- זיך איינגעשריבן
- אוג. 5, 2024
- מעסעדזשעס
- 24
- רעאקציע ראטע
- 198
זיצט מיין פלומעניק - א אינגערמאן אין זיינע צוואנציגער יארן ביי מיין שבת טיש און ער זעהט אז איך בין זיך מסתפק מיט א $13 דאלערדיגען פלעשל פארן יום השישי ויכולו... רופט ער זיך אן: נע, כ’זעה דער פעטער פארשטייט נישט צו קיין וויין... און איך האב איהם צוגעשאקלט מיט’ן קאפ נא נא...
דאס קומענדיגען מאל ווען ער האט זיך געאורח’ט ביי מיר אויף א שבת האט איך געשאפט פון א לעצטיגע עלעגאנטע שמחה א ליידיגען פלעשל פון א הונדרעט דאללערדיגען וויין, און איך האב עס אנגעפילט מיט א פשוטען קדם וויין און איך האב עס געלייגט אויפן שבת טיש, און שטייצעך ער האט מקיים געווען דעם מוזגין כוס ראשון ושני בהידור רב, און טאקע כטוב לב הנעפיו ביין אמר לפעטער: יא כ’זעה אז דו פארשטייסט גאר גאר גוט צו א וויין, כ’זעה אז דו האסט א גוטע מבינות און א טעיסט און נישט אויפגעהערט צו זאגן שירה על היין...
אלזא אלע שר המשקים’ס וואס זענען אויך שר האופים’ס, באקט ווייטער ענקערע מבינות און די וויין סוחרים זאלן ווייטער מאכן געלט יעדע ערב שבת פון ענק.
לחיים אלע ספענדערס!!!!

לעצט רעדאגירט: