ערשט חתונה האבן און דערנאך זוכן אן אינקאם? (אפגעטיילט)

ישראל הלוי

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 21, 2024
מעסעדזשעס
4
רעאקציע ראטע
9
זאכן האבן אנגעהויבן גיין אין די גוטע וועג, ס׳קען גאר זיין אז נעקסטע יאר גיי איך עפען א פרישע שניר מיט די זעלבע מעשה נאר די סוף גייט זיך ענדיגן אז איך בין געווארן א מיליאנער ווייל איך האב מיך איינגערעדט אז מיין חבר האט דריי טויזענט דירות.
ימים ידברו.
אפגעטיילט פון דא

ב''ה, אזוי דארף זיין אידישע קינדער דארפן מאכן אסאך פרנסה,
כהאב הנאה איינער האט אויווען געשריבן אז מקען נאר מאכן נאך בעביס אויב מען האט שוין די אינקאם פון פארדעים, יעצט קודם כל ביינונז האט מען כלל נישט אנגענומען די מהלך. בא תינוק וכיכר בידו, האט מען מיר געלערנט, דא וואס האבן געלערנט פשט אפילו אויף די פריערדיגע אויך, און יא איך האב געקענט אידן מיט גרויסע ביזנעס'ער וואס איז געגאנגען שלאפן, טא אויב פארלאזט ער זיך אויף דעים מהלך זאל ער נישט האבן קיין קינדער בכלל.
 
רמב"ם דעות ה' יא. דרך בעלי דעה שיקבע לו אדם מלאכה המפרנסת אותו תחילה ואחר כך יקנה בית דירה ואחר כך ישא אשה וכו'. אבל הטפשין מתחילין לישא אשה ואחר כך אם תמצא ידו יקנה בית ואחר כך בסוף ימיו יחזור לבקש אומנות או יתפרנס מן הצדקה
 
כ'פארשטיי, איך קריג זיך ח''ו נישט מיט'ן רמב''ם, וואס טוען אינז קודם, ארבעט אדער חתונה האבן?

טא לפי הרמ''ם ביזטו שוין ביים חתונה דייאיגנאזירט געווארן פאר א טיפוש.. כ'מיין נישט דיר בלויז די נקודה,
פארוואס טאקע האט די חסידישע וועלט אנגענומען אנדערש? די רמב''ן קריגט נישט ביי טשענס?
 
שלום עליכם @ישראל הלוי! מאך זיך היימיש און באקוועם!

דערווייל זעה איך אפאר מהלכים אין דיינע ווערטער.
א מנהג. ביינונז געפירט.
א שטודיע פון די גמרא (נדה לא; בא תינוק וכיכר בידו)
א חשבון פון 'אין לדבר סוף' ווייל מענטשן פארלירן אמאל ביזנעסער, ולשיטתכם זאל מען בכלל נישט האבן קינדער.
לויט דעם רמב"ם זענען אונז סייווי טיפשים, סאו אונז זאלן ברענגן ווי מער קינדער כדי צו ענדיגן מיט די גורל הטיפשים.
אדער ווייל די חסידישע(?) וועלט האט אנגענימען אנדערש מיז דאך זיין א סיבה! אפשר א רמב"ן וואס קריגט זיך. (ס'גראדע נישט קיין הלכה, ס'איז הלכות דעות).

אפשר קענסטו פליז אויסקלארן אויף וואס דו באזירסט דיין שיטה (מ'קען עס דערנאך אפטיילן אין א באזינדערע שנירל).
 
עליכם השלום @שעפטאל . א יישר כח פאר די אויפנאמע.

יעצט צום ענין. איך ווייס נישט וואו איר זעט אפאר מהלכים און מיינע ווערטער, איך שפיר איך וועל בלויז איבער'חזרן וואס איך האב שוין געשריבן פריער און א לענגערע פארמאט.

מיר-חסידישע עולם האט חתונה בד"כ פארן האבן א דזשאב, דאס איז א פאקט, איך וואלט עס נישט אנגעריפן א מנהג.
פארוואס עס איז אזוי, ווייס איך נישט, און עס איז אפן צו שפעקולירן און דעבאטירן, איך האב מיר דירעקט באצויגן צום שרייבער וואס האט געשריבן אן אלגעמיינע וועלטליכע געדאנק'גאנג אז מען מוז קודם האבן א סטעיבל אינקאם פאר מען האט נאך א קינד, וואס אויף דעים האב איך געברענגט די גמ' בא תינוק וכיכר בידו. חז"ל זאגן אינז זארג דיר נישט, דאס קינד ברענגט זיין שפייז מיט זיך, אויב דו ווילסט נישט גלייבן און די דאזיגע רייד פון חז"ל און ווילסט דיר פארלאזן בלויז אויף דיין אינקאם, קום איך און זאג אין לדבר סוף, (עס איז ניט מוכרח אזוי, אבער מען קען חושש זיין)

יעצט קום מיר צירוק צום רמב"ם, איך קריג זיך נישט מיטן רמב"ם און אדרבה עס האט מיר געכאפט א קיצל זיין לשון טיפשים. פארוואס מיר טוען אנדערש האב איך געזאגט איז אפן פאר דעבאטע'ס, איך האב קלאר נישט קיין 'שיטה' ווי דו ריפסט עס אהן. געמאכט א ווערטעל מיט די ווערטער אז אפשר די רמב"ן קריגט זיך, געהאפט עס איז מובן מאליו,
כהאף איך האב אויסגעקלארט מיינע ווערטער.

איך שפיר אביסל שלעכט פאר'ן פותח, האסט געשריבן א שיינע ארטיקל, און איך האב הנאה געהאט, אינגעלייט פארקויפן זיך פאר סוקסעס סטארי'ס ווען זיי האבן נישט אויף שבת צו מאכן.
 
Back
Top