריי פון עקזיטס און פריי פון ענטרענס! נישט אריין און נישט ארויס. (חוץ פאר בעל תשובות ביז חתונה האבן) אבער outbound איז out of service פון בריקן צו אנטלויפן פון דעי וועלט, די איינציגסטע, פערפעקטע, דערהויבענע, עליטיסטישע, און שלימות'דיגע, פלאנעט פון מסורה'דיגע יעצט.
-וואס זענען די קוואלפיקאציעס דא צו באלאנגען? מ'דארף את עדזשוקעישן?
מ'דארף דזשענעטיק און א פאר פויסטן צו קעמפן!
-דאס אלעס? יא! דאס וואס אונז האבן אויפגעבויט מיט אונזער בלוטיגע ווייטאג און פאנאטישקייטאיינגעזייט מיט בלוט און שווייס פון טרערן, זומען פון טראמא און פונדעמענטן פון פונדעמענטאליזם. פון בלייבן געטריי צו זיך אליין!

אופ... מיטאמאל נעמט זיך מיין סופער באלאן א לאז צום ערד-קוגל מיט א ווילדן ספיד און איך פאר איך אריין אין א אנדיסקלאוסד לאקעישן מ'פאר מיר אין די מעטריקס פון די גאנצע פלאנעט ווי אלעס גייט אראפ, אלעס! אבער ממש אלעס, די אטאמספער איז דיק, קענסט שפירן די טענשן פון נערוועזקייט און איך זעה די קאפיטאן אליינס, מ'רופט אים די אינקיוויזטאר ער איז ווי די סיאיאו פון די גאנצע פעין און מייסטער-פלאן. איך הער די שרעק אין זיין א גוטן, כ'נעם עס אן מיט גרויסע סענסיטיווקייט.
Welcome to the real world… We’ve done it,
א גאנצע קאמענד סענטער טוט זיך דארט, פרעג בעסער נישט וואס דארטן טוט זיך, ספארקס מיט מאשינען, ווי מ'ארבעט טרום אויף יעדעם'ס איינציגע מוח צעל פונעם פלאנעט אין א ריזיגע סוויטשבאורד. מענטשן מאכן זיצונגען וויאזוי צו שטעלן די נעקסטע טריט פאר דעם מענטש אין די מצב, אויפזעהערס געבן נאוט'ס און די ארדערס מוזן אויסגעפירט ווערן. כגיב מיך את שנעלער קוק ארום זעה איך בלינקינג לייט'ס וואס איז דעס געב איך א פרעג דעם גיק ביי די באורד? דאס איז קעיסעס וואס זייער לעבן ווערט יעצט שווערער און מער א פריאריטי פאר אונזער מיסיע צו "פארעכטן" עגונות, אלטע בחורים, מיידלעך, סואיסייד, מענטשן וואס אנטלויפן פון געזעץ, די ערשטע נאמען דארט, וואלדער.. אה איך פארשטיי שוין פונקטליך... וואס איז די סוקסעס קאטעגאריע וואס איך זעה דא? דער יונגטליכער קוקט זיך אום זיכער מאכן קיינער האלט נישט מיט ווי ער ענטפערט מיר. דאס זענען די פארמאכטע קעיסעס וואס אונז האב מיר די בעסטע מצליח געווען,
-מצליח געווען מיט וואס?
-מיט זיי האלטן אין די פלאנעט פאר נאך אכציג יאר אויב נישט הונדערט אכציג, אויב פערפארמט די אלגרעריטם גאר גוט, גראדע כ'האב נעכטן געזעהן די נייעסטע סטאדיס, איך דארף עס טאקע ליינען רעדנדיג טייפט ער אריין מיט א שנעלקייט און ער פארט אריין אין זיין סקרין און האט שוין לאנג פארגעסן פון מיר ..
די בלוט קומט מיר ארויף, איך בין אזוי אין כעס, אבער נישט זיכער צו איך חלום, צו איך קען מיך רעגן צו איך גיי באצאלן טייער פארן שרייען.


כ'גיי אריין אין די פרעסע קאנפערענץ מאדזשול
בואאההאהא הא הא הא.... צו לאכט זיך דער אינקוויזטור וואס יעצט פיל איך שוין נארסיסיסט ווייב'ס פון אים... קיינער! קיינער אנטלויפט נישט פון אונז און בלייבט לעבן אויף די אנדערע זייט ים! הא הא הא.. די זייט פון וויסטעניש, פון טראמא, פון זעלבסטמארד, און פיין, און "פרידעם" תענוגים, הם רצים, און נישט האבן קיין לעבן...

אקעי כ'האב גענוג געהערט, מיין חוצפה שטארקט זיך און כ'פרעג אריין,
-אויב האב איך נישט קיין לעבן דא ווי איך בין? איך זאג פארנט פון אלע דיינע זיבן שווענץ וואס זיצן ארום דיר אז דו ביזט א דאם מאדער פאקער וואס האט נאך קיינמאל נישט עכט געלעבט? אז דאס לעבן פון א צווייטן איז א בלויזער שפיל ביי דיר הא?
שווייג! דו אומוויסנדער שלאנג, דו שטיק דמיון קארפן קערער... שטיק מיסט וואס דו ביזט! דו ביזט קוים געבוירן געווארן, אין אונזער פלאנעט איז א גדול איינער פון פערציג, אבער דו וואס דו ביזט דא פאר פינף מינוט וועסטו פאר די חוצפה ווערן בר מצוה הערשט ביי די צוויי און דרייסיג, פאר דיין שפל המדריגה. נעמטס אים, דא, אזוי לייג אים ארויף אויפן בראטער, דא וועסטו רעדן ווען גערעדט צו דיר.. דו ווייסט אז דו ביזט נישט מער ווי אנגעווייטאגט, פאנארט און צומישט, דו זעהסט א פארקערטע וועלט אין דיין קאפ אבער דא איז די עולם האמת און דו פארשטייסט נאכנישט אלעס וואס דו זעהסט! און פאר דעם רעדסטו ווי די ר' נעבעך, רעדסט ווי איינער ווי אויף אונזער לעוול אין די פלאנעט האט ווייניגער שכל ווי א קאץ, דו ווייסט גארנישט נישט ווי דו ביזט דא! האהאה האה הועייעיעיע צושיסט ער זיך מיט סאדיסטישע קולות מיט א וואלקן פון רויעך וואס ער אטעמט אריין אין מיר. דו שפירסט נאכנישט, קענסט נאכנישט רעדן אונזער גערעדעכץ. קוק אן זיינע דארטשיגע מוסקלען, זעהסט? קוק ווייזט ער פאר איינער פון די סטודענטן ער איז נאך פערציג ליכט יארן פון זיין א "ריל" קעמפער, דו הערסט? כל התורה כולה ווארפט זיך אין די מעטריקס! און אים? אים ווילסטו נאכמאכן? ווען דו גייסט דא אויפשטעלן א פרישע פלאנעט? מיר געבן דיר כוחות כוחות צו טוהן און אויפטוהן, בואאההאהא הא הא הא... און דו מיט דיין טראכטן מיינסטו גייסטו ערגעץ אנקומען? ווער וואס? מיר אין די פלאנעט טראכטן נישט! מיר טוען! מיר בויען! מיט טראכטן קען מען עפעס אנקומען צו פאפולירן די וועלט? און אזוי שנעל? מיר זענען די וועלט, און די וועלט איז אונז! אן טראכטן! געלט, כבוד, רבנים, קינדער, עקספאו'ס, בארגן און פארבארגן, חסד, אן טראכטן! אן קיין גארנישט! כ'וויל פון דיר נישט הערן! גענוג! צינד אן די פייער... און דו ווייפ זיין ברעין אבער שוין... !!!Full atrophy, go
ניין.... אהועאאא! פארוואס בין איך געבליבן דא?! פאק! פארוואס בין איך נישט אריינגעשפרונגען אין ים און זיך ארויסגעריסן פון די פענטעסי וועלט! אוטטשש! פאאאקק... ס'איז דערנאך, איך בין א סוקסעס פראדוקט פון די פלאנעט. אההה יא כ'בין סוקסעפוללל..

האסט הנאה לאז וויסן אין די קאמענטארן וועל מיר עס שפינען ווייטער. שכח פאר ליינען ביז דא.
 
לעצט רעדאגירט:
@אינטעליגענט ר' נעבעך! פארוואס טראכסטו?!!!
אויש! יעצט מאכסטו מיר אויך טראכטן!
כ'שריי הויעך שששאַ!!! בשעת מיינע פינגער שטאפן צו מיינע אויערן, מיינע אויגן האבעך צוגעמאכט אזוי שטארק כאילו דאס וועט צומאכן מיינע עיני השכל פון זעהן. כ'שאקל מיין קאפ אויף ניין אהין און צוריק אזוי שנעל ווי דעם צובראכענע ספיד דאַמערער פונעם פילאט וואס זעהט עיליענס.

ווי איז די מנהל פון ק"ש ווען מ'דארף איהם!! שנעל מעקן!! כ'וויל עס נישט זעהן!! איין מינוט כ'מוז צוריק לויפן צו מיין דשאב צו באצאלן א חלק פון די חובות פאר מיינע צעהן קינדער (וואס זעהן מיר כמעט קיינמאל ווייל כ'בין פארנימען ארבטן פאר זיי.) כאטש וועלעך פארגעסן וואס כ'האב דא געליינט.

דער נעבעך, משוגער, רעדט זיך איין ער וועט טרעפן בעסערע גליקן אינעם ליידיגן חלל אריין?! ס'דאך דא אזוי פיהל חסד ביי אונז! אונז ווייסן אלעס!
--

כ'האב עס דורכגעליינט מיט איין אטעם. כ'פייגער פאר מער.
פליז כאפ נאך א שלעפ 😍
 
@אינטעליגענט ר' נעבעך! פארוואס טראכסטו?!!!
אויש! יעצט מאכסטו מיר אויך טראכטן!
כ'שריי הויעך שששאַ!!! בשעת מיינע פינגער שטאפן צו מיינע אויערן, מיינע אויגן האבעך צוגעמאכט אזוי שטארק כאילו דאס וועט צומאכן מיינע עיני השכל פון זעהן. כ'שאקל מיין קאפ אויף ניין אהין און צוריק אזוי שנעל ווי דעם צובראכענע ספיד דאַמערער פונעם פילאט וואס זעהט עיליענס.

ווי איז די מנהל פון ק"ש ווען מ'דארף איהם!! שנעל מעקן!! כ'וויל עס נישט זעהן!! איין מינוט כ'מוז צוריק לויפן צו מיין דשאב צו באצאלן א חלק פון די חובות פאר מיינע צעהן קינדער (וואס זעהן מיר כמעט קיינמאל ווייל כ'בין פארנימען ארבטן פאר זיי.) כאטש וועלעך פארגעסן וואס כ'האב דא געליינט.

דער נעבעך, משוגער, רעדט זיך איין ער וועט טרעפן בעסערע גליקן אינעם ליידיגן חלל אריין?! ס'דאך דא אזוי פיהל חסד ביי אונז! אונז ווייסן אלעס!
--

כ'האב עס דורכגעליינט מיט איין אטעם. כ'פייגער פאר מער.
פליז כאפ נאך א שלעפ 😍
שכח שכח, והמבין יבין, כ'פריי מיך אז דו פארשטייסט צו דעם, נישט געהאט קיין אהנונג וויאזוי ס'וועט אויפנעמען
 
@אינטעליגענט, דאס איז עפעס אזא הערליך שטיקל פילאזאפיע, פאעזיע, קאלטורישער אנאליז וואס איז טאקע שלא מעלמא הדין!

אריגענאל, שפיזיג, און טיפזיניג.

מזל טוב!
דו האסט גוט אויסגע'מל'עט דעם סיסטעם, נתגלה העטרה, ונודע כי נחסר מטרה, בלתי הרבות לפרנסים שררה.

באלד ביים אנהייבן ס'ליינען האב איך געשמעקט הייסע פרישע טאלאנט וואס האט זיך פשוט איבערגעגאסן פונעם איבערגעפילטן גלאז.

א הערצליכן דאנק פארן מיטטיילן דיינע ווערק! ומחכים לעוד.
 
@אינטעליגענט, דאס איז עפעס אזא הערליך שטיקל פילאזאפיע, פאעזיע, קאלטורישער אנאליז וואס איז טאקע שלא מעלמא הדין!

אריגענאל, שפיזיג, און טיפזיניג.

מזל טוב!
דו האסט גוט אויסגע'מל'עט דעם סיסטעם, נתגלה העטרה, ונודע כי נחסר מטרה, בלתי הרבות לפרנסים שררה.

באלד ביים אנהייבן ס'ליינען האב איך געשמעקט הייסע פרישע טאלאנט וואס האט זיך פשוט איבערגעגאסן פונעם איבערגעפילטן גלאז.

א הערצליכן דאנק פארן מיטטיילן דיינע ווערק! ומחכים לעוד.
גם אני מצטרף
@אינטעליגענט, כשמו כן הוא
 
Wow! הערליך. אבער פארוואס לאזטו אונז הענגן דא צווישן די פלאנעטן?
 
די ווייטוג פון טראכטן איז דאך ביטער. ווי נאר טראכטן מען הייבט אן גוסט זיך בלוט אן א צאל. א יעדעס קלייניגקייט אין די פלאנעט וואס די האסט אבזערווירט איז פארגאסן מיטן טייכן בלוט, און ווייטוג אן א צאל. עס איז נישט כדי צו טראכטן. עס מאכט דאס לעבן זייער שווער אן קיין שום באזיס עס צו קענען טוישן. טא, פארוואס זיך ספראווען מיט די אבזערוואציע, לאז גיין, לאז געמאכט. פיר דיר דיין אייגענע לעבן וויאזוי צו דיר געבראכט.

ואידך ? פרישא זיל גמור ווי אזוי צו באהאנדלן לעת מצוא (מוצא אני מר ממות) לעב און לאך, לאז די אבזעוואציע געמאכט.
 
דאנקע שיין פאר יעדער עקסטער, ס'גיט מיר ערנסטע סיפוק אז מ'קען צורירן צום פינטל און מאכן אנדערע אריינטראכטן. שכח שכח wow
 
@אינטעליגענט, דאס איז עפעס אזא הערליך שטיקל פילאזאפיע, פאעזיע, קאלטורישער אנאליז וואס איז טאקע שלא מעלמא הדין!

אריגענאל, שפיזיג, און טיפזיניג.

מזל טוב!
דו האסט גוט אויסגע'מל'עט דעם סיסטעם, נתגלה העטרה, ונודע כי נחסר מטרה, בלתי הרבות לפרנסים שררה.

באלד ביים אנהייבן ס'ליינען האב איך געשמעקט הייסע פרישע טאלאנט וואס האט זיך פשוט איבערגעגאסן פונעם איבערגעפילטן גלאז.

א הערצליכן דאנק פארן מיטטיילן דיינע ווערק! ומחכים לעוד.
זייער גערן. ס'קומט צו א פוינט ווי מ'קען שוין נישט זאגן דא א ווארט און דארט א ווארט, מ'דארף עס אריינלייגן אין איין פאס און שינדן און אויף שאקלען.

ס'האט אפאר טיילן, פילזאפיע, משל, פאעזיע אויסגעמישט מיט speculative fiction דיסטאופיעניזם געבארגט פון די בארימטע מאווי The Matrix א געוואלדיגע פילם.
 
@אינטעליגענט ר' נעבעך! פארוואס טראכסטו?!!!
אויש! יעצט מאכסטו מיר אויך טראכטן!
כ'שריי הויעך שששאַ!!! בשעת מיינע פינגער שטאפן צו מיינע אויערן, מיינע אויגן האבעך צוגעמאכט אזוי שטארק כאילו דאס וועט צומאכן מיינע עיני השכל פון זעהן. כ'שאקל מיין קאפ אויף ניין אהין און צוריק אזוי שנעל ווי דעם צובראכענע ספיד דאַמערער פונעם פילאט וואס זעהט עיליענס.

ווי איז די מנהל פון ק"ש ווען מ'דארף איהם!! שנעל מעקן!! כ'וויל עס נישט זעהן!! איין מינוט כ'מוז צוריק לויפן צו מיין דשאב צו באצאלן א חלק פון די חובות פאר מיינע צעהן קינדער (וואס זעהן מיר כמעט קיינמאל ווייל כ'בין פארנימען ארבטן פאר זיי.) כאטש וועלעך פארגעסן וואס כ'האב דא געליינט.

דער נעבעך, משוגער, רעדט זיך איין ער וועט טרעפן בעסערע גליקן אינעם ליידיגן חלל אריין?! ס'דאך דא אזוי פיהל חסד ביי אונז! אונז ווייסן אלעס!
--

כ'האב עס דורכגעליינט מיט איין אטעם. כ'פייגער פאר מער.
פליז כאפ נאך א שלעפ 😍
Sending you lots of love from a different planet. I'd give you a hug if I could through my device 😭
 
די ווייטוג פון טראכטן איז דאך ביטער. ווי נאר טראכטן מען הייבט אן גוסט זיך בלוט אן א צאל. א יעדעס קלייניגקייט אין די פלאנעט וואס די האסט אבזערווירט איז פארגאסן מיטן טייכן בלוט, און ווייטוג אן א צאל. עס איז נישט כדי צו טראכטן. עס מאכט דאס לעבן זייער שווער אן קיין שום באזיס עס צו קענען טוישן. טא, פארוואס זיך ספראווען מיט די אבזערוואציע, לאז גיין, לאז געמאכט. פיר דיר דיין אייגענע לעבן וויאזוי צו דיר געבראכט.
יע...
ווען איך האב אנגעהויבן טראכטן האב איך געזוכט א וועג צוריק מיט א פּיל וואס קען מעגליך מאכן פארגעסן אלעס וואס כ'האב ליידער צאמגעטראכט...
 
Back
Top