איין פאל וואס איך ווייס האט אן ארבייטער - לכאורה נאכן ווערן געפייערט - עס געליעקט נאכן האבן עקסעס צום בעה"ב'ס קאמערא סיסטעם... די גאס האט גע'סרח'ט אבער אלעס האט זיך בארואיגט. אין פאקט, כ'האב געזעהן די קאפל ווען זיי האבן געפראוועט א הכנס"ת א וויילע שפעטער, ס'איז געווען עולם כמנהגו נוהג, און שוין.
אז מ'רעדט שוין פון אזאנע קעיסעס
סאיז לעצטענס ארומגעפארן איבער א געוויסע עלעקטערישען/הענדימען וואס האט אינסטאלירט ווייפיי קעמרעס פאר עטליכע חברה אינדערהיים, און ער האט זיך געסעיוועד אלס אדמין מיט אן אייגענעם לאגין, און שפיארנירט און דאונלאודעד אינטימעיט ווידעאוס (די קעמרעס זענען געווען אינסטאלירט אין די וואלק אין קלאזעט, בעדרום וכו) און שפעטער בלעיקמעילד די אומשולדיגע קרבנות מיט שווערע געלטער, און די חברה וואס האבן זיך נישט געבראכן, האט ער געפאוסט אויף טעלעגרעם, למען ישמעו ויראו...
די פוינט איז:
1) דו מיינסט אז די ביז אפגעקומען ביליגער, ביי הייערן איינעם ביליג, יענער קען דיר נאר גוט אפריפלען שפעטער, ענדערש צאל די רייט פריי, און נעם איינעם מיט א רעפוטאציע און רילייעבל
2) נעווער אינסטאל קעמערעס מיט א קאננעקשן צו די אינטערנעט, יא סאיז זייער קאנוויניענט, דו קענסט עס טשעקן מכל מקום בעולם, אבער א צווייטער קען פונקט אזוי אויך...נישט קיין חילוק ווי סעקיורד סאיז.
צו משום אויפן בעל מלאכה'ס קאפ ברענט ס'הוטל, אדער מעיבי וואן דעי קענסטו נאך פאלן א קרבן צו העקערס, און משם הדרך קצרה.
האלט די סיסטעם אפליין, און סעיוו עס לאקעלי צו א הארד דרייוו
3) האלט די סיסטעם אפ טו דעיט, אז מלאזט עס לויפן אנע טאטשן פאר יארן, און עס בלייבט אוטדעיטעד, עפענסטע בידיים ס'טירל פאר אנשי דלא מעלי
4) ח"ו ביסט שוין יא אין פעקל, מאך זיכער ארויסצוקוועטשן פון זיי א ריכטיגע הודעות בלעקמעיל, (נישט קיין רמזים) און גיי גלייך צו די אוטאריטעיטן