אידישע לידער פון אמאל

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
566
רעאקציע ראטע
1,955
א דאנק @איך אויך פאר׳ן מיר אינספירירן מיטצוטיילן פונ׳ם אוצר ליסטע וואס איך האב ביי מיר פון הערליכע אידישע לידער

איך וועל אנהייבן מיט׳ן ליד:
הוליעט, הוליעט בייזע װינטן
ווייל ס׳פילט יעצט פאסיג דא.

ס׳האט מיר ארויסגעהאלפן אין א צייט פון רדיפות, די ווערטער זאגן ארויס גראב און אפן צו די וואס מאכן חורבנות: טוה נאר ווייטער אלס וואס דיר שמעקט, אבער ס׳וועט נישט לאנג אנהאלטן דיין מאכט,
פונקט ווי דער ווינטער האלט נישט אָן אויף אייביג און די זומער קומט אן צום סוף.


הוליעט, הוליעט בייזע װינטן,
פֿרײַ באַהערשט די װעלט!
ברעכט די צװײַגן, װאַרפֿט די ביימער,
טוט װאָס אײַך געפֿעלט!

טרײַבט די פֿייגל פֿון די װעלדער
און פֿאַריאָגט זיי פֿאָרט;
די װאָס קענען װײַט ניט פֿליִען, —
טויט זיי אויפֿן אָרט!

רײַסט די לאָדן פֿון די פֿענצטער,
שויבן ברעכט אַרויס!
ברענט אַ ליכטל ערגעץ טונקל, —
לעשט מיט צאָרן אויס!

הוליעט, הוליעט בייזע װינטן,
איצט איז אײַער צײַט!
נישט לאַנג װעט דויערן דער װינטער,
זומער איז נישט װײַט!…

View: https://youtu.be/FzBcf6nll5M?si=iNpBZldDwQkdbm4x
 
זינג שטיל

ס’האָט מיר מײַן טאַטע נאָך קינדװײַז געזאָגט,
גוט איז צו אױפֿשטײן באַגינען;
און װער נאָר אַ האַרץ און אן אױער פֿאַרמאָגט,
דער װעט שױן אַ ניגון געפֿינען.

(פזמון: )
זינג שטיל, גאָר שטיל
אַז קײנער חוץ אונז זאָל ניט הערן;
און זאָל אונז פֿאַרװיגן
דער האַרציקער ניגון
ביז אײַנדרימלען װעלן די שטערן.

איך האָב מײַן טאַטן דעם קלוגן געפֿאָלגט
און זײַנע װערטער באַנומען;
איך האָב אױף די פֿעלדער בײַם פֿײגל׳שן פֿאָלק
דעם ניגון דעם שענסטן געפֿונען.

זינג שטיל…

טיפֿער אין װעלדער איז טיפֿער דער סוד,
װאָס נאָר די שטילקײט קען האַלטן;
כ’האָב מורא צו זאָגן — נאָר אפֿשר האָט גאָט
דאָרטן זײַן ניגון באַהאַלטן.

זינג שטיל…

זי הייבט אָן זינגען ביים mark 0:55
View: https://youtu.be/DD5OOd46f_s?si=3xGfjxK_qLgYnD1m
 
דו נעקסטע ליד איז וועגן די שפאנישע אינקוויזיציע און די העלדישקייט נישט אונטערגעבן זיך צום שונא

זאג מאַראַן, ברודער מיינער

https://www.nli.org.il/he/items/NNL_MUSIC_AL990038645480205171/NLI

-זאָג,מאראן, דו ברודער מיינער,

וואו איז גרייט דער סדר דיינער?

-אין דעם הייל, אין א חדר,

דאָרט האָב איך געגרייט מיין סדר.



-זאג מאראן מיר, וואו, ביי וועמען

וועסטו ווייסע מצות נעמען?

-אין דער הייל, אויף גאָט׳ס באַראָטן

האָט מיין ווייב דעם טייג געקנאָטן.



-זאָג, מאראן, ווי וועסט זיך קליגן?

א הגדה וואו צו קריגן?

-אין דער הייל, אין טיפע שפּאלטן

האָב איך זי שוין לאנג באהאלטן!



-זאָג, מאראן, ווי וועסט זיך ווערן,

ווען מען וועט דיין קול דערהערן?

- -ווען דער שונא וועט מיר פאנגען

- וועל איך שטארבן מיט געזאנגען.
 
זאג נישט קיינמאל



View: https://m.youtube.com/watch?v=U-usi_hHJnc




זאָג נישט קיינמאָל, אז דו גייסט דעם לעצטן וועג,

ווען הימלען בלייענע פארשטעלן בלויע טעג,

ווייל קומען וועט נאָך אונזער אויסגעבענקטע שעה,

ס'וועט א פּויק טאָן אונזער טראָט: מיר זיינען דאָ!



פון גרינעם פּאלמען לאנד ביז ווייטן לאנד פון שניי,

מיר זיינען דאָ מיט אונזער פּיין, מיט אונזער וויי,

און וואו געפאלן ס'איז א שפּריץ פון אונזער בלוט:

שפּראָצן וועט דארט אונזער גבורה, אונזער מוט.



ס'וועט די מאָרגן-זון באגילדן אונז דעם היינט,

דער שווארצער נעכטן וועט פארשווינדן מיטן פיינט,

און אויב פארזאמען וועט די זון און דער קאיאָר,

ווי א פּאראָל זאָל גיין דאָס ליד פון דור צו דור.



דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און נישט מיט בליי,

ס'איז נישט א לידל פון א פויגל אויף דער פריי,

דאס האָט א פאָלק צווישן פאלנדיקע ווענט

דאָס ליד געזונגען מיט נאגאנעס אין די הענט.



איז, זאָג נישט קיינמאָל, אז דו גייסט דעם לעצטן וועג,

ווען הימלען בלייענע פארשטעלן בלויע טעג,

ווייל קומען וועט נאָך אונזער אויסגעבענקטע שעה,

ס'וועט א פּויק טאָן אונזער טראָט: מיר זיינען דאָ!
 
א דאנק פאר דיין עפפארט. אבער נעה, קיינע פון דיע רעדט נישט צו מיר אזוי ווי דיע וואס דו האסט דארט געלייגט.

אגב, 'א אידישע מאמע' קענסטו ברענגן דירעקט פון יאסעלע, מען דארף נישט דודו פישער דערפאר.
 
נעמט אייך זיין גאר הארציגע 'א יידיש מיידל דארף א יידישן בוי' וואס שפיגעלט אפ די טראגעדיע פון חתונה האבען מיט גוים וואס האט יענס יארן
געבושעוועט אין אמעריקא.

View: https://www.youtube.com/watch?v=7xk0vc8mDyk
 
אמאל האב איך געלייגט אויף ק"ש ז"ל דעם זיסן ניגון פון אהרן לעבעדאוו. 'וואט קען יו מאך עס איז אמעריקא'

View: https://www.youtube.com/watch?v=yhGYIktKL08
דערמאנסט מיר כ׳האב עס אמאל געהערט.
ער זינגט געשמאק
א דאנק פאר מיטטיילן

(און פאר איינער וואס מוטשעט זיך ווי מיר צו פארשטיין גענוי די ווערטער, קען זעהן די lyrics דא געשריבן אויף אידיש אבער אין לאטיינישע אותיות:
What Can You Mach? - S'is America (Full Song & Lyrics) - Aaron Lebedeff, Alexander Olshanetzky Orchestra - Download or Listen Free - JioSaavn
 
Back
Top