#2 הייליגע אומ-מענטשען:
'ארויסווייזן ליבשאפט'
ס'נישט קלאר פון ווי די גזירת חכמים איז נולד געווארן אבער לכאו' שטייט עס ערגעץ אין חז"ל (אויף די '
נייע תורה' פארשטייט זיך...)
'תנו רבנן, משרבו המכשולות (u name it) עמדו וגזרו שלא להראות חיבה זה לזה, ותיקנו שלא יחבק אב לבנו, רבי לתלמידו, וכ"ש בין החברים..... '
חוץ פון ליבשאפט בכלליות וואס אונז האבן כמעט נישט זוכה געווען צי באקומען אינדערהיים, פון די שיריים פון היטלער'ס פעטש לכאורה, איז דא ממש א 'גדר ערוה' וואס איז אוועקגעשטעלט און אונזער 'פארפרומטע וועלט' אז מ'טאר ח"ו נישט ארויסווייזן פאר א חבר צי סיי ווער אז מ'האט איהם ליב..... (אזוי ווייט אז כ'האב גאר מורא צי פארשריגן ווערן אויף די שורות 'מאלעסטער')
הגם די אייבערשטער האט אזוי באשאפן די וועלט, אז עס איז דא א נאטורליכע תנועה ציווישן צוויי מענטשען וואס זענען באפריינדעט, וואס הייסט 'חיבוק' וואס אונזער תורה איז פיל מיט דעהם.... (אפשר טאקע ווייל זיי זענען געגאנגען אנע קאפלעך..... רח"ל) און אפי' אין די מעשה ביכער איז נאך געבליבן שיריים פון די וועלט ווי האלדזן א חבר איז געווען נארמאל, אבער זעהט אויס אז ציזאמען מיט די סטראבעריס איז דאס גע'אסר'ט געווארן.
כ'געדענק אלס קינד ווען מ'האט געזעהן א פלעי, און ס'איז געקומען די פארט פון 'טאטע-זוהן' טרעפן זיך האבן די קינדער זיך אנגעהויבן ארומריקן אומבאקוועם.... און ארויסגעמורמעלט 'חזיר....' עפעס אזוי....אמער א האג איז עפעס וואס נאר גוים טוען...... (כ'האף אז נאך די חתונה עכ"פ פילן זיי שוין נישט אזוי....)
און ס'נישט נאר געקומען אזוי 'פערצופאל' צוליב די חוסר ליבשאפט אינדערהיים ווי געשריבן, נאר מ'האט אפציעל געהאקט אויף דעהם אין ישיבה.... 'רח"ל ווי מ'קען זעהן ביי שמחות צוויי קילע אינגערלייט האלדזן זיך....' און אזוי אפגעלאכט.... 'אה! דאס זענען אמת'ע חברים ווייל זיי האגן זיך איך (מגי"ש) האב נישט קיין חברים, הא?!'
דערמאן איך זיך יעצט ווי מיין מגי"ש האט ארויסגעברענגט די 'שרעקליכע חורבן' פון טעקסט מעסעדשעס און די גולת הכותרת ווען מ'האט שוין ארויסגעזאגט פאר די בחורים זאכן וואס דארף נישט געזאגט ווערן..... (עטס קענטס דעי פארט ווי יעצט גייט די מגי"ש אראפנאגלען די איסור ווייל ס'דא מעשיות וואס מ'רעדט נישט....אין כ'גיי נאר זאגן איין.......יעצט פרעג מיך אפ) איז געווען אז 'בחורים עטס ווייסט בכלל וואס די ווארט LOL מיינט????!!!! עס מיינט lots of love!!!

רח"ל!!!!! (ס'שאדט קיינמאל נישט צי הערן א נייע פשט...) ואי הכי איז דאך עס ממש א טריט אוועק פון 'שאול תחתית'....
עכ"פ מיין איך אז און אונזער הייליגע קאמיוניטי איז עס עפעס וואס דארף א תיקון.... הגם קיינער ווערט טאקע נישט געבאדערט אז מ'האגט איהם נישט און ווער ס'וויל איז שוין היינט העכסט נארמאל יא צי געבן א האג פאר א חבר, דאך איז עס עפעס וואס מ'דארף ארויסברענגען אלס 'אנשי קודש' אלס נאך א אומ-מענטשאפט וואס קומט לכאורה פון אונזער 'אומ-מענטשליכע קדושה'