אידישע ווערטער אויסלייג

חבקוק

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 12, 2024
מעסעדזשעס
123
רעאקציע ראטע
758
בשעת׳ן איבערטייטשן די XenForo פלאטפארמע האט זיך געמאכט פארשידענע ספיקות און מיינונגס פארשידענהייטן איבער די אויסלייג פון געוויסע אידישע און פאראידישטע ווערטער, אלזא עפן איך אויף דעם שנירל אויסצושמועסן די ענינים, נישט ווייל גרויסע עקספערט בינעך, ווי שלמה׳לע זאגט אין על נהרות בבל, נאר פשוט כדי די גרויסע פראפעסארן דא זאלן האבן וואו צו לייגן זייערע מיינונגען.

איז לאמיר אנהייבן מיט א ספק וואס האט אנגעזייעט אזא שרעקליכע מחלוקה; אז עס האט געהאלטן ממש ביים צוגרינד לייגן דאס גאנצע פראיעקט.

אדמיניסטראטאר אדער אדמיניסטראטור?

מאדעראטאר אדער מאדעראטור?

במשכל ראשון האט מיר תיכף בעסער געשמעקט אדמיניסטראטאר און מאדעראטאר, פארוואס פרעגסטו? א גוטע קשיא!

דאס איז אמאל קלאר ווי א גלאז אז אדמיניסטראטור איז טאקע נישט עק וועלט, נאר וואס א טעם האט עס דען? ווי א גלוז זויערע ארענדזש דזשאס! אדער ווי א גאמענע פינאט טשא! עס קוקט אויס ווי איינער מאכט זיך מילוי ווין אן א צאל, פון שטאָל - שטול, און פון לאל - לול, עס קוקט פשוט נישט אויס קאאל, אריינצושטעקן דעם וו איבעראל.

אבער איין מינוט, אויב איז דער וואס פירט אן די סייט אן אדמיניסטראטאר דאן וואס טוט פריידא וויזעל? זי פירט אן א טאר? מען נוצט יעדע מינוט אנדערע טולס פאר די זעלבע סקרו? וואס גייט דא פאר? זענען אלע כללים געפארן קיין מאריענבאד אויף קור?
 
אזויפיל קען איך יא פארעכטן אראנדזש, נישט ארענדזש. עניוועיס מיט א ו. אבער זייט אזוי גוט. אז דו דרייסט דיך שוין יא דארט אין די בעק. שטאדעלט נאר איין ביי די אינסטאנצן אז די עולם זאל קענען אנהייבן מאכן אנקעטעס.
 
אוודאי אזוי, גיימיר שתדל׳ן, איך האף נאר אז מען וועט עס נישט עביאזן אזויווי דו אביאזט דעם אויסלייג שנירל פאר דיינע פיעטשערס פארלאנגען…
 
א גוטע מאדערעיט*ר ווייסט וויאזוי צו צוטיילן, פלאַצירן און קאטעגאריזירן פארדרייטע אשכולותשנירלעך.
 
אדמיניסטראטאר איז ריכטיג, אזויווי גאר אסאך טיטלען מיט דעם סופיקס, אין אידיש און אין אנדערע שפראכן. פראקוראר, פראפעסאר, דאקטאר, דיקטאטאר אא''וו.

ס'איז טאקע נישט עק וועלט צו שרייבן אדמיניסטראטור, אבער ס'איז אויך נישט אידיש; אין אידיש מיינט עס דער וואס רייניגט די סיידוואקס.
 
די כלל איז זייער פשוט ווען דער קמץ איז אויף ענגליש א A שרייבט מען אלף
Glass = גלאז
אבער ווען אויף ענגליש איז עס א O שרייבט מען א וואו
Dictator = דיקטאטור
ולפי זה פירט פרידא וויזל אן א
Tour = טאור

און מיט דעים ווערט פארענטפערט דעם שאלה פונעם פותח האשכול
אז מען שרייבט
״אדמינעסטראטור״ און ״מאדעראטור״
 
נו, משם ראיה, ווער ספעלט דען דיקטאטור? קענסט גיין קוקן אין איד בלאט צייטונג פארווערטס, שוין פאר די לעצטע פינף און זיבעציג יאר שרייבן זיי דיקטאטאר. אקעי איך פארשטיי די פארווערטס מיט די צייטונג איז נישט אזא ראיה, אבער די בלאט?
 
איך מיין אז O שרייבט מען יא אן 'א', נאר פאר א U שרייבט מען א 'ו'..
 
ע"פ רוב גייען די כללים אזוי (די נקודות זענען נאר להמחשה).

A=אַ
E=ע
I=י
O=אָ
U=ו

וממילא שרייבט מען אַדמיניסטראַטאָר מאַדעראַטאָר
 
וואס האלט דער מעלות?😂
עניוועי אין העברעיש איז זיכער די כלל אז א O ווערט א וואו און נישט א אלף, כדוגמה Radiator = רדיאטור.

איז לכאורה א שטיקל ראיה, אבער מצד שני טאקע להוציא מלבם של אלו איז וויל מען טוען דוקא פארקערט פון די ציונים😂
 
לעצט רעדאגירט:
גייט מיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי מ'שיסט מיינונגען אן אפילו נעמען די מי און עפענען כאטש איין ווערטערבוך.

ס'איז בלי שום ספק מיט אן א', און אזוי וועט איר טרעפן אין יעדן ווערטערבוך, צייטונג, ארגאן פון אפהענגיקן אידנטום וכו', וואס האלט זיך צו מינימאלע סטאנדארטן.

ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, אן O אין ענגליש וועט בדרך כלל באקומען א קמץ א' אין אידיש.

די ראיה פון עברית איז גאר א ראיה אויף פארקערט: אונזער קמץ א' קלאנג ווערט געזאגט אין העברעאיש מיט א חולם ו', און טאקע דערפאר באקומט עס דארט א ו'.
 
גייט מיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי מ'שיסט מיינונגען אן אפילו נעמען די מי און עפענען כאטש איין ווערטערבוך.

ס'איז בלי שום ספק מיט אן א', און אזוי וועט איר טרעפן אין יעדן ווערטערבוך, צייטונג, ארגאן פון אפהענגיקן אידנטום וכו' - וואס האלט זיך צו מינימאלע סטאנדארטן.

ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, אן O אין ענגליש וועט בדרך כלל באקומען א קמץ א' אין אידיש.

די ראיה פון עברית איז גאר א ראיה אויף פארקערט: אונזער קמץ א' קלאנג ווערט געזאגט אין העברעאיש מיט א חולם ו', און טאקע דערפאר באקומט עס דארט א ו'.
ווייל ס׳בכלל נישט נוגע וואס דער אידישע ליגע האלט, זיי רעדן בכלל נישט אונזער אידיש.
און דיקטאטור מיט א וואוו איז א אניווערסאלער ספעלינג אויסלייג.
במילא בעפאר די קומענדיגע אויסברוך ביטע מאכט אביסל מער ריסערטש.

לאוו ענד פיס
 
כ'האב נישט קיין נערווען צו פירן אראגאנטע געשפרעכן, כ'וועל בלויז מגיב זיין צום ענין.

ווערטערביכער זענען נישט אייביג אין איינקלאנג מיט אונזער אידיש, אבער אין מערסטן טייל יא. און ווען מ'ליינט גענוג לערנט מען זיך אליין ארויסצוהאבן וואו איין און וואו אויס.

דיין ''אינטערנאציאנאלער ויו'' איז א געלעכטער. עברית איז די איינציגע שפראך וואס האט א ו', און צוליב דער סיבה וואס כ'האב פריער דערמאנט. אינטערנאציאנאל קומען די אלע ווערטער מיט א טיפן O קלאנג.
 
איז פארוואס שרייבט מען דיקטאטור?
(איך פרעג מיט א אראפגעבויגענע קאפ😂)
 
נו גוגעל האלט אזוי, ובכן?
די אנגענומענע וועג איז מיט א וואוו
 
איך רעד נישט פון גוגל, איך רעד פון די רעזולטאטן (למשל אויף אייוועלט)
 
נאך א שווערע מחלוקה האט אויסגעבראכן, אזש ס׳כמעט געגאנגען הענט און פוס נאר פונקט האט זיך געפונען דארט א פיפיגער אינגערמאנטשיק מיט די ריכטיגע כלים און האט פארמיטן א פולע קריג, ומעשה שהיה כך היה:

די שאלה איז געווען וויאזוי מען שרייבט עס, אלטגעזעצענער אדער אלטגעזעסענער, איינער שרייט מיט א צדיק, שרייט צוריק א צווייטער מיט א סמך, יעדער איז געקומען מיט שווערע הוכחות הין און צוריק, וויינרייך און האַרקאַווי האבן ניטאמאל דאס ווארט אינם ווערטערבוך, נו וואס טוט מען?

איינער, א ברייטביינערדיגער אינגערמאן מיט שווערע מוסקלען וואס האט געשריגן ״צדיק צדיק״ האט פארגעשלאגן אז מען זאל זיך גוט אויספראסקענען און דער וואס קנאקט צום ערשט ארויס דעם אפאנענט דער האט דאס לעצטע ווארט, און אז איר פרעגט מיר איז דאס איז גארנישט אזא שלעכטע געדאנק - אז מען טראכט גוט אריין - דער וואס ליגט אויפן ערד מיט די ציינער אין די זייט און בלוט רינט פון די נאניע, וואס איז דען שייך? אוודאי כל מאן דאלים גבר, פשוט פראקטיש גערעדט. עניוועיס, דער בר פלוגתא זיינער, אויך נישט קיין קטלא קניא האט פארפירט ווי טראצקי אויפן פאדיום און די געמיטער האבן זיך אנגעהיצט.

למעשה איז געווען דארט עטליכע רואיגע געמיטער אויכעט און איינער ווער מיט א גרויסן ממזר׳ישע טעלעפאן האט ארויפגעצויגן זיין טשעט דזשי פי טי און ס׳איז געווארן שטיל אין צימער, ויאמר לאמר, און ער האט פארגעליינט אזוי צו זאגן:

פראגע:
אלטגעזעצענער אדער אלטגעזעסענער?

ענטפער:
דער ריכטיקער אויסדרוק איז **אלטגעזעסענער**.

דאס קומט פֿון דעם וואָרט "געזעסן," וואָס מיינט עמעצער אָדער עפּעס וואָס איז שוין לאנג באַזעצט אין אַ געוויסן אָרט. "אלטגעזעסענער" קען מען ניצן, צום בייַשפּיל, צו באַשרייבן עמעצער וואָס וואוינט שוין א לענגערע צײַט אין אַ שטאָט: "ער איז אַן אַלטגעזעסענער פֿון דער געגנט."

אלטגעזעצענער וואָלט געווען נישט ריכטיק אין דעם קאָנטעקסט.

פראגע:
אלטגעזעצן אדער אלטגעזעסן?

ענטפער:
די צוויי ווערטער זענען ריכטיק, אבער זיי מיינען אַנדערש:
  • אלטגעזעצן איז אַ וואָרט וואָס ווערט גענוצט צו באַשרייבן עפּעס וואָס איז געגרינדעט און האָט א צייַטיקע עקזיסטענץ אָדער אָרט. צום בייַשפּיל: "די קהילה איז אַלטגעזעצן."
  • אלטגעזעסן מיינט עמעצער וואָס האָט זיך שוין לאנג באַזעצט אין אַ געוויסן אָרט, ווי אַ משפּחה אָדער יחיד וואָס וואוינט שוין לאנג אין אַ שטאָט אָדער געגנט.
טאמער איר מיינט צו זאָגן עמעצער אָדער עפּעס וואָס איז באַקוועם און באַזעצט פֿאַר אַ לאַנגער צײַט, וואָלט דער ריכטיקער אויסדרוק געווען אלטגעזעסן.

אין צימער האט געהערשט א שטילקייט פאר עטליכע לאנגע סעקונדען, און דערנאך האבן זיך ביידע - דער ברייטביינערדיגער אינגערמאן מיט זיין בר פלוגתא דער גרויסער רעדנער - ארומגעכאפט ווי גוטע ברודער און דער עולם האט זיך א לאז געטון צום קנאקיאנקעל.
 
לעצט רעדאגירט:
כ'קען נישט די חברה, אבער העט איך ווען דארט געווען וואלט איך פארגעשלאגן צוצעשניידן דעם אות -- דער עלטסטער פאליגראף אין היסטאריע -- און דאן זען ווער ס'איז דער רעדנער און ווער מיט די ביינער.

דרך אגב, די ווערטערביכער שרייבן אלע "געזעסן" פאר'ן עבר פון זיצן.
 
Back
Top