עבודת אכילה

טעוויע דער מילעכיגער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
15
רעאקציע ראטע
108
דא וויל איך עפענען אן אשכול וועלכעס זאל זיין געאייגענט פאר קאכן/באקן/גרילן/קיורן/זויערן/בארביקיוען וכו'


זייט די מי טו מאוומענט האט אנגעהויבן צו פאראייניגן די מענטשהייט אז מענער און פרויען זענען גלייכע און אייניגע באשעפעניש. פרויען האבן אנגעהויבן טרייבן אויטאס און טראקס, טאנקן אין מיליטער, לייגן טלית ותפילין ביים כותל המערבי, און נאך מענערישע ענינים, האבן די מענער אפגעמאכט צו ווייזן פאר די פרויען אז זיי קענען אויך פירן א קיך ווערטשאפט, ביז וואשען די דישעס פארשטייצעך און מאפן די פלאר, ווייל סכו"ס קענען די פרויען דאס אסאך בעסער און אויך באדן די קינדער.


אלע וויצן אין א זייט, קאכן איז בעצם א חכמה ואינה מלאכה קשה, ס'פארלאנגט זיך נאר גאר אסאך עקספיריענס און וויסענשאפט. היינצוטאגס מיט אזויפיל אינפארמאציע אויף די גאס קען מען זיך גרינג אויסלערנען פאר וועם ס'אינטערעסירט, ווי למשל פאר מיר, און דערפאר קען עס זיין א השלמה פאר איינעם וואס קען אהער שטעלן פיינע עסן. אין די סעקולארע וועלט איז קאכן א שטארקע זאך, מ'גייט אין קאלעדזש דערפאר, מ'קען נעמען א דעגרי דערויף מ'קען פארדינען גאר שוין, העלל'ס קיטשען יוכיח.


גאר אסאך טינט איז שוין פארגאסן געווארן אין מאגאזינען, צייטונגען. גרויסע קאמפעטישן מיט קריטיקירער פאר קאלינערי פארמעסטן איבער די וועלט ווערן געמאכט יעדעס יאר. עסן דרייט זיך ארום טראדישן און קאלטור, בקיצור די גאנצע פני תבל ומלואה דרייט זיך ארום אכילה. די שטערקסטע און גרעסטע תאוה אין די וועלט איז אכילה. ווי אויך אינעם אידישן קאלטור איז עסן די שטערקסטע זאך. אין די הייליגסטע מאמענטן איז מען פארנומען מיט אכילה, שבתים, ימים טובים, אלץ פייערט מען מיט אכילה ושתיה, אינעם הייליגסטן פלאץ ביי אידן איז מען פארנומען מיט אכילה, אין בית המקדש דרייט זיך איבער מיט אכילה, תשובה/כפרה דרייט זיך איבער אכילה, כהנים אוכלים ובעלים מתכפרים. אין די תורה איז פארהאן פוהל אינסטראקציעס וויאזוי צו צוגרייטן עסן, אין פרשת וירא ווען די מלאכים בדמות אנשים זענען געקומען באזוכן אברהם אבינו, און אונזער הונדערט יעריגע פריש ג'מל'טע זיידע האט ארגענאזירט א סעודה פאר די דריי געסט, וימהר אברהם האהלה אל שרה ויאמר מהרי שלש סאים קמח סלת לושי ועשי עוגות פינקטליכע אינסטראקשענס וויאזוי צו באקן פיינע פרישע ראפאגאש בארכעס'לך. ואל הבקר רץ אברהם ויקח בן בקר רך=סאפט, א גוטע קוואליטעיט בהמה, וטוב וימהר לעשות אותו. ויקח חמאה וחלב וגו' די תורה שפירט פאר וויכטיג אויסצורעכענען דעם גאנצן מעניו מיט אלע דעטאלן.


וויאזוי צו באקן די לחמי תודה, לחם הפנים, מנחת מחבת, מאפה תנור, מרחשת, אאו"ו קאכן די פלייש פון די קרבן פון דעם נזיר. חזה ושוק פאר די כהנים. בארביקיוען דעם קרבן פסח. ס'איז ברור כשמש אז א חלק פונעם שלימות פונעם מענטש בכלל און איד בפרט איז צוגרייטן עסן דורך קאכן/באקן/ בארביקיוען/זויערן/גרילן וכו' וכו' א גרויסע און וויכטיגע טייל פונעם לעבן. צו זיין א עהרליכער איד ברויך מען קענען די אלע זאכן.

שטעלטס ענק פאר די כהנים אין די עזרה אויב האבן זיי זיך נישט אויסגעקענט מיט די פלייש שניטן האט געפעהלט אין זייער השלמה פון צו טוהן געוויסע עבודות, כ'רעד שוין נישט פון דעם אז זיי האבן נישט געקענט אהער שטעלן פיינע מיעט בארדס. גאנצעטע גמרות מיט פולע סוגיות וועלכעס זענען געבויעט אויף אכילה, צו ס'איז פון די פולע סארטן קרבנות, קדשים, קדשים קלים, מנחות, וויאזוי מ'נהאט דעקארירט בעסקעטס ביכורים. בקיצור, וואו מ'דרייט זיך איז יהדות פול מיט מסכת אכילה.


אשר על כן טוה איך מיך אנגארטלן מיינע לענדען מיט א קאך שירצל און מ'גייט זיך נעמען צו די עבודה. כ'בעהט דעם עולם אריינצוקומען דא און מהנה זיין דעם מענטשהייט מיט גוטע רעצעפטן ליהנות בהם בני אדם
 
ווער איז נאך אזוי פאסיג צו גיין פתיחה פאר אזא וויכטיגע שנירל? אוודאי נאר אונזער טעוויע, דער טראדיציאנאלער אידל מיט זיין טעפעלע מילך און די פיינע פוטער געבעקסען וואס זיין ליבער גאלדא סערדצע גרייט אים צו.

נאר וואספארא פוטער געבעקסען פלוצים אין קאפ אריין? אונזער נייער טעוויע איז מיר א גאנצער מאדערענער געווארן, פוטער בילקעס מיט הערינג איז אים שוין נישט גענוג, קיורד פיש דארף ער! זויערע בארכעס האט אים פארגליסט! נו, שוין, זאל אים וואויל באקומען, גאלדא סערדצע דרייט זיך איבער אין קבר וואס פון איר אייניקל איז געווארן, אבער שוין, גענוג מיט די מוסר, אז דו קיורסט שוין יא, און אז דו זויערסט און גרילסט שוין יא, לייג׳זשע טאקע ארויף דא פונקטליך וואס אזוינס מ׳ברויך צו טון צו מאכן די אלע וואונדערבארע מעדני מלכים, ווייל ביי מיר איז א בחינה פון איש בער לא ידע, חרפת אדם ובזוי עם, ווייסעך וואס די אלע זאכן דארפען צו מיינען, ביי מיר טייטשט זיך די זמירות אזוי, תרנגולים מפוטמים איז טשיקען, ברבורים איז ווייטער טשיקען, ושלו איז ווידעראמאל טשיקען, ודגים איז געפילטע פיש, נו פרעג איך אייך, קען איך נישט נוצן קיין שיעור אין טעוויע-דעם-אייניקל׳ס געגרילאכץ און געפרעגלאכץ? איך מעג דאך קענען די טייטש פון מה ידידות, צו אפשר ניין?

איז ווארטען מיר טאקע בכליון עיניים, ווייל דאס הונגער איז גרויס און די פרידזשידער איז ליידיג.
 
לעצט רעדאגירט:
שוין.. היינט האב איך איינגעהאנדעלט א שיין שטיקל סאלמאן פיש (גרילל רעסעפי וועט נאכקומען האפענטליך ס'קומענדיגע וואך) און געזוכט דעם גרויסן דיאמאנטן שטיין, נישט די לעב ערפינדענעם, נאר פון די עכטע ווארע, בעלגישע רוסישע הערליכע ווייסע לעבעדיגע גלאנציגע סחורה וואס דער רשע האט באהאלטן נישט וועלענדיג ס'זאל אריינפאלן צום אידל, און נישט געפונען!😔 אבער דאס גייט מיך נישט אפהאלטן פון אהערשטעלן א פיינעם געבראטענעם פישל לכבוד שבת קודש
 
לעצט רעדאגירט:
א היימישע געשעפט אין וויליאמסבורג דאכצעך האט געוואונען דעם טיטל דורעך די פאַקס נייעס אגענטור אלס דער בעקעריי מיט די בעסטע בייגלעך.

אלזא מיר היימישע אידן האמיר זיך נישט וואס צו שעמען, מיר זענען "טאַפּ אָף דע ליין!" איז במילא זאל דער עולם אריינקומען מיט עקסטרעמע עקסטאז און געמיינזאמע כוחות. שטייצעך @טעוויע דער מילעכיגער קום אריין מיט גוטע רעצעפטן פאר רויע פישן, אויך טאקטישע אנווייזונגען וויאזוי צו הייצן דאס בראָטל אין בעפארברייטונג צון טשאָק איי סטעיק...
 
לעצט רעדאגירט דורך א מאדעראטאר:
Back
Top