אידישע יוטיוב קאנאלן

קהל׳ס נער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אפר. 15, 2024
מעסעדזשעס
570
רעאקציע ראטע
3,099
אכשר דרא אז ס׳האט זיך פארמערט א גאנצע אידישע-יוטיוב-קולטור און דעריבער וויל איך דא מאכן א אינדעקס איבער אלע אידישע קאנאלן מיט א קורצער באשרייבונג איבער זיי, און דער עולם איז געלאדענט צי קאלאבערירן, דעה זאגן, קריטיקירן, רעיטן און גאססיפירן.
 
לאמיר אנהייבן ״לעיטעסט טאלקס״ פון פנחס ראאב צוזאמען מיט משה מילשטיין און חילו פאוזען פון המזמרים, זיי זענען מער א פאדקעסט סטייל און רעדן על דא ועל הא, און ווי עס שיינט ווילן זיי/וועלן זיי ווערן די פאנטרעגער פון חסידישע פאפ-קולטור

https://youtu.be/JKKg2- nFcA4?si=vLWnVa9wmFpt6pOu
View: https://youtu.be/JKKg2-nFcA4?si=1tpWbLnut5GdQjBC
 
לעצט רעדאגירט:
א נייער קאנאל מיטן נאמען ״הגיבור״ וואס ברענגט קורצע שיעורים פאר די טיקטאק גענעראציע.

(וואס ווייזט אויף א טויש אין אדיטוט, ביז לעצטנס פלעגט מען אנקוקען יוטיוב אלץ א חלק פונעם א.ג. אינטערנעט פראבלעם, יעצט איז יוטיוב געווארען א חלק פון די לעיזונג)

https://youtu.be/Cpw8BdHaAF8?si=QNBODDjZ9Z6TJCax
View: https://youtu.be/Cpw8BdHaAF8?si=W50yZPbmhaxu4yF1
 
לעצט רעדאגירט:
דער פארברענטער טראמפיסט שייע ווייס וואס איז אראפ פון די רעלסן צוזאמען מיט טראמפ אין 2020, איז צוריק, פארוואס האב איך עים ליב, תוכן, חכמה אדער חידושים? לאו דוקא.
אבער די פרישקייט פון דער בחור איז זעלטן.

View: https://youtu.be/m_NpB3aenPI?si=hAfVFa12Z2MsGFmQ
 
לאמיר אנהייבן ״לעיטעסט טאלקס״ פון פנחס ראאב צוזאמען מיט משה מילשטיין און חילו פאוזען פון המזמרים, זיי זענען מער א פאדקעסט סטייל און רעדן על דא ועל הא, און ווי עס שיינט ווילן זיי/וועלן זיי ווערן די פאנטרעגער פון חסידישע פאפ-קולטור

https://youtu.be/JKKg2- nFcA4?si=vLWnVa9wmFpt6pOu
View: https://youtu.be/JKKg2-nFcA4?si=1tpWbLnut5GdQjBC
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן.
כ׳האב זייער הנאה געהאט ווי ר׳ שלמה עהרליך האט מסביר געווען Lyme Disease
ס׳האט מיר אסך געהאלפן בעסער פארשטיין די נושא.

אויך איז מיר אינטרעסאנט געווען וועגן זיין טאכטער׳ס סקול, און הערן וויאזוי דערפראיעקט אנטוויקלט זיך.

אפילו די מאשרום געשפרעך איז מיר צוניץ געקומען אז כ׳האב אויסגעפינען turkey tail איז גוט פאר די immune

זייטיגע באמערקונג, היינט וואקסן ארויס ״עקספערטס״ ווי שוואמען נאכ׳ן רעגן - אסך ווערן פארעכנט ווי ״מומחים״ ווייל זיי ווייסן אביסל מער ווי א דורכשניטליכע מענטש און קענען נאכזאגן עפעס וואס זאל ברענגען התפעלות ביי איינעם וואס ווייסט קיין סך פון דעם נושא. פאלי קליין רעדט ארום דעם פראבלעם אויף אן עפיזאד מיט אלי וועבער - א דאנק וואס דו האסט מיטגעטיילט אלי׳ס פאדקעסט דא האב איך אויך שטארק הנאה געהאט פון איר שמועס.

רעדנדיג וועגן חסידות האט שלמה עהרליך געזאגט א היפש ביסל נארישקייט;

איך קען נישט מאריך זיין אויפ׳ן מאמענט, ווייל ס׳פארלאנגט א לענגערע שמועס, אבער איין קליינע ביישפיל קען איך געבן:

ער האט געזאגט אז דער בעש״ט האט געלעבט 300 יאר צוריק, און דער רבי ר׳ אלימלך האט געלעבט צוויי הונדערט יאר צוריק.

A1AAAC9A-E5F7-4681-9FFB-C7728C576585.png

איך בין נישט קיין בקי אין סדר הדורות אבער ס׳האט נישט געמאכט קיין סענס, האב איך זיך נישט געוואלט סתם פארלאזן אויף וויקיפידיע און געפרעגט איינעם א ידען און ער האט טאקע פעסטגעשטעלט אז דער רבי ר׳ אלימלך איז געבוירן געווארן ווייניגער ווי 20 יאר שפעטער פון בעש״ט
(און נסתלק געווארן ווייניגער ווי דרייסיג יאר שפעטער)

So it was interesting to me that they said:

ער האט אזוי סך knowledge
& גע׳studied חסידות זיין גאנצע לעבן

כ׳שטעל מיך פאר אפשר מיינען זיי אז ער לערנט אסך חסידישע ספרים? אדער פשוט ער ווייסט אביסל מער פון סתם א בארא פארק׳ער יונגערמאן וועלכער ווייסט קוים פון חייכם וימכם (צום ביישפיל, אז רוב שומרי שבת אין די וועלט זענען נישט חסידיש 😉)
 
א באזונדערע אפטיילונג וואלט געפאדערט צו באשרייבן די אלע יוטוב טשענעלס פון היימישע אינטערטעינמענט, פון פראפעסיאנאלע מוזיק און הערליכע זינגערס, ווי אויך חתונות, הומאר, און נאך און נאך.
 
א דאנק פאר׳ן מיטטיילן.
כ׳האב זייער הנאה געהאט ווי ר׳ שלמה עהרליך האט מסביר געווען Lyme Disease
ס׳האט מיר אסך געהאלפן בעסער פארשטיין די נושא.

אויך איז מיר אינטרעסאנט געווען וועגן זיין טאכטער׳ס סקול, און הערן וויאזוי דערפראיעקט אנטוויקלט זיך.

אפילו די מאשרום געשפרעך איז מיר צוניץ געקומען אז כ׳האב אויסגעפינען turkey tail איז גוט פאר די immune

זייטיגע באמערקונג, היינט וואקסן ארויס ״עקספערטס״ ווי שוואמען נאכ׳ן רעגן - אסך ווערן פארעכנט ווי ״מומחים״ ווייל זיי ווייסן אביסל מער ווי א דורכשניטליכע מענטש און קענען נאכזאגן עפעס וואס זאל ברענגען התפעלות ביי איינעם וואס ווייסט קיין סך פון דעם נושא. פאלי קליין רעדט ארום דעם פראבלעם אויף אן עפיזאד מיט אלי וועבער - א דאנק וואס דו האסט מיטגעטיילט אלי׳ס פאדקעסט דא האב איך אויך שטארק הנאה געהאט פון איר שמועס.

רעדנדיג וועגן חסידות האט שלמה עהרליך געזאגט א היפש ביסל נארישקייט;

איך קען נישט מאריך זיין אויפ׳ן מאמענט, ווייל ס׳פארלאנגט א לענגערע שמועס, אבער איין קליינע ביישפיל קען איך געבן:

ער האט געזאגט אז דער בעש״ט האט געלעבט 300 יאר צוריק, און דער רבי ר׳ אלימלך האט געלעבט צוויי הונדערט יאר צוריק.

View attachment 120

איך בין נישט קיין בקי אין סדר הדורות אבער ס׳האט נישט געמאכט קיין סענס, האב איך זיך נישט געוואלט סתם פארלאזן אויף וויקיפידיע און געפרעגט איינעם א ידען און ער האט טאקע פעסטגעשטעלט אז דער רבי ר׳ אלימלך איז געבוירן געווארן ווייניגער ווי 20 יאר שפעטער פון בעש״ט
(און נסתלק געווארן ווייניגער ווי דרייסיג יאר שפעטער)

So it was interesting to me that they said:

ער האט אזוי סך knowledge
& גע׳studied חסידות זיין גאנצע לעבן

כ׳שטעל מיך פאר אפשר מיינען זיי אז ער לערנט אסך חסידישע ספרים? אדער פשוט ער ווייסט אביסל מער פון סתם א בארא פארק׳ער יונגערמאן וועלכער ווייסט קוים פון חייכם וימכם (צום ביישפיל, אז רוב שומרי שבת אין די וועלט זענען נישט חסידיש 😉)
האסט א גוטע פוינט, אבער איך מיין אז ווען מען ריפערט צי א דאטום וואס איז נישט הונדרעט פראצענט אמת, מאכט עים נישט פאר א פאלשע מומחה (אפשר איז ער טאקע פאלש אבער נישט וועגען דעם), דא איז נישט א קאורט ראום אדער א סייענטיפישע שטודיע ווי די פונקטליכע דעטאלן קענען מאכן אדער ברעכן.
 
לעצט רעדאגירט:
פרידא וויזעל א ילידת קרית יואל, דאקימענטירט די חרדישע לעבנסשטייגער, דעי וואך גיין זי דורך די חרדישע בגדים מיט מענדל הערש פאנעט בעל הקינדליין און הונדרעט לשעבר.

View: https://youtu.be/CFoYXieKnAc?si=4kSFu-TIa_esIX4g
 
א שיינע קעפל האט זי געגעבן פאר דעם עפיזאד...
 
@קהל׳ס נער שכח פארן עפענען.
ס'איז אינטערסאנט צו זעהן ווי ס'ווערט מער און מער, אסאך היימישע האוסטן אדער ווערן אינטערוויוט און ס'מאכט עס אויסזעהן ווי ס'איז גיהעריג אנגענומען.

נאך אפאר וואס איך געדענק יעצט אויפן מינוט וואס די קענסט לינקן איז:
שמילי אונגאר
עזרא באדאנסקי
שלומי זייאנץ
אפרים פעדער
ארי חיימאוויטש
 
משה מילשטיין פון לעיטעסט טאלקס האט לעצטענס געפענט אן אייגענע פאדקעסט
 
Back
Top