אנשטאט חדר/סקול

שעפטאל

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
443
רעאקציע ראטע
2,824
שלום וברכה חברים טובים

קלארשטעלונג. כ'בין נישטא זיך צו שלאגן מיטן סיסטעם. כ'גיי זיך פשוט מיין וועג לויט ווי אזוי איך פיל. כ'רעספעקטיר יעדעם צו טוהן לויט ווי אזוי זיי פארשטייען, (און כ'פארשטיי דעי וואס שפירן זיך סטאק פון קענען מאכן א טויש לויט ווי זיי ווילן.)

כ'האלט נישט ביים שיקן מיינע קינדער אין א חדר/ סקול ווי לענ"ד איז די שאדן מער ווי די אויפטוה.
פון מיינע פראבלעמען מיט חדר זענען
1. די איבריגע שעות וואס מ'רויבט צו פונעם קינד פון שפילן און זיך אויסלערנען אסאך זאכן וואס מ'לערנט נישט דארטן.
2. דעם מיס'אינפארמאציע וואס מ'באקומט בנוגע אידישקייט. (כ'וויל מיינע קינדער זאלן האבן אידישקייט אלס טראדיציע. און נישט מער חיובים).
3. כ'האלט נישט ביים ארבטן פון 9 טא 5, כדי צו קענען באצאלן שכר לימוד פאר מיין קינד אלס בעיבי סיטינג, כדי כ'זאל מוזן פארלאזן דעם הויז פון 9 טא 5.
4. די סיסטעם האקט צו דעם אינדעווידועל'ס אינטואישין, דו וואקסט אויף א ראבאט. מיינע קינדער זאלן עקספיריענס'ן א לעבן אנשטאט פון וואוינן אין זייער קאפ און זיך פירן לויט די פחד פון "יעדער און קיינער".

האום סקול איז דערווייל נישט קיין אפציע פאר אונז.
מיינע אפציעס דערווייל אויפן טיש זענען. א חב״ד דעי סקול לבעלי תשובה. אדער א גרופע פון עלטערן וואס ווילן די זעלבע, מ'צעטיילט זיך אין די לימודים, יעדער לערנט אויס וואס ער קען די בעסט.

1. כ'זיך פאר עצות און עקספיריענס אין דעם הינזיכט.
2. עצות ווי אזוי מ'קען אויסלערנען די קינדער נאך זאכן אינדערהיים. (אנגעהויבן פון סייענס, ידיעות, ביז האבי'ס, ווי מוזיק און ארט)

ויישר כחכם למפרע.
 
כ׳מיין אז אפילו ביי די OG היימסקולער מיינט עס נישט ממש היימסקולן נאר ס׳איז ווי א מלמד אין שטעטל, ס׳נעמט זיך צוזאם אפאר משפחות און מען דינגט א מלמד, ס׳פשוט נישט דא די סקול סיסטעם, אבער א סקול איז דא.
פראקטיש און פסיכאלאגיש מאכט עס מער סענס ווי ליטערלי היימסקולינג.
 
לעצט רעדאגירט:
פראקטיש און פסיכאלאגיש מאכט עס מער סענס ווי ליטערלי היימסקולינג.
יא. כ'קען א סינגל מאמע וואס טוהט האום סקול כפשוטו. מ'דארף ע"פ חוק המדינה לערנען מיט די קינדער געוויסע שעות. כ'האב רחמנות אויף זיי.

כ'גלייב אז ס'וואלט געווען אקעי אויב מ'וואוינט אויף א פארם און די קינדער לעבן די איבריגע שעות אין טאג פריי. אבער נישט אין שטאט וואס האום סקול קען זיין קוואראנטין.
 
שלום וברכה חברים טובים

קלארשטעלונג. כ'בין נישטא זיך צו שלאגן מיטן סיסטעם. כ'גיי זיך פשוט מיין וועג לויט ווי אזוי איך פיל. כ'רעספעקטיר יעדעם צו טוהן לויט ווי אזוי זיי פארשטייען, (און כ'פארשטיי דעי וואס שפירן זיך סטאק פון קענען מאכן א טויש לויט ווי זיי ווילן.)

כ'האלט נישט ביים שיקן מיינע קינדער אין א חדר/ סקול ווי לענ"ד איז די שאדן מער ווי די אויפטוה.
פון מיינע פראבלעמען מיט חדר זענען
1. די איבריגע שעות וואס מ'רויבט צו פונעם קינד פון שפילן און זיך אויסלערנען אסאך זאכן וואס מ'לערנט נישט דארטן.
2. דעם מיס'אינפארמאציע וואס מ'באקומט בנוגע אידישקייט. (כ'וויל מיינע קינדער זאלן האבן אידישקייט אלס טראדיציע. און נישט מער חיובים).
3. כ'האלט נישט ביים ארבטן פון 9 טא 5, כדי צו קענען באצאלן שכר לימוד פאר מיין קינד אלס בעיבי סיטינג, כדי כ'זאל מוזן פארלאזן דעם הויז פון 9 טא 5.
4. די סיסטעם האקט צו דעם אינדעווידועל'ס אינטואישין, דו וואקסט אויף א ראבאט. מיינע קינדער זאלן עקספיריענס'ן א לעבן אנשטאט פון וואוינן אין זייער קאפ און זיך פירן לויט די פחד פון "יעדער און קיינער".

האום סקול איז דערווייל נישט קיין אפציע פאר אונז.
מיינע אפציעס דערווייל אויפן טיש זענען. א חב״ד דעי סקול לבעלי תשובה. אדער א גרופע פון עלטערן וואס ווילן די זעלבע, מ'צעטיילט זיך אין די לימודים, יעדער לערנט אויס וואס ער קען די בעסט.

1. כ'זיך פאר עצות און עקספיריענס אין דעם הינזיכט.
2. עצות ווי אזוי מ'קען אויסלערנען די קינדער נאך זאכן אינדערהיים. (אנגעהויבן פון סייענס, ידיעות, ביז האבי'ס, ווי מוזיק און ארט)

ויישר כחכם למפרע.
איך האב געהערט פון K12 אדווערטייזד ערגעץ כאילו ס׳איז אומזיסט. כ׳בין זייער אנטוישט געווארן צו זעהן אז ווארשיינליך איז עס נישט free
אבער קען זיין דו קענסט דא טרעפן עפעס וואס זאל דיר העלפן זיין לעגאל

Online Learning Powered by K12

*יארן צוריק האב איך גע׳חלומ׳ט פון homeschool’ן מיינע קינדער, אבער מ׳האט מיר געזאגט ס׳נישט אזוי פשוט, מ׳דארף זיך רעגיסטרירן כדי CPS זאל נישט האבן קיין תירוץ אז דו טוסט איזאלירן דיין קינד פון סעסייעטי און זאלסט האבן עווידענס אז דו טוסט אמת׳דיג homeschooling אויף א לעגאלן אופן

א קאפויערדיגע וועלט לעב׳מער: ווען דו קינדער גייען אין חדר און לערנען ניטאמאל בּעיסיקס they turn a blind eye און ווער רעדט נאך די חדרים וואו מ׳פראסקעט די קינדער
און ווען ס׳מאכט זיך געטרייע עלטערן וואס ווילן דאס בעסטע פאר זייערע קינדער דארפן זיי גאר איבערצייגן אז זיי זענען לעגאל אויסגעהאלטן.

ביטע, גלייב מיר נישט אויפ׳ן וואָרט, ווייל איך האב נישט קיין אהנונג וויפיל אמת ליגט אין די ווארענונג וואס איך האב באקומען. איך טייל דיר נאר מיט וואס מ׳האט מיר געזאגט.

איך ווייס גענוג פעלער אין אמעריקע ווי עלטערן האבן עביוזד די קינדער אין נאמען פון homeschooling און קיינער האט גארנישט געטון (איך מיין נישט א מעשה ווי Amazon.com וואס דארט קענסטו טענה׳ן אז זיי האבן געלעבט אין געהיים אין עפעס א פארווארפן פלאץ אויסער׳ן שטאט) איך רעד פון פלעצער ווי Utah ווי דעיס און נאך אסך אנדערע קרימינעלע מעשים און פארלעצונגען פון געזעץ ווערן אינגאנצן איגנארירט ביי די אינסטאנצן
 
לעצט רעדאגירט:
זאכן וואס כ'וויל אז מיין קינד זאל קענען און ווי אזוי מ'קען עס משלים זיין אין די פרייע צייטן

אלס קינד לערנט מען זיך אויס זאכן אסאך שנעלער.
כ'וויל מאכן א ליסטע פון פארשידענע פאכן און האבי'ס וואס מ'וועט יעדע חודש פראבירן עפעס ניי.

טערמס פון אלע געפיהלן, די נעמען און וואס זיי מיינען.

מעדיטעישאן, ברעטהווארק. מיטהאלטן צערעמאניעס, (כ'האב שוין געזעהן קינדער זיצן ביי צערעמאניעס אהן מעדעצין, די קינד באקומט עקסעס צו א שלוה'דיגן ארט)

מוזיק אינסטרעמענט'ס, (קיבארד, פידל, פלאט, גיטאר, דראם. וכו') נישט אז מ'קען זיך עפעס לערנען אין א חודש, אבער מ'קען באקומען א געפיהל פאר אן אינסטרעמענט און בלייבן שפילן מיט דעם אויף לענגער אויך.

פארן אויף א בייק, קריכן אויף ווענט (קליים זאון), קריכן אויף ביימער.

ווען מ'איז שוין עלטער. קאכן, בויען, פארשטיין צו מאכן א גוטע פייערל מיט ווייניג האלץ, צילן מיט א פייל און בויגן און מיט אן ביקס. מאכן וויין.

ונא להוסיף
 
מעדיטעישן וכדומה? איך וואלט דאס נישט געגעבן פאר א קינד.

פון די אנדערע זאכן וואס דו דערמאנסט, וואלט איך עטליכע געלייגט פאר לאנג טערם קוריקילעם. למשל קאכן, באקן, געפילן, מוזיק. פארוואס נאר א חודש? די זאכן קען מען אסאך לערנען דורך די יאר, און אויך ארויפגיין לעוועלס מיט די יארן.

נאך וואס איך קען יעצט טראכטן, קאמפיוטער, אנדערע שפראכן. (חוץ ענגליש, אידיש, און לה"ק/עברית).
 
מעדיטעישן וכדומה? איך וואלט דאס נישט געגעבן פאר א קינד.
פארוואס נישט? כ'קען קינדער וואס האבן געטרינקן אויכעט. (דאונט ווארי, כ'פלאן נישט אזוי ווייט...)
סך הכל באקומט דאס קינד טולס צו קענען עקזיסטירן אהן טראכטן, קאנטראלירן זיין אייגענע ענערגיע, זיך באקענען מיטן אייגענע נפש

פארוואס נאר א חודש? די זאכן קען מען אסאך לערנען דורך די יאר, און אויך ארויפגיין לעוועלס מיט די יארן.
גערעכט
כ'טראכט פשוט אז נישט יעדע קינד איז אינטרעסירט אין אלעס, כ'וויל זיי זאלן טועם זיין אביסל פון אלעס (ס'עקספענד דעם יכולת זיך צו לערנען נאך זאכן, באקומען א לורנינג מיינדסעט) און זיי זאלן עס שוין נעמען ווי אזוי זיי ווילן מיטן ארויפגיין לעוועלס אין וואס זיי האבן ליב.

(כ'בין געווארן אינספערירט ווען מיין שוועסטער האט זיך אנגעהויבן לערנען שפרעכן דויטש, (וואס עפעס דויטש? ווייל זי האט ליב ווי אזוי די שפראך הערט זיך) בו בעת וואס זי האט אנגעהויבן שפילן פידל פיאנא און גיטאר, אנגעהויבן נעמען וואויס לעססענס. פון דארט האט זי זיך געריקט צו קולטורן, באזיכט געוויסע קולטורן, געטראפן א קולטור וואס זי האט ליב און אפי' חתונה געהאט מיט א איד פון יענע קולטור. ענד דעי ליוו העפי ענד לאוולי.)
 
פארוואס נישט? כ'קען קינדער וואס האבן געטרינקן אויכעט. (דאונט ווארי, כ'פלאן נישט אזוי ווייט...)
סך הכל באקומט דאס קינד טולס צו קענען עקזיסטירן אהן טראכטן, קאנטראלירן זיין אייגענע ענערגיע, זיך באקענען מיטן אייגענע נפש
איך טראכט עס קען גיין זייער ראנג אין 2 וועגן. עס קען זיי אריינברענגן מושגים וואס זיי זענען נאך נישט גענוג ערוואקסן צו פארשטיין, און פונדעמענטעל עפעקטן זייער אויפוואקסן. און דאס איז אויך וואס מען זעט מענטשן וואס זענען משוגע געווארן פון קבלה ווען זיי זענען נישט געווען גרייט דערצו.

די צווייטע אופן קענען זיי עס נעמען ווי א טעכנישע ריטואל, און זיי וועלן עס אנקוקן ווי א זאך וואס מען טוט לשם טון, און זיי וועלן עס נישט משיג זיין אפילו אויף די עלטער. אזויווי מען זעט אסאך חסידי'שע בחורים וואס הייבן אן צו "לערנען" חסידות אן עס משיג זיין, און זיי בלייבן מיט די זעלבע ארימע השגות אפילו ווען זיי ווערן עלטער.
 
ווען איך זעה אינגערלייט זיך אפרעדן אויף די חינוך, כאפ איך ווי ווראנג עס איז.
מען רעדט זיך אפ אויף שטותים, בשעת אויף די ריכטיגע פראבלעמען איגנארירט מען.
א סקול איז געמאכט צו עדיוקעיטן. חינוך איז בעיקר אינדערהיים, אז מען קען עס באקומען אין סקול איז עס א בונוס.
נארמאל א סקול וואס מען צאלט שכר לימוד דארף זיין בעסער ווי פובליק נישט ערגער.
פאר מען הייבט אן לימודי קודש לימודי חול… קודם זאל מען לערנען. ווען מען זאל לערנען א גאנצן טאג נאר לימודי קודש, אבער לערנען תנ״ך מיט מפרשים, היסטאריע פון כלל ישראל… החרשתי. אבער עס איז א נארמאלע זאך אז מען זאל ארויס קומען נאך די גאנצע סיסטעם אין נישט וויסן אז די רמב״ן איז נאך די רמב״ם, און ווי לאנג תקופות תנאים, אמוראים, רבנן סבראי, גאונים וכו׳ זענען, ווער איז רב שרירא גאון… ניטאמאל ווייסט מען צו לייגן אין די ריכטיגע סדר רחבם, אסא און יהושיהו (אויב מען ווייסט בכלל פון א קעניג אסא).
און מען רעדט זיך אפ מער לימודי חול, מער אידישקייט, ווייניגער אידישקייט, שטרענגער, ווייעכער, פרייליכער.
העק, קודם זאל מען און אונזערע חדרים, סקולס, ישיבות. זענען מיסקאטאגארייזד, עס איז אינדאקטראנעישען אינסטיטושענס, און אונז האבן נישט קיין סקולס. איך האב נישט קיין פראבלעם (עכ״פ פאר די סעיק אף די ארגאמענט) מיט די אינסטעטושענס פאר וועם עס ארבעט, עז א עפטער סקול פראגרעם.
אבער לאמיר עפענען סקולס!!!
נאכדעם וועט מען דן זיין אויף די פרטים.
 
@Nanach הערליך ארויסגעברענגט.

גראדע אין די פלאץ ווי איך בין יעצט בינעך בכלל נישט אינטרעסירט מ'זאל לערנען מיט מיין קינד דוקא היסטאריע פון אידישקייט אלס אן עיקר.

אויב עדיוקאציע מיינט זיצן אין א געפענגעניש (קלאס) אין זיין "וואויל" דורך זיין שטיל. וועלן רוב אויפוואקסן אהן קענען און געדענקן צופיהל.

לערנען קומט פון נייגער וואס ווערט נישט פארהאקט, נאר ס'ווערט צוגעשטעלט די ענטפער'ס, ביכער, און ווידיאוס אויפן נושא.

ביי די יעניגע שבטים, אויב א קינד האט אינטרעסע אין עפעס, איז מען איהם מחזק אין דעם און מ'לערנט איהם אויס, ווייל "דאס איז זיין נשמה'ס מיסיע". (אין אונזער שפראך "ווייל אין דעם גייט ער מצליח זיין")

איך האב געלערנט נ"ך אלס בחור צוליב אינטרעסע.
אויב מיין קינד איז ענדערש אינטרעסירט אין די היסטאריע פונעם וועלט און נישט דוקא פון אונזער פאלק, וויל איך איהם דאס צושטעלן.

[כ'ווייס נישט אויב ס'איז נאך בנמצא דעם קונטרס פון הרב זילבער איבער דעם מצב אין ישיבות (בעל מחבר קונטרס רזא דשבתא) הגם ער בלייבט מער אין די אידישקייט ראמען, אבער כ'בין מושפע געווארן דערפון.]
 
איך ווייס נישט צו פראפער מעדיטעשן עקסערסייסעז איז צוגעפאסט פאר קינדער און צו עס איז געזונט. אבער מיינדפולנעס איז א זאך וואס מומחים זענען מציע צו אריינברענגען אין די חינוך סיסטעם אויך פאר קינדער
 
@Nanach הערליך ארויסגעברענגט.

גראדע אין די פלאץ ווי איך בין יעצט בינעך בכלל נישט אינטרעסירט מ'זאל לערנען מיט מיין קינד דוקא היסטאריע פון אידישקייט אלס אן עיקר.

אויב עדיוקאציע מיינט זיצן אין א געפענגעניש (קלאס) אין זיין "וואויל" דורך זיין שטיל. וועלן רוב אויפוואקסן אהן קענען און געדענקן צופיהל.

לערנען קומט פון נייגער וואס ווערט נישט פארהאקט, נאר ס'ווערט צוגעשטעלט די ענטפער'ס, ביכער, און ווידיאוס אויפן נושא.

ביי די יעניגע שבטים, אויב א קינד האט אינטרעסע אין עפעס, איז מען איהם מחזק אין דעם און מ'לערנט איהם אויס, ווייל "דאס איז זיין נשמה'ס מיסיע". (אין אונזער שפראך "ווייל אין דעם גייט ער מצליח זיין")

איך האב געלערנט נ"ך אלס בחור צוליב אינטרעסע.
אויב מיין קינד איז ענדערש אינטרעסירט אין די היסטאריע פונעם וועלט און נישט דוקא פון אונזער פאלק, וויל איך איהם דאס צושטעלן.

[כ'ווייס נישט אויב ס'איז נאך בנמצא דעם קונטרס פון הרב זילבער איבער דעם מצב אין ישיבות (בעל מחבר קונטרס רזא דשבתא) הגם ער בלייבט מער אין די אידישקייט ראמען, אבער כ'בין מושפע געווארן דערפון.]
שכוח פאר די קאמפלימענט.
ביסט גערעכט מיט דיין נקודה, אבער טאקע דיין תגובה ברענגט ארויס מיין ווייטאג, ווי אונז זענען אזוי פארנומען מיט פרטים ווען עס פעלט אונז די עיקר.
די הייבסט אן אריינצוגיין וואספארא ספעסיפיק חינוך דו וואלסט געוואלט פאר דיין קינד.
וואס איך האב ארויסגעברענגט אויבן איז נישט אז מען זאל לערנען היסטאריע, טויש די גאנצע תגובה צו חשבון אין עירובין, סוכה און אזוי ווייטער. אדער אויף די חשבון פון די חדשים/(פעסא)אסטראנאמיע אין ר״ה. אדער גאר לימודי חול.
איך פערסאנעל ווארט נישט אויף קיין תיקונים פון די סיסטעם און איך האב געטראפען א מוסדות וואס איז נישט מעין סטריעם פאר מיינע קינדער, און איך גיב זיי אפשענס, ווילאנג זיי טשאסען נישט צו זיין אנאלפעבאטן. לדוגמא מיין עלטצטע וויל זיין א סייענטיסט (קען נאך טוישען 10 מאל, זיי זענען נאך גאנץ קליין) מיין נעקסטע איז מער א העפי גא לאקי און ארטיסטיק. סא די עלטסטע קויף איך/בארג פון די לייבערי סטעם בוקס, און די נעקסטע געב איך מער פלאץ פאר איר צו ארויס געבען איר ארט (די סקול איז גאנץ גוט אין די פעלד, עס פעלט נישט אויס פאר מיר צו צולייגן צופיל).
מיין פוינט איז, אז די עצם זאך וואס האסט מגיב געווען אויף די פרט (איך מיין נישט דיר פערזענדליך, איך מיין די מיינדסעט פון אונזער קאמיוניטי. דיין תגובה איז נאר א פועל יוצא פון לעבן און די סיסטעם) ווייזט ווי ווראנג אונז זענען.
לאמיר פאקעסען צו האבן ״גוטע״ סקולס (חדרים/ישיבות וכו׳).
גוט פאר א סקול מיינט אז מען לערנט גוט.
וואס מען זאל לערנען. ווי אזוי מען זאל לערנען. אויף וואס מען זאל לייגן א דגוש, קומט נאכדעם. אז אונז וועלן טוישן מיינדסעט און לייגן א דגוש אויף וואס איז ריכטיג וועט אויטעמאטיש פון אזא גרויסע ציבור זיין גענוג א גרויסע אפשען פאר יעדעם.
נאכאמאל (אז עס טוט וויי שרייט מען) אזוי ווי ביי א דאקטער קוקסטו נישט אויף די באקוועמליכקייט פון די בענקלעך פון וועיטינג רום (כאטש וואס עס איז געשמאק אויב עס איז) נאר ווי גוט ער קען היילן. ביים לויער ווי גוט ער קען דיר געווינען די קעיס. און ביים בעקער ווי גוט ער קען באקן.
די זעלבע דארף די מיינדסעט זיך טוישן ביי אונז לגבי סקולס.
ביי סקולס קוקט מען וואס לערנט מען דארט? (קריקעלעם) ווי גוט זענען די טיטשערס/מלמדים, אין אויסלערנען די קריקעלעם? וואספארא לימודים לייגט מען מער און ווייניגער דגוש?
נאך וואס דאס וועט ווערן די עיקר שאלות אויף א סקול. גוט וועט מיינען, אז די תוצאות ביים גרעדועיטן זענען נאנט (אדער מער) ווי די קריקעלעם האט פארגעזאגט. און אז די טיטשערס/מלמדים קענען זייער חומר וואס זיי דארפן אויסלערנען בעסער ווי וואס זיי לערנען אויס (נישט ווען א אבאוו עוורידזש פרעגט א שאלה בלייבט מען מיט די צינג ארויס, אדער מען פארדרייט א קאפ). די סקולס וועלן שטיצן קריואסיטי, אנשטאט עס פארקנאקען.
דעמאלטס וועט מען קענען דן זיין מער אדער ווייניגער קודש/חול, סטעם/ארט, עיון/בקיאות, פאנדעמענטעליסט/רעפארמיסט און אלעס אינמיטען.
אבער קודם זאל מען געבן סקולס. לערן מיט די קינדער כאטש עפעס…
ממילא האב איך געברענגט דוגמאות פון קודש, מען זאל נישט קענען זאגן קיין אידישקייט טענה.
איך האף איך בין גענוג קלאר.
און אז עס זאל עפעס עושה רושם זיין.
 
נישט נאר האבן די סיסטעם חדרים א פונקטליכע סדר, טוהען זיי נישט טוישען סדרים אין לימודי קודש.
היינט ערב תשעה באב שיקט מען אהיים די קינדער ביי חצות היום, על אף וואס עס איז דא לימודים וואס ס'איז מותר צו לערנען, אבער וויבאלד ס'איז נישט פון די געווענליכע סדר זענען די מוסדות פארשפארט.
 
Back
Top