אידישע סאשעל גרופעס

תיקון ברענגער

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
אוג. 30, 2024
מעסעדזשעס
13
רעאקציע ראטע
24
עס איז דא אסאך היימישע סאציאלע מידיע גרופעס, עפן איך דא אן אשכול (סארי, שנירל) איבער זיי אלע.

קומט אריין מיט אייערע טעלעגראם, וואטסעפפ, און אלע פלאטפארמעס וואס איר טראכט אז קרעמער קענען זיין אינטערעסירט דערין.
א שטיקל נוגע בדבר בין איך פארן עפענען די שנירל, ווייל איך פראביר שוין לאנג צו טרעפן א טעלעגראם טשענעל מיטן נאמען "טאאאקע" אויב איינער ווייסט דערפון ביטע מיטטיילן.
 
א פלאץ זיך צו באקענען און עקספרעסן…

געאייגענט פאר ווער ס׳וויל זיך באקענען מיט לייק מיינדעד פיפל וואס פיהלן זיך געצוימט אין זייער סיסטעם/סאסייעטי און שעפן חיזוק און אימאשענעל סופארט:

Kehillah OTP
 
פארוואס רופט מען עס דא טאקע שנירל ?... ס'קריכט אויף דער נערווען אז דו פרעגסט מיר
 
מלחמה סודות - טעלעגראם טשענעל אידיש.

ער פאקט ארויף נייעס און ווידעאס (אמאל גראפיש אויך) פון ארץ ישראל.

אפדעיט זייער אפט. טייל מאָל ממש מינוטן אדער אפילו בשעת עפעס פאסירט.

מלחמה סודות אין אידיש
 
דער יאסי גאלדשטיין פאדקעסט.

דער באקאנטער שרייבער און מויל מאכער יאסי גאלדשטיין אדער ווי ער האט זיך גערופן אויף קול מבשר גדליה מערינג, האט געעפנט א פאדקעסט.

טייל מאָל איז עס גאר אינהאלטסרייך, ער קריכט אריין אין א טעמע אדער היסטאריע. געווענליך בערך 20 מינוט.

טייל מאָל גייט ער בלויז איבער די לעצטע נייעס, טאקע מיט דעטאלן, אבער אויב מען האט גוט געליינט אדער צוגעהערט די נייעס פון פריער דאן איז ער דיר גארנישט מחדש.

ער איז פארנומען אסאך צו רעדן אלעס ארום דעם פאדקעסט, ווי למשל אז עס גייט קומען גוטע שמעוסן אדער רעדן ווי יא אדער נישט קאנסיסטענט ער איז.

לעצטענס איז ער דאכצעך געווארן מער פראפעסיאנאל און האלט זיך צום טעמע.

דער יאסי גאלדשטיין פאדקעסט
 
Back
Top