אידישע פאפולאציע אין גרעיטאר ניו יארק.

הק' לייביש שרייבער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
731
רעאקציע ראטע
1,775
איך בין בעצם זייער שאקד ליינענדיג די ציפערן וואס עס ווערט דא ציטירט אין די רעפארט וואס איך האב געליינט. איך האב געמיינט ביז יעצט אז עס איז אסאך אסאך מער. אבער זעהט אויס אז עס מיליאנט זיך נישט אזוי שנעל מענטשען. און נאך מער, אז אויסער ניו יורק איז אידישקייט שטארק איין געשרינקן אין אמעריקא, ספעציעל אין די קאונטיס ווי וועסט-טשעסטער, סאפאלק, נאסא קאונטיס. דאס ערשטע מאל זונט דאס איז געווארן א היים פאר די מלחמה איבערלעבער וואס האבן זיך עווענטועל דארט מסדר געווען זייער וואוין ארט.

והנה אן קיין גרויסע הקדמות. עס איז געשאצט אז אין ניו יורק סיטי געפונען זיך נאך 13,000 הלאקאוסט סורווייווער'ס (מען דארף זיי אויף זוכען און רעדן מיט זיי ווייל באלד איז גארנישט דא מער)

פאר ווייניגער ווי צוואנציג יאר צוריק זענען די צאל סורווייווערס געווען געשאצט צו אין ניו יורק זעלבטס, איבער 55,000 מענטשען וואס האבן זיך דא אין ניו יורק פלאצירט זיך נאכן קריג צוריק צו אויף שטעלן זיך און א משפחה פאר זיך.

אין די יאר 2011 און אין יאר 1991 האט ניו יורק סיטי געפיקט מיט א מספר פון 1.5 מיליאן אידישע נפשות היינט איז עס אסאך אסאך ווייניגער מיט די וואוקס. פארשטייט זיך עס איז דא א ריזיגע ציבור וואס ציהט זיך ארויס פון ניו יורק פאר מעני דיפערענט ריזענס. יא און אויך וועסטו ווערן סורפרייזד ווער עס נעמט די אלע מענטשען איבער. יא גוט געגעסט פלארידא.

די אויס-וואנדערינג האט זיך שטארק פארמערט אין די קאוויד אפאכע און דאן האבן זייער אסאך מענטשען זיך געצויגען אהין ווי די שווערע קאוויד געזעצען האבן נישט אזוי געהערשט.

פאר 80 יאר צוריק איז געווען בראנקס דער עיקר פלאץ אין ניו יורק ווי די אידן זענען געווען סטאנציאנירט. היינט זענען מיר מער ווייניגער סטאנציאנירט אין ברוקלין.

אין ברוקלין וואוינען כהיום 462 טויזענט אידען. דאס איז א דריטעל פון ברוקלינס פאפיולאציע. און אין בראנקס וואוינען כהיום ניטאמאל קיין גאנצע צוויי פראצענט.

פון די 462 טויזענט אידן זענען פון דעם נאר 300 טויזענט קאנסידערט און רופן זיך חרידים. בארא פארק האט א פאפיולאציע פון בערך 200 טויזענט מענטשען וואוינען דארט איבער האלב דערפון זענען היימישע אידן און עס איז דא מער מענטשען וואס זענען אונטער 18 וואס איז איבער 50,000 און עדאלטס זענען אן ערך פון 46,000

די נעקסטע נאנטע געגענט איז פלעטבוש ווי עס וואוינען אן ערך פון 54,000 אידן און נאר א פערטעל פון די אידישע פטפיולאציע אין פלעטבוש זענען קינדער אונטער די יאר פון 18 די בערך (עווערעדזש) יארגאנג אין פלעטבוז איז 49 יאר אלט.

וויליאמסבורג אנהאלט אין זיך 76,000 אידן 21 פראצענט פון די וויליאמסבורגע פאפיולאציע. די עווערעדזש יארגאנג אין וויליאמסבורג איז 31 יאר אלט. און 44% פון די אידישע פאפיולאציע אין וויליאמסבורג זענען אונטער 18

מיר וועלן אפיר זיכען די מספרים פון ארענסזש און ראקלענד קאונטי אויכעט איך בין נייגעריג וואס דארט טוהט זיך.
 
לכאורה גייען די נומבערס אראפ וועגן אסימילאציע, די קינדער פארופן זיך שוין נישט פאר קיין אידן, די חרדישע נומבערס גייען נישט אראפ, זיי וואקסן ווי אויף הייוון, מיין השערה איז אז די פרייע אידן פון אמאל האבן נאך גערעדט אידיש האבן זיי זיך נאך געהאלטן געהעריג אידיש, זייערע אייניקלעך ווייסן נישט פון גארנישט אידיש צו זאגן, און די קשר צווישן די מדינה און אסאך אידן און חו"ל איז שוין נישט אזוי שטארק ווי אמאל, במילא רופן זיי זיך שוין נישט אלס אידן פארדעם גייט די נומבערס אראפ.
 
Back
Top