איבער אונזער לבוש

גאלדענע-פעדער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אקט. 19, 2024
מעסעדזשעס
36
רעאקציע ראטע
106
דער לבוש פון חסידים, ווי דער שטריימל און בעקיטשע, קומט פון די צייטן פון תלמידי בעל שם טוב, ווען דער לבוש האט אויסגעדריקט ריספעקט.

היינט, ווען א שטריימל קאסט טויזענטער דאללערס, פרעגט זיך, איז דאס דען געווען דער כוונה? אברהם אבינו האט דאך, לויט די בילדער, געלעבט אין פשוטע קליידער, און קיין שטריימל האט ער נישט געטראגן.

אבער אין חסידות איז דער לבוש געווארן א שטארקע זאך – נישט נאר אלס בגד, נאר ווי א וועג זיך צו פארשטעלן אלס חסיד.

פארוואס טאר מען נישט גיין פשוט? דער לבוש איז נישט דער עיקר, נאר דער דרך וואס ער פארשטעלט. אבער מ'דארף געדענקן, ס'איז נישט דער שטריימל אליין וואס מאכט א חסיד, נאר די עבודה אינעווייניג.
 
משה רבינו איז געגאנגען מיט א שטריימלץ (טאקע נישט די $10,000 שטריימל, אבער א היינטיגע שטריימל)
אזוי ווערט געברענגט אין "א הילף פאר דעם קינד" קאלערינג ביכל
 
די לבוש איז א גויישע סטייל, וואס די גאנצע וועלט פלעגט אזוי גיין אנגעטון פאר בערך 100 יאר צוריק, און יידן זענען געבליבן סטאק מיט דעם, צוליב ר' מענדל מרימינוב וואס איז ארויס געקומען מיט א מערכה אנטקעגן מאדע ווען די מושג סטייל האט זיך אנגעהויבן אויפן וועלט וועגן די industrial revaluation, און די אונגארישע רוסישע רומאניע וכו' האבן געהאט מער א Eastern Europe סטייל לבוש, און די ליטווישע און יעקערס האבן געהאט א Western סטייל לבוש, און צוליב דער השקפה ביי די חסידים, וואס האט זיך פארשפרייט, און בפרט נאך די קריג, שטייען מיר נאך היינט מיט א פארצייטישע סטייל.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top