- זיך איינגעשריבן
- אפר. 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 224
- רעאקציע ראטע
- 1,543
לאמיר אביסל רעדן וועגן ענערגיע.
דיסקלעימער, איך האב נישט קיין סאך צו פארקויפן אינעם נושא, אבער די ביסל וואס איך וועל ארויסלייגן וועט האפנטליך דינען דעם ציל און עפענען א שמועסן איבער'ן נושא, איך ווייס בידיעה ברורה אז ס'דא פאראן א שיינע צאל קלוגע חברים וואס וועלן קענען אריינרעדן און צולייגן און האפנטליך וועט דא עפעס ווערן.
זית'ל, שוין גענוג גע'דרש'נט.... קום שוין צום ווארט.
אונזער זון שיינט אויף אויפן האריזאנט יעדע אינדערפרי און כאפט א דרימל אויף דער נאכט.
וויפול ענערגיע גיבט די זון ארויס?
יעדע איינציגע סעקונדע, געט די זון ארויס גענוג ענערגיע צו קענען צושטעלן עלעקטריציטעט פארן גאנצן כדור העולם פאר א משך פון פינף הונדערט יאר!
ס'טייטשט, אין משך פון צוועלף סעקונדעס האט די זון ארויסגעגעבן גענוג עלעקטריציטעט פארן גאנצן וועלט זינט אדם הראשון ביז יעצט.
די זון דינט שוין אזוי לפחות קרוב צו זעקס טויזנט יאר, אדער לויט די וואס זענען מקיים דעם מאמר חז"ל 'חכמה בגוים תאמין' אן קיין דריידלעך און פשעטלעך, אריבער פיר און א האלב ביליאן יאר (למספרם שטייצעך...).
אין אונזער גאלאקסי 'די מילקי וועג', איז דא נאך ארום פיר הונדערט ביליאן אזאנע שטערנס ווי אונזער זון (טייל גרעסערע און טייל קלענערע).
אינדערמיט פון אונזער גאלאקסי איז דא א ריזיגן 'שווארצע לאך' וואס האט אין זיך א צעדרייטע מאס פון ענערגיע וואס א מענטש איז נישט ביכולת צו באגרייפן. דער 'שווארצער לאך' איז די גורם אז אלע שטערנס אינעם גאלאקסי זאלן זיך דרייען ארום איר (אריינגערעכנט אונזער זון מיט איר גאנצע סאלער סיסטעם, אנחנו בתוכה)
צו פארשטיין אביסל די שטארקייט פונעם ענערגיע פון א שווארצע לאך, וועט זיין גענוג צו זאגן אז א שווארצע לאך די סייז פון אן עפל, וועט קענען אריינשלינגן אונזער גאנצן כדור העולם אין זיך!
די שווארצע לאך אין מיטן אונזער גאלאקסי איז ארום פיר און האלב מיליאן מאל די גרויסקייט פונעם זון וואס איז 1.3 מיליאן מאל די גרויסקייט פון אונזער כדור הארץ, און זי איז נישט די גרעסטע שווארצע לאך אין די ספערן, אין פאקט זענען דא שווארצע לעכער וואס זענען צענדליגע טויזנטע מאל גרעסער ווי אונזער שווארצן לאך.
אונזער וועלטל (די בלויע פינטל), רעלאטיוו צום זון.