איך ווייס נישט קיין סאך איבער דעים, אבער איך וויל ארויסשטעלן מיין קשיות און מען בעיט דער עולם זאל אריין קומען קלאר.
אפשר קען מיין בר פלוגתא
@אלפא אריינקומען מיט א שיעור כללי, די זעהסט מיר אויס ווי א ערנסטע ידען.
1. אויב איז עוואלוציע אמת, דאן פארוואס זענען נישט אלע מאנקיס געווארען מענטשן, פארוואס זענען א חלק פון די מאנקיס געבליבען מאנקיס עד היום הזה, ועוד, פארוואס דורך אויס די לעצטע פאר טויזענט האט מען קיינמאל נישט געהערט אז א מאנקי איז געווארען א מענטש?
2. ווער האט באשאפן די ארגינעלע צעלן/ארגעניזעמס/באקטעריע וואס דאס האט עוואלווד צי אונזער שיינע וועלטל?
3. פארוואס האט עוואלוציע דעוועלאופט די מין האנושי (צלם אלוהים/ יותר האדם מן הבהמה), ס׳איז דאך נישט קיין רעקווייערמענט פאר סורווייוועל?
ייש"כ פאר די קאמפלימענט, הגם וויסן אביסל איבער טראמפ מאכט מיר נאכנישט קיין עוואלוציאנערע בייאלאגיסט..
לעצם הענין:
די ערשטע שאלה ווי עס שיינט נעמט זיך פון א מיסקאנסעפציע איבער עוואלושאן, עוואלושאן איז -אין די פשוט'סטע פארמאט- די וועג וויאזוי פון סימפל ארגאניזם'ס ווערט מער קאמפליצירטערע, וואס נאך מיליאנען יאר איז פון פיצעלקע באקטעריע ארויסגעוואקסן א גאנצע מענטש.
עס זענען דא אסאך בעסיק
גראפס וואס שטעלן אויס בערך וויאזוי עס איז פארגעקומען, געוויסע מער דעטאלירט און געוויסע ווייניגער.
די ערשטע בילד איז די גאנצע השתלשלות פון פרימיטיווע צעלן ביזן מענטש, די צווייטע איז די בראנטש וועלכע פירט צום מענטש (פון -אונזער זיידעס- די פישן) און מ'קען אבער אויך זען וויאזוי אנדערע בעלי חיים קומען ארויס דערפון.
וואס געשעט איז, אז דורכדעם וואס צעלן מאכן כסדר קאפיס פון זיך און ריפראדוסן געשעט סטאטיסטיקלי אז געוויסע האבן קליינע שינויים אין זיך און פארמען זיך אויס אנדערש, פארשטייט זיך אז די וועריאציעס זענען אזוי קליין אז עס דערקענט זיך נישט קיין אנזעענע חילוק אפי' נאך הונדערטע דורות, אבער נאך טויזענטע דורות הייבן שוין חילוקים יא זיין מערקבאר און צוביסלעך פארמען זיך אויס גרופעס (-ספישיס). דא קומט אריין 'נאטורליכע סעלעקשאן' וואס סעלעקטירט צווישן די וועריאציעס וועלכע בלייבט איבערלעבן (סורווייוול) און וועלכע ריפראדוסד מער, וואס די וועלכע זענען בעסער איינגערישט פאר זייער ענווייראנמענט ווי אויך די וועלכע האבן בעסערע יכולת'ן צו אפשלאגן פיינט, טרעפן עסן, און האבן מער קינדער, זיי דאמינירן שפעטער מער און מער און פון זיי און ווייטער קומען ארויס נאך וועריאציעס, וחוזר חלילה.
איבער די שאלה פארוואס עס איז נאך דא מאנקיס, דארף מען אויך קודם קלאר שטעלן אז מיר קומען
נישט פון מאנקיס, עס איז א קאמאן מיסקאנסעפשאן, מיר שטאמען פון די משפחה פון Apes און מאנקיס שטאמען אויך פון דארט, סא טעקניקלי זענען מיר נישט מער ווי קאזינס - נישט קיין אייניקלעך - מיר פארמאגן א 'קאמאן ענסעסטאר' וועלכע עקזיסטירט שוין טאקע נישט.
נאך א נקודה, קיינער 'דרייט זיך נישט איבער' און ווערט עפעס אנדערש אין עוואלוציע, עס איז נישט פשט אז די דזשעראף האט זיך ערגעץ אינמיטן וועג אויסגעשטרעקט דאס האלז, אדער אז מיר זענען 'פלוצלינג געווארן מענטשן', עס איז א פראצעדור פון טויזענטער יארן ווי יעדע דור איז מיט א משהו אנדערש ווי די פריערדיגע און קוקנדיג צוריק דערזעט מען זיך מיט א 'נייע בריאה'. (עס מאכט טאקע די נושא פון קאטעגאריזירן ספישיס זייער וועיג.), דאס איז פשט פארוואס מ'זאל נישט ערווארטן צו זען קיין 'מאנקיס ווערן מענטשן'.
אויך איז עס סטאטיסטיקלי אנלייקלי אז א געוויסע וועריאציע (כ"ש אזא קאמפליצירטע ווי דאס מענטש) זאל זיך בכלל קענען איבער'חזר'ן אין היסטאריע.
און גראדע, חוץ פון די אלע סארט מאנקיס וואס מיר קענען, האט פאר נישט צו לאנג צוריק עקזיסטירט נאך צוויי ספישיס - אסאך ענליכער צו אונז -מעגליך אפי' מיט געוויסע קאגניטיווע מעגליכקייטן ווי אונז- די
homo erectus און
Neanderthals (מיר הייסן homo sapiens), וואס זענען געווארן עקסטינקט דורך אונזערע זיידעס בפשטות.