וויאזוי זאגט מען אין אידיש א הנחה Assumption?
גוגעל זאגט ״האַשאָרע״ פאראידישנדיג השערה, וואס מאנכע ניצען טאקע (כאטש וואס מיט גוגעל׳ס ספעלינג האב איך עס קיינמאל נישט געזעהן), ווידער אויף דייטש זאגט מען אן ״אננעהמע״ מלשון אננעמען וואס מען הערט טאקע אין די ישיבות.
למעשה השערה, מיינט נישט עכט א הנחה ס׳מיינט א אָפּשאַץ, בשעת א הנחה איז אסאך שטערקער ווי א אפשאץ.
ווידער אננעמען איז שוין די פועל יוצא פון די הנחה און נישט די הנחה אליינס.
העט מען מוזן צוריק גיין צום דייטש און עים פאראידישען, כגון דא ״אָנאַמע״ על דרך ״אָנקלאַגע״.