כ'זיץ יעצט נאכן זיין אויף א גאנצע נאכט ביי א סירקל. (כ'האב גארנישט גענומן, אבער כ'האב מיט'געטריפ'ט מיט זיי נאטירליכערהייט.) סאו, כ'ווייס נישט אויב מיינע רייד וועלן זיך הערן צום זאך. איין זאך איז זיכער. כ'שרייב עס רויערהייט ארויס פון הארץ כ'שעפטי בתוקפו..
כ'קום נישט זאגן מוסר, דשאד'שען, אדער "מקרב" זיין "רחוקים". כ'בין נישט קיין "מפיץ אמונה" וואס איז גרויס און קלוג, האט ארויס אלעס אין לעבן, און רעד פון אויבן אראפ. פארקערט. כ'האב מורא מ'גייט מיך רי'דשעקטן פאר דעם. כ'רעד שטיל, מיט ענוה, מיט הארץ און פשוטע ליבשאפט צו זיך און אונז, מיינע ברידער'ס, משפחה, וואס אונז וואוינען אינעם זעלבן פלאנעט.
כ'האב איין ציהל מיט דעי שורות, צו שיערן מיט ענק א יסוד פון א גוטע לעבן וואס איז נישט מיין קרעדיט אז כ'עקספיריענס דעס.
מ'טרעפט נישט גאט מיט הוכחות.
וואלט געוועהן איין אמת'ע ראי' אין שכל, וואלט יעדער געהאלטן יענע צד.
מ'קען ספינען אין שכל א גאנץ לעבן און דערווייל זיין אין פּעין, עלענד, פארשפארט אונטער די גראטעס פון חשבונות רבים.
אדער אויסהערן דעם הארץ. אלקים עשה את האדם ישר. ולישרי לב שמחה.
וואטעווער גאט דארף צו מיינען, געט עס מיך סעפטי, לאוו, עקסעפּטינס, מינינג אין מיין עקזיסטינס.
ליינען אזא שנירל איז נישט דעם רעסעפּי פאר מיך אויף א גוט לעבן. כ'וויל נישט זיכן דעם גאט אינעם פלאץ פון עגא. ער וואוינט איבעראל חוץ דארטן ווייל "אין אני והוא יכולין לדור".
ווער ס'זיכט גאט קען פראבירן סייקעדעליק'ס, ער וועט זיך דערמאנען וואס ער שטופט אוועק אזוי לאנג. פון ווי אונז קומען. ווער אונז זענען.
כ'האב נישט געטראפן א מענטש וואס איז פארנימן מיט ספיקות אין אמונה אהן עקזיסטענשנול ספיקות.
ס'איז רעלעישן'שיפ מיט זיך, עקסעפטן דעם גאנצע זיך, טראסטן דעם אינטואישין.
מיינע ספיקות אין אמונה איז געקומען פון מיין פיהלן צוקלאפט פון אלס קינד. נישט גלייבן אין זיך. מיין אמונה ווענד זיך אין מיין גלייבן אין זיך. טראסטן מיין אינטואישין.
--
בקיצור: אין מיין טריפ דעי טעג. די גאט דעבאטע איז גוט אזוי ווי א אינטרעסאנטע מאווי מיט פאפקארן.
ווער ס'וויל דוקא טרעפן גאט וועט עם נישט טרעפן דא.
כ'האב אפי' מורא עס צו ליינען, ווייל כ'וויל נישט צוריק אריינפאלן אין מיין קאפ.
כ'האב אמת'ע נאנטע חברים וואס גלייבן אין גארנישט. אונז רעספעקט'ן זיך, און האבן זיך ליב אהבת נפש. זיי האבן אסאך מעלות וואס איך האב נישט. אבער איך בין געבענטשט מיט ווייניגער דעת און מער הארץ, סאו זאכן זענען מער סימפּל, דערפאר איז מיין לעבן בעסער.
--
אבער. כ'בין פריילעך צו זעהן פרייהייט פון ווארט.