- זיך איינגעשריבן
- מאי 20, 2024
- מעסעדזשעס
- 15
- רעאקציע ראטע
- 181
דער אימפליקאציע פון עוואלוציע
איידער מיר זעצן פאר דעם אנאליז איבער דער פסיכאלאגישע אפעקט וואס עוואלוציע, אדער בעסער - דאס זיך באקענען דערמיט - האט אויפן מענטש, איז וויכטיג צו פארשטיין א העכסט-צענטראלע פונקט אינעם פסיכאלאגישן אספעקט, דאס איז, דער זוך נאר באדייט. נעמליך, א מענטש איז נישט וויליג צו לעבן טאמער זיין עקזיסטענץ טראגט נישט קיין שום באדייט, עס מיינט גארנישט פאר איהם, ער קען נישט זען דער וויכטיגקייט פון זיין לעבן פאר איהם אדער פאר אנדערע.
פארוואס דאס איז אזוי קען מען דורכטון אין אנדערע ראמען אנבאלאנגט מענטאל העלט (אפשר וועמער עס לאזן פאר @אלפא...) אבער דאס איז למעשה דאס מציאות. א מענטש וועט שטענדיג זוכן דער אורזאך פארוואס ער לעבט יעצט. עס קען זיך טוישן, עס מוז נישט שטענדיג בלייבן דער זעלבע זאך, אמאל איז עס א גוטע פריינד און אמאל א וויכטיגע זאך וואס ער דארף ערלעדיגן. ווילאנג ער שפירט זיך באדארפט, וויכטיג פאר איינעם צו פאר עפעס, איז ער באקוועם מיט זיין געוויסן.
עס איז וויכטיג צו פארשטיין אז דער באדייט וואס דער מענטש זוכט און טרעפט עס, מוז נישט זיין עפעס וואס איז ווירקליך באדייטפול ביז צום סוף, עס איז איהם גענוג אז עס איז באדייטפול פאר איהם יעצט אין זיין סיטואציע, וואו ער געפונט זיך. דאס מיינט אז א מענטש וועט זיך בדרך כלל באגענוגן מיט דעם אז ער איז געגעבן געווארן א פראיעקט טראץ דעם וואס אז מען טראכט אריין איז דער גאנצע פראיעקט איבעריג.
מיר קענען אלע דעם משל פונעם ארעסטאנט אין טורמע וואס פאר צען יאר האט ער געדרייט א ראד אין זיין פארשפארטער קאמער מיינענדיג אז ער מאלט ווייץ און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער איינגעזען אז עס איז בלויז א ראד און איז נישט פארבינדן מיט גארנישט.
טאמער לאמיר זאגן וועט דער מאן איינזען אז ער האט ווירקליך געמאלן ווייץ וועט ער זיין צופרידן, ער וועט נישט דארפן זיכער מאכן אז די ווייץ האבן מענטשן טאקע גענוצט אויף צו באקן ברויטן אדער אז די מענטשן וואס האבן געגעסן די ברויטן וואס מען האט געבאקן פון זיין ווייץ זענען געווען נוצבאר פאר דער געזעלשאפט.
דער זעלבע איז מיט יעדער סארט באדייט וואס דער מענטש זוכט. דערמיט איז דער געזעלשאפט ענליך צו א בין שטאק. יעדער אינדיווידואלע בין האט זיך זיין תפקיד וואס ער ערפילט לויט זיינע פעאיגקייטן און שפירט זיך גוט דערמיט, אפגעזען ווי אזוי עס וועט זיך שפעטער אויסשפילן אין דער צוקונפט.
רעליגיע נעמט אבער באדייט צו א נייע שטאפל אינגאנצן. רעליגיע - על כל פנים - דער וועג ווי אזוי מיר קענען איר, זאגט אז אלעס האט אן אמת'ע באדייט וואס גייט ביז אייביג און ענדיגט זיך קיינמאל, עס קען זיין אז דער סיבה פארוואס מענטשן זענען אויפגעקומען מיט דער געדאנק פון רעליגיע איז וויבאלד דער מענטש האט זיך געזען לעבן פאר עפעס וואס אויב מען טראכט אביסל טיף אריין - א זאך וואס דער מענטש איז אבסעסירט דערמיט, קומט מען אן צו דעם מסקנא אז עס איז איבעריג, און אזוי ארום האט ער זיך געטראפן אין א וואקום פון באדייט און רעליגיע איז דא כדי אנצופילן דעם וואקום
(איך גיי יעצט בכלל נישט אריין אין דער ווירקליכקייט פון רעליגיע אדער סיי וועלכע רעליגיעזע קאנצעפט, איך באציה זיך איינפאך צו דער פסיכאלאגישע אספעקט דערפון)
למשל א מענטש עסט און ער זוכט א באדייט צו זיין עסן. פון אויבן אויף איז עס פשוט, ער איז הונגעריג און דער הונגער נודזשעט איהם, אבער ער איז נישט צופרידן דערמיט, ער וויל אז דאס זיך אנזעטיגן זאל טראגן משמעות. דעריבער וועט ער זוכן צו טוהן עפעס מיט זיין צייט, עפעס וואס ער האלט פאר וויכטיג. ער גייט ארויס ארבעטן, אין זיין ארבעט שפירט ער זיך גוט אז ער העלפט אנדערע, ער ביישטייערט פאר דער געזעלשאפט און ווען ער קומט אהיים מיט זיין טשעקל, שפירט ער זיך ערפילט מיט זיין עררייכונג.
ער מאכט געלט זיך צו קענען ערנערן צו קענען גיין ארבעטן און מאכן געלט און דער צענטער פון דער גאנצע ראד איז זיין ביישטייערונג צו דער געזעלשאפט, מיט וואס עס זאל נאר זיין.
אבער דער רעליגיעזע מאן איז נישט צופרידן מיט דער גאנצע ראד, אז מען קלערט אביסל אריין – טענ'עט ער – קומט מען צו צום מסקנא אז דער גאנצע ראד איז איבעריג. יעדער ארבעט און געבט זיין ביישטייערונג צו דער געזעלשאפט, ווען דער גאנצע געזעלשאפט איז בלויז דא צו צוגעבן צו דער געזעלשאפט, טא וואס פעלט אויס דער געזעלשאפט אינעם ערשטן פלאץ?
דעריבער איז געקומען דער רעליגיעזע מאן מיט אן אויפטו אז עס איז נישט דער געזעלשאפט וועמען מיר דינען אזוי געטריי, עס איז דער אויבישטער וואס איז אין צענטער פונעם קרייז, איהם דינען מיר מיט אונזערע טאהאטן און דער גאנצע געזעלשאפט פאר וועמען מיר ארבעטן אזוי שווער, עקזיסטירט טאקע פאר דעם איינצעלע ציהל, צו דינען דעם באשעפער.
דערמיט איז שוין פארשטענדליך פארוואס דער טעאריע פון עוואלוציע צינדט אן אזא גרויסע רויטע לעמפל אינעם מוח פונעם רעליגיעזן מאן, דאס איז נישט אזוי ווייט צוליב די לעכער אין דער טעאריע זעלבסט אדער אינעם קוריעזקייט פון דער געדאנק דערפון, נאר איבער אלעם איז עס צוליב דער איינפלוס וואס דער טעאריע האט אויף דער גאנצע פונדאמענט אויף וועלכע רעליגיע איז געבויעט. עס איז נישט דער טעאריע זעלבסט וואס שטייט איהם אזוי אין וועג, נאר עס איז דער אימפליקאציע - וואס עס מיינט פאר איהם, טאמער איז עס טאקע אמת.
עוואלוציע קומט זאגן אז אלע קאמפליצירטע באשעפענישן וועלכע מיר קענען אויף דעם וועלט זענען א רעזולטאט פון נאטירליכע סעלעקציע און זענען נישט צושטאנד געקומען – ווי ביז דאן געמיינט – אין זייערע ענדגילטיגע פארעם אויף איין מאל.
דער טעאריע פון עוואלוציע האט טאקע געהאט א באדייטענדע אימפליקאציע אויף דער געזעלשאפט, ווארשיינליך מער פון סיי וועלכע אנדערע וויסנשאפטליכע טעאריע אין די לעצטע יארן, און טאקע נישט אימזיסט, עוואלוציע איז א טעאריע וועלכע רירט אן די שווערסטע קשיות וואס דער מענטש פרעגט זיך זינט ער איז באוואוסטזיניג צו זיין עקזיסטענץ. עס געבט א נייע געדאנקענגאנג צו נארמאס וועלכע האבן געדינט אלס דער פונדאמענט פון סאציאלע קאנסטראקט זינט דער אויפגאנג פון ציוויליזאציע.
איינער פון די ביישפילן וויאזוי עוואלוציע האט געווירקט אויפן וועג וויאזוי א געזעלשאפט פירט זיך איז נאציזם וואס איינער פון די הויפט קאנסטיטוציעס דערפון איז געווען ראסע-הירארכיע וואס איז געווען באזירט אויף דער טעאריע פון עוואלוציע וואס זאגט אז דער שטארקע זיגט און געוועלטיגט איבער דעם שוואכע.
א היינטיגע ביישפיל וויאזוי עוואלוציע ווירקט אויף דער געדאנקענגאנג פון דער געזעלשאפט איז דער וועג וויאזוי די היינטיגע וועלט באציט זיך צו קלימאטן טויש און דער פאראנטווארטליכקייט וואס דער מענטש האט אויף דער נאטור.
אמאל האט זיך א מענטש אנגעקוקט ווי דער נזר הבריאה דער שפיץ פונעם וועלט באשאף וועלכע געוועלטיגט אויף אלעס און אלע זענען אינטערטעניגט אונטער איהם אבער ווען עוואלוציע איז געווארן ברייט פארשפרייט און אנגענומען האט עס געטוישט דעם גאנצן בליק, נעמליך, מיר זענען בלויז נאך א קליין שראפל אינעם רוזיגן ברייטן וועלט און אונזערע פליכט אין דער בריאה איז איינפאך נישט אנצוזייען איבעריגע שאדן נאר אפלעבן אונזערע לעבן אונטער דער שאטן פונעם אוניווערס, פירן אונזערע ווירטשאפט אלס א טייל פונעם ביאספערא אויפן ערד קוגל.
איי וועט א מענטש קומען פרעגן אויב נישט רעליגיע און אלס איז בלויז דא פערצופאל, וואס פעלט אויס צו היטן אויף דעם הייקעלען ביאספערא? וועמען וועט שטערן אז עס גייט צוגרינד? דער קשיא האט נישט קיין תירוץ אויסער אז מיר האבן זיך געטראפן לעבן אין א וועלט וואס עקזיסטירט און מיר האבן גענומען אויף זיך אלס א פליכט צו היטן אויף דער בריאה ווי ווייט מיר קענען ווייל אויב נישט טראגט אונזערע לעבן נישט קיין באדייט.
און קורץ: דער קאמפף פאר אדער קעגן עוואלוציע, איז אסאך ווייטער פון דער ארגומענט צו מיר שטאמען פון אפען אדער נישט, עס איז דער אימפליקאציע דערפון, טאמער שטאמען מיר ווירקליך פון אפען, וואס מיינט עס פאר אונז היינט.