אומזיסטע עגמת נפש

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
497
רעאקציע ראטע
1,830
Values זענען גאר אנדערש ביי יעדן איינעם. ס׳דא קולטורעלע סארט וואס זענען אזוי גערופענע values אבער נישט די שפראך פון דיין אינערליכע פּרעפערענץ, למשל אין אונזער געזעלשאפט איז דא א value צו זיין חתונה געהאט און האבן א משפחה - לאו דוקא אז יעדער וואלט זיך דאס אויסגעוועהלט פאר זייער לעבן (גענוג מענטשן לעבן גליקליך אן חתונה האבן און אָן האבן קינדער, אבער ווילאנג מ׳באלאנגט אין א געוויסע קהילה אדער געזעלשאפט נעמט מען בדרך כלל אן די values וואס זיי פארקויפן און ערווארטן פון דיר)

איך וויל דא רעדן פון עכטע values וואס זענען אייגנארטיג צו דיר און קיינער האט נישט די זעלבע קאמבינאציע- ס׳איז כמעט אזויווי מיט דיין finger print וואס איז unique צו דיר

וואס איז די עגמת נפש? ווען מ׳גלייבט און מ׳איז טיף איבערצייגט אין די אייגענע values און מ׳פרובירט איבערצייגן אנדערע אז זיי דארפן אויך אזוי זיין.

צ.ב.ש. אנשטאט שלום בית פראבלעמען וועל איך געבן א ביזנעס partnership פראבלעם אלס ביישפיל

צוויי פריינט עפענען צוזאמען א ביזנעס. זיי ווילן צושטעלן הערליכע וועבסייטס פאר קאמפעניס. ביידע האבן די טאלאנט גוט צו פארשטיין די כח פון גרעפיקס, פארבן, דיזיין, און אלעס וואס מ׳דארף צו בויען א powerful רעפרעזענטאציע פאר זייער קליענט.

זיי זענען גוטע חברים שוין לאנגע יארן, וואס קען גיין ראָנג?

די פראבלעם איז אז ברוך האט א געוואלדיגע טאלאנט פון optimize יעדע געלעגנהייט, און אויסניצן יעדע קליינע opportunity צו בארייכערן די ביזנעס

קוקט נישט אויס ווי א שלעכטע זאך! ס׳איז א שליסל וואס ברענגט אים הצלחה

טאקע נישט קיין פראבלעם,
נאר אויב מ׳פּאָרט אים צוזאמען מיט איינעם וואס האט פונקט דאס פארקערטע value

אויב חיים גלייבט אז אין סערוויס based ביזנעס איז וויכטיג צו געבן מיט א ברייטהארציגקייט און אין זיין עקספיריענס: די מענטשן וואס פילן קעיר גענומען אביסל מער ווי געראכטן,
ווען זיי באקומען מיט שפע - נישט בלויז מיט אן אויסגערעכנטקייט tit for tat
דעמאלס צאלט זיך עס אויס בכפליים, ווייל די קליענטן האלטן אין איין מיטטיילן מיט אנדערע וועגן זייער וואונדערליכע ערפארונג, און ס׳ברענגט אים מער קונים און אסך הצלחה אין זיין ביזנעס

ביידע זענען גערעכט צו ניצן די אופן וואס ארבעט גוט פאר זיי, און קיינער קען נישט ארויפצווינגען זייער גאנג אויפ׳ן צווייטן
אבער אין ביזנעס איז שווער צו ארבעטן מיט איינעם וואס האט אזא פארקערטע מהלך פון דיר
אויב די values זענען אזוי פארקערט, טויג נישט

וויאזוי קענסטו אויסגעפינען וואס זענען דיינע values וואס זענען באמת וויכטיג פאר דיר און קיינער האט נישט א רעכט צו פרובירן דיר טוישן אויף דעם?
ס׳דא אן אינטרעסאנטע טעסט פון Dr. John Demartini וואס העלפט געוואלדיג אין דעם

איך האב געראטעוועט מיין שלום בית מיט דעם (נישט אז איך האב זיך געהאלטן ביים גט׳ן, אבער מ׳האט זיך ארומגעקריגט אויף זאכן וואס מיר האבן זייער א פארקערטע צוגאנג דערצו, באזירט אויף אונזערע values און ס׳האט גורם געווען אן א שיעור עגמת נפש אומזיסט

ווייל values איז נישט עפעס וואס טוישט זיך, דו ביזט געבוירן דערמיט. און ס׳איז א שאד די צער פון פרובירן זיך צוצושטעלן צו יענעם׳ס values אדער אויסגעבן כח און צייט פרובירנדיג ״איבערצוצייגן״ יענעם מיט דיינע values

קיינעם׳ס איז נישט ״בעסער״
יעדן׳ס קומט צוניץ אין זייער אייגענע לעבן
דו קענסט נישט איבערמאכן א צווייטן ווייל ס׳וועט רואינירן די רילעישנשיפ ווען איינער איז געצווינגען זיך צוצושטעלן און קען נישט זיין זיך אליין.

Demartini Value Determination - Discover What Drives You

די cool part פון אויסגעפינען וואס דיינע עכטע values זענען - איז אז דו וועסט ענדליך פארשטיין וואס די סיבה פון אסך פון די זאכן וואס דו procrastinate ווייל באמת זענען זיי געבינדן צו א צווייטן׳ס value וואס דו פרובירסט זיך צו צווינגען נאכצופאלגן. אבער דיין גייסט וועט אלעמאל זיך קריגן (און געווינען) ווען אוממער דו טוסט פאררעטן דיינע values
 
לעצט רעדאגירט:
@אנטוישטער, איך ווייס נישט פארוואס די ביסט אזוי אנטוישט, די זאגסט זייער גוט,
איך מיין אז איך האב דאס שוין געוואוסט, אבער געזעהן אזוי קלאר ארויסגעברענגט נאכנישט, און איך מעג עס ווען טאקע אימפלעמענטן אויך...
 
א דאנק פאר דיין פידבעק
at last די אנטוישונג האט געברענגט פירות
די וועלט זאגט: קיין שום גוטע שינוי אין לעבן פאסירט נישט גוטוויליג
(די פרימיטיווע חלק פון אונזער מח האט פיינט טויש, ווייל ס׳באטראכט עס ווי סכנה)
ממילא ווען מ׳קומט צו א פוינט ווי מ׳ווערט ביטער אנטוישט, איז דא האפענונג אז די פיין פון בלייבן פארזינקען אין די בלאטע וועט איבערוועגן די פחד פון טויש און געבן די קוראזש וואס מ׳דארף צו זיכן און טרעפן נייע לעזונגען.
די בעסטע הנאה איז ווען פון מיינע אייגענע אנטוישונגען און די רבי געלט וואס איך האב געדארפט באצאלן קענען כאטש אנדערע אויך נהנה זיין
 
ממילא ווען מ׳קומט צו א פוינט ווי מ׳ווערט ביטער אנטוישט, איז דא האפענונג אז די פיין פון בלייבן פארזינקען אין די בלאטע וועט איבערוועגן די פחד פון טויש און געבן די קוראזש וואס מ׳דארף צו זיכן און טרעפן נייע לעזונגען.
קענסט האפן אויף נאך א העכערע האפענינג. די וואלנערביליטי פון טויש מוז מען נישט בייקומען נאר ווייל די פיין איז ערגער. די וואלנערביליטי קען זיין א זיסע עקספעריענס כשלעצמו. כאילו מ'לייענט וועגען א צווייטענס עקספעריענס, און ס'הערט זיך זייער אינטערסאנט. מ'אבזעבירט די עקספעריענס פון טויש מיט א נייגער צו אבסערבירן ווי אזוי סדרייעט זיך ווייטער. היינט בליקסטו אויף די וואלנערביליטי געצווינגען מחמת נישט אויסהאלטן די פיין, ווער ווייסט, מארגן וועסטו גאר עמברעיסן וואלענערביליטי ווי א געשמאקע געים, וועסט גאר אויף זיכען.

FDR האט געזאגט there is nothing to fear but fear itself
פון די צווייטע זייט קען מען זאגן נישטא אזא גוטע האפענונג ווי די האפענונג צו האפן.
 
Back
Top