- זיך איינגעשריבן
- אפר. 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 268
- רעאקציע ראטע
- 1,307
{זייענדיג אז קאווע שטיבל האט זיך פארמאכט, וועל איך אי״ה דא ממשיך זיין מיין אשכול דארט איבער פאליטישע פילאזאפיע והמסתעף}
טאמאס פּעין, אין 1776, האט שטארק קריטיקירט דאס אז מלוכה גייט בדרך כלל מאב לבן (ועיין בהל׳ מלכים פ״א ה״ז). ער האט גע׳טענה׳ט אז מ׳זעהט ווי נאטור אליינס איז דערקעגן, און עס שטעלט זיך כסדר ארויס אז די זוהן איז שוואכער ווי די פארגייער (א סארט ריגרעשאן צו די מיען, וואו נאך עפעס מער ווי די עוורידזש באיזה דבר, גייט עס דערנאך צוריק צו ארום די עוורידזש; און א גוטע פירער איז דאך אַן איש מורם מעם און העכער די עוורידזש.)
דר. פראנסיסקאָ פּערעז-גאנזאלעס האט געצייגט אז דאס איז אויך בנוגע כהיום אין ביזנעס און פירמעס. עס איז דא א קאָרעלעישאן אז דארט וואו עס איז דא נעפּאטיזם און דוקא קינדער ירש׳ענען די ביזנעס, ווערט די בּיזנעס שוואכער.