אן אנטוישטער זוהן

דער גאלדענער אדלער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 4, 2024
מעסעדזשעס
679
רעאקציע ראטע
2,693
די ארטיקל איז היינט ארויף אייוועלט און תיכף דערנאך אראפגענומען געווארן.
אן ערוואקסענע יונגערמאן איז גאר שטארק אנטוישט און אנגעווייטאגט היתכן זיינע עלטערן האבן זיך אויפגעפירט פרום נאר לפנים אבער אין אמת'ן זענען זיי געווען גאר פרייע אידן מחלל שבת געווען און געגעסן טריפות.
אט איז א סקרין שאט פונעם ארטיקל
 

בייגעלייגטע פיילס

  • IMG-20240526-WA0411.jpg
    IMG-20240526-WA0411.jpg
    87.6 KB · געזען: 22
  • IMG-20240526-WA0412.jpg
    IMG-20240526-WA0412.jpg
    119.8 KB · געזען: 21
  • IMG-20240526-WA0413.jpg
    IMG-20240526-WA0413.jpg
    142.3 KB · געזען: 21
  • IMG-20240526-WA0414.jpg
    IMG-20240526-WA0414.jpg
    126 KB · געזען: 22
איך האב עס געשריבן פאר אביסל פאן. די מעשה איז גראדע אמת, נאר די חלק פון די זון וואס האט אויסגעפינען איז אויסגעטראכט. די איבריגע איז אמת און ס'נישט נאר דא איינס פון אזא מעשה.
 
פונעם ערשטן מאל ליינען האט עס מיר אויסגעזעהן ווי א סקעם. כ'מוז אבער דעם שרייבער געבן א קאמפלימענט דער שרייבער איז א זיסער טראלל
 
פון א פסיכילאגישע שטאנדפונקט איז אביסל מאדנע זיין צושוידערטקייט. כ'מיין זיי זענען דען די ערשטע וואס לאזן אפ די אמונה?
איי אויף די פאקט אז זיי האבן עם אויפגעצויגן ערליך בעת וואס זיי זענען נישט? אבער דאס ווילסטו דאך! האסט דאך נישט געוואלט זיי זאלן דיך אפפירן אין שאול תחתית! טא זיין דאנקבאר פאר דיינע עלטערן!

וצ"ע
 
וגם אני בחלומי ראיתי שנירל של העתיד, חלום חלמתי ותפעם רוחי לדעת את החלום.
אין אפאר יאהר ארום גייט ארויפגיין א שנירל אויף קרעמל פון אן אנטוישטער זוהן

וזאת תוכן האשכול:

רבותי, ס'נישט קיין וויץ, איך בין נאך אין שאק! איך ווייס נישט וואס צו טון, און וואו זיך אהין צוטון.

איך בין נארוואס געוואויר געווארן - נישט מער און נישט ווייניגער- אז מיינע עלטערן זענען בכלל נישט קיין כופרים. זיי האלטן טאקע כמעט גארנישט פון חרד'ישע אידישקייט פאר יארן לאנג, אבער. לאמיר נישט כאפן קיין הייסע לאקשן, לאמיר ענק אביסל פארציילן די דברים כהווייתן.

אויפגעוואקסן בין איך אין מאנסי, צו וואס מען וואלט אנגעריפן א באלעבאטישע סאטמארע משפחה. איך בין די דריטע פון די עלסטע אין מיין משפחה. מען האט מיר געהעריג אויפגעצויגן דא אין די קיהלע געגענט'ער.

מיינע עלטערן זענען קיינמאל נישט געווען פרום, איך געדענק נישט אז מיין טאטע זאל מיר אמאל עפעס זאגן וויאזוי זיך אויפצופירן אינעם רוחניות'דיגן געביט. אידישקייט איז אלס געוועהן אזא שיינע טראדישן מיט א שמייכל, מ'טוהט נאר וואס ס'איז געשמאק, פארוואס נישט.

מיינע עלטערן האבן געלאכט פון יעדע דבר שבקדושה, רבנים, קול קורא'ס, צניעות, מעשה'לע פון צדיקים, געפרעגט אויף יעדע זאך, אפי' אויף תורה משמים, און דעבאטירט דעם גאט דעבאטע.

אבער כ'האב אייביג געהאט א חשד אויף מיין טאטע אז ער באהאלט עפעס, כ'קען עס נישט ממש אנטאפן און ארויסברענגען פארוואס איך האב געשפירט אזוי, אבער ס'האט מיר אלץ גענודזשעט אז יותר ממה שקראתי לפניכם יש כאן.

למעשה, בדרך לא דרך, כ'וויל נישט יעצט אריינגיין אין די פרטים פון וויאזוי. וואס האט מיר יא גענצליך שאקירט איז געווען א שמועס וואס איך האב מיטגעהאלטן ווי ער שרייבט זיך מיט איינעם אויף טעלעגראם, דאס האט מיר ממש צושרויפט.

ער כאפט אן אמונה שמועס מיט איינעם, און ער לייגט אים פאר וואס ער האלט. ער האט גאר א צד אז ס'איז יא דא א גאט!! און ס'מאכט סענס אז די תורה האט אסאך חלקים וואס זענען יא זיין רצון!!

דער יעניגער פרעגט צו "דיין ווייב" - מיין מאמע, האלט אויך אזוי. ער שרייבט צוריק אז אין אנהויב איז עס געווען שווער זי האט זיך נישט געלאזט, ער האט זי געשלעפט צו אפאר קירוב רבנים זיך צוזאמען אויס'טענה'נען, ביז זיי האבן גענימען סייקעדעליק'ס און זיך איבערצייגט אז זיי זענען באמת נשמות, בני מלכים!! אונז האבן א געט'ליכן לעכטיג'קייט אין זיך!!

איך שרייב די שורות דא, עס זעט אייך אפשר אויס ווי אלגעמיינע ווערטער, אבער מיינע הענט ציטערן מיר ממש, איך ווייס נישט וויאזוי צו האלטן מיין קאפ גראד.

בשעת כ'האב געמיינט אז אלעס איז א וויץ ביי איהם, פלעגט ער נישט עסן יו"כ און ט' באב, נישט געניצט זיין קאר אויף שבת, נאר עלעקטריק וואס איז דאך מותר. ער פלעגט עסן טריפות אן קיין פראבלעם, אזוי האב איך געמיינט, אבער נאר נאכן קוקן די אינגרידיענט'ס. געהאט אינטערנעט אהן א פילטער, ווייל ס'איז מותר. נישט געדאווענט יעדע'ן טאג, ווייל לויט אפאר ראשונים וכו'. איך ווער ממש קראנק איבערשרייבנדיג די זאכן. איך רעד דא פון מיינע אייגענע עלטערן!

לעצטענס איז מיין טאטע'ס קידוש פרייטאג צונאכטס און יעדע מצוה וואס ער טוהט א שטיק נשמה, געפיל, הארץ, בענקשאפט און אמונה.

וואס זאל איך טון דא? איך בין געווען אין דינייעל פאר אפאר טעג, איך האב געטראכט אז אפשר איז עס נישט ממש אזוי, אפשר רעדט ער נאר איין יענער אזוי, אבער איך וויל נישט צופיל מאריך זיין, אבער די מציאות פראסקעט מיר אין פנים.

זענען די כופרים אמאל מאמינים?!!!
זיי האבן גאר ספיקות פון אמונה?!!!
זיי קענען גאר אנקומען צו א הערליכע אידישקייט ווי מ'איז בכלל נישט אינטרעסירט אין די קלוגע כפירה?!!
באקומען א שלות הנפש אין דעם נישט וויסן אבער דאך וויסן?!!

ואיקץ, ותפעם רוחי ואשלח ואקרא את כל חרטומי ק"ש ואת כל חכמי קרעמל ואין פותר אותם לשעפטי. (עיין רש"י יש כמה מיני פתרונים, אבל היום ראיתי חיים טובים)
 
גראדע, האב איך געטראפן איינעם, צופיל פרטים קען איך נישט געבען, אבער נאך וואס זייערע קינדער זענען אויפגעוואקסן האבן זיי מודיע געווען פאר זייערע קינדער אז אלס איז געווען פאלש און האבן אנגעהויבן לעבן פריי. מ'רעדט פון א עלטערע פארפאלק, (אין די פופציגערס). די קינדער זענען יא געבליבן פרום.
 
גראדע, האב איך געטראפן איינעם, צופיל פרטים קען איך נישט געבען, אבער נאך וואס זייערע קינדער זענען אויפגעוואקסן האבן זיי מודיע געווען פאר זייערע קינדער אז אלס איז געווען פאלש און האבן אנגעהויבן לעבן פריי. מ'רעדט פון א עלטערע פארפאלק, (אין די פופציגערס). די קינדער זענען יא געבליבן פרום.
כ׳בין נייגעריג פון א פראקטישע שטאנדפונקט, פארוואס האבן זיי געדארפט אפפארן, זיי קענען דאך ווייטער טוהן וואס זיי ווילן אן זיך לעבלען אלץ אפגעפארען, ווי דער בעש״ט האט מגלה געוועהן ״מזה ומזה אל תנח ידך״!
 
איך האב עס געשריבן פאר אביסל פאן. די מעשה איז גראדע אמת, נאר די חלק פון די זון וואס האט אויסגעפינען איז אויסגעטראכט. די איבריגע איז אמת און ס'נישט נאר דא איינס פון אזא מעשה.
האסט טאקע געהאלטן די אייוועלטיסטען גייען עס אפקויפן?
 
ליידער זענען פאראן אסאך אזעלכע.

איינער האט מיר געזאגט אז ער איז אויף א וואטסעפפ גרופע פון א.ג. כופרים, אײן שבת נאכמיטאג שרייבט א מידל-עידזש איד - מען רעדט דא פון איינעם וואס האט שוין חתונה געמאכט עטליכע קינדער - אז ער האט נארוואס געענדיגט פראווען א שיינע סעודה מיט די קינדער און איידעמער, געזאגט דברי תורה און געזינגען זמירות, און יעצט איז ער אריין אין בעט, נעמט ארויס זיין טעלעפאן און לאכט זיך אויס פון אלעמען, פון די גאנצע געים וואס ער שפילט.
 
כ׳בין נייגעריג פון א פראקטישע שטאנדפונקט, פארוואס האבן זיי געדארפט אפפארן, זיי קענען דאך ווייטער טוהן וואס זיי ווילן אן זיך לעבלען אלץ אפגעפארען, ווי דער בעש״ט האט מגלה געוועהן ״מזה ומזה אל תנח ידך״!
זיי זענען מיד געווארן פון די געים.
 
Back
Top