עקספיריענסן גאט

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
679
רעאקציע ראטע
2,692
אין א דערנעבעדיגן שנירל האט @mevakesh געשריבן איבער א סארט גאר שטארקע סייקעדעליקס אין וועלכע מ'קען זעהן גאט, און בתוך הדברים איז ער מסביר אז די עקספיריענס איז נישט עפעס וועלכע מ'באגרייפט מיטן שכל נאר דורך עקספיריענס. דעם טערמין האב איך שוין גאר אסאך געהערט פון חברים וידידים וועלכע האבן שוין געמאכט כל מיני סייקעדעליק טריפס און יעדער איז עפעס פארנומען מיט עפעס אן עקספיריענס פון זעהן גאט.

איך וואלט זייער געוואלט פארשטיין וואס דאס מיינט? די פראבלעם איז, וועלן די וועלכע האבן עס עקספיריענסד, מיך מסביר זיין אז דאס קען מען נישט פארשטיין היות ס'האט נישט מיט שכל און לאגיקע צוטוהן נאר ענדערש מיט עקספיריענס און עס מיטלעבן.

עטליכע שאלות וועלכע נאגט מיך.

ווען איינער זאגט אז ער האט געזעהן אדער געשפירט גאט, פון וואספארא מין גאט איז דער מדובר? א רעליגיעזער גאט אדער א גאט פון באשאף, אן אלמעכטיגער גאט וועלכער האט גארנישט מיט רעליגיע צוטוהן? די נפק"מ כאפט ווייל אויב איז דער מדובר פון א רעליגיעזע גאט דאן אויב א קריסט למשל אדער א הינדא, בודהיסט, אדער א מוסלמענער גייען אויף אזאנע סייקעדעליק טריפס און זאגן אז זיי האבן געזעהן יעזוס, מוחמד אדער יעדער מיט זייער גאט און זיך גאר קאנעקטעד מיט זיי דורך עקספיריענס דאן מיט וואס איז דער אידישער עקספיריענס מיט זעהן גאט מער אמת ווי דער קריסט וועלכער זעהט און עקספיריענסד זיין גאט?

אויב איז עס אבער א גאט וועלכער האט נישט דייקא מיט א רעליגיע צוטוהן, נאר דער גרויסער גאט, די יוניווערס די ענערגיע וועלכער איז ממלא דעם גאנצן ספעיס, דאן פארשטיי איך נישט וויאזוי ווערן אטעאיסטן נאכן נעמען די סייקעדעליקס פרום, און פארקערט גאר זעהט מען אויך ווי פרומע קריסטן אדער אידן ווערן אטעאיסטן? וואס האט עס מיט פרומקייט צוטוהן?

איך האב שוין געוואטשד עטליכע יוטוב קליפס פון ביידע זייטן, וועלכע האבן גענומען סייקעדעליקס און געטוישט פון רעליגיעז צו אטעאיזם און פארקערט.

קען מיר איינער ביטע אויסקלארן דעם צומישעניש?
 
ווייל סאיז דא מענטשן וואס ווערן איבערגענימען פון די עקספיריענס ווען זיי זעהן גאט (קלאמפיש) וזה הוא .

נאכדעם איז דא מענטשן וואס זאגן נאכן עקספיריענס א געשעפט האב איך גאט איז נישט אראפגעקימען צו מיר יעצט סאיז פלעין און פשוט אן אוליזיע א טריפ א אויג פארבלענדעניש און דא ענדיגט זיך עס
 
לעצט רעדאגירט:
איך מיין אז גאט איז אחדות און אור אין סוף נאר יעדער לערנט עס אפ אנדערש
איינער וועט עס אפלערנען אז מען דארף זיך מדבק זיין אינעם אור מיט מצוות מעשיות איינער דורך מעדיטאציע און א דריטער אז אלעס איז איינס ממילא איז נישט נוגע גארנישט
ווער איז גערעכט? נאר איין גאט ווייסט...
 
איך האב גראדע געהאט א עקספיריענס ביי breathwork און געטראפן גאט און עים געפרעגט פארוואס ער האט געברענגט די האלאקאסט
אשאד האסט מיר נישט געזאגט פארדעם, כ'האב נאך א זאק מיט קשיות. וואס האט ער דיך געענטפערט, אויב בכלל?
 
לעצט רעדאגירט:
איך מוז ליינען מער דערוועגן, אבער לויט ווי איך פארשטיי יעצט איז אז די וועג וויאזוי סייקעדעליקס ארבעט איז אז ס’אנדעקט די טיפע, סובקאנשיס מח פון א מענטש און מאכט איהם געוואר פון זאכן פון זיך וואס ער וואלט נישט געוואיסט סתם אזוי. דאס איז צו זאגן אז עס נעמט אוועק די אגא (ego) און די מענטש קען זעהן מיט א קלארקייט זיין אמת, זיינע געפילן, און זיין וועג פארויס. פאר א יעדע מענטש איז דאס אנדערש— פאר איין מענטש איז צו ווערן א רעליגיע גאט גלויבעגער, און פאר איין איידערער איז צו אוועקגיין פון ארגענייזט (organized) רעליגיע און צו קאנעקטן מיט ׳גאט׳ אויף איין אנדערעם וועג. א מענטשס עקספיריענס און פערסעפטין (perception) איז וואס מאכט די וועלט ארום איהם.
 
גענאגעלט!!
דו מיינסט ארויסצוברענגן אז וואס ס'ליגט אינעם סוב קאנטשעס פונעם מח דאס עפענט דער מעדיצין אויף, ס'הייסט אויב אין איינעמס סוב קאנטשעס ליגט אטעאיזם און אפילו ער איז יעצט אויף די מינוט רעליגיעז וועט ער צוריקגיין צו אטעאיזם, און די זעלבע פארקערט. און דאס זעלבע גייט אן ביי קריסטן און סיי וועלכע רעליגיע נישט נאר ביי אידן. און דערפאר וועט דער מענטש אויך שפירן קאנעקטעד און רואיג מיט זיך אבער דאס האט בעצם גארנישט צוטוהן מיט גאט
 
איך מיין אז ס׳איז נישט דווקא אז אין דו מח ליגט אטעאיזם, נאר אמתדיגקייט און וואליוס (values) און גלויבונגען וואס שטימען נישט מיט די וואליוס פון די רעליגיע אדער קולטור. און טאג טעגליכע לעבן קען מען אראפדרוקן און אראפקוועטשן דעה צוקרוגטע זאכן, און דאס קען מאכן א סארט אימצופרודענקייט און א מענטש אבער אסאך מאל ווייסט ער נישט קאנשיסלי (consciously) דערפון. אבער ווען מ׳טוט סייקעדעליקס און אנדערע זאכן ווי מעדידאשין (meditation) — זאכן וואס ברענגן ארויס די סובקאנשיס, ווערט דעס אנדעקט און די מענטש אנערקענט די זאכן וואס איז אין אים און וואס ער מוז טוען צו לעבן א לעבן וואס איז באמת איינס מיט אים.
 
איך האב נישט געזען גאט אבער עס האט מיר צובראכן מיין עגא. איך האב געזען קלאר ווי עס בלייבט גארנישט איבער פון מיר, איך בלייב נאר מיט מיין אטעם. (אפשר איז דאס גאט?). איך האב מיר געזען ווי איך בין איינגעשפארט און איך האב נאר מיין אטעם און איך דארף נישט מער. נאכדעם האב איך געטראכט פארוואס בין איך איינגעשפארט דא ביז איך האב געכאפט אז איך קען בעצם ארויסגיין און האבן וואס איך וויל. איך בין נאר געווען דא ווייל דאס איז מיין עסענס, מיין אטעם, מיין פרעזענס. עס איז מיר גענוג מיט דעם אליינס. אויב איך וויל קען איך האבן נאך זאכן אבער עס איז נישט מיין עסענס.
 
מיט וועם איך האב גערעדט האט יעדער א צווייטע סארט עקספיריענס און א צווייטער גאט. און געוויסע וואס האבן שוין געטוישט גאט אפאר מאל...
 
Carl Jung האט מסביר געווען דעם גאט עקספעריענס דורך פסיכאלאגיע און דעם unconscious חלק פון מח

איר קענט אדורך טון זיין אנאלעסיס.

אבער דא האב איך איין מאמר החכם
One of the main functions of organised religion is to protect people against a direct experience of God.” – Carl Jung
דא איז אויך אן ארטיקל Religion Is a Defence Against the Experience of God, Writes Carl Jung
 
לעצט רעדאגירט:
אין די אינטערוויו פרעגט מען יונג צו ער גלייבט אין גאט, יונג ענטפערט: I know, I don't need to believe, I know.

אגב, יונג האט נישט גענומען קיין געוירצן נאר איז אנגעקומען צו זיין עקספיריענסעס און חזיונות דורך מענטל טעקניקס ווי למשל Active imagination.

View: https://youtu.be/kb0toLBlofE?si=_ofF-ba4QYRFba0Q
 
די עיקר פקחות איז וואס ער ענטפערט איך פלעג גלייבען היינט גלייב איך נישט, איך ווייס.

בדרך אגב. יונג האט געהאלטן אז גאט איז דעם קאלעקטיווע unconscious.
און לדעתי איז דאס די מערסטע נאנט צום אמת פון וואס איך האב געטראפן.
 
Back
Top