ירושלים - כ"ק אדמו"ר מממקשי אמונה שליט"א האט פאריגע וואך שבת געפראוועט פאר די אידן פון די בית וגן געגנט, ביים טיש פרייטאג צונאכטס טיש האט די רבי פארציילט די השתלשלות הדברים וויאזוי מיט די הילף פון זינגען א ניגון צום אויבערשטן מיט גרויס התעוררות איז דער איד פון איראן וואס האט געהאלטן עטליכע שטונדן פארן ווערן הינגעריכטעט נאך א טויט אורטייל פון א ארטיגע געריכט מיט פיר מאנאטן צוריק ארויס אויף די פריי.
דער רבי האט פארציילט אז יענעם שבת פרשת אמור האט מען געפראוועט אין שטאט נתיבות, און פרייטאג צונאכטס ביים טיש האט דער רבי געבעטן דער עולם צו אינזינען האבן אז הבחור נתנאל ערווין בן סופיה זאל ארויסגיין מאפילה לאורה, בעפארן זינגען דער באקאנטער קארלינער ניגון קה אכסוף פון הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זצ"ל 'ויהיו רחמיך מתגוללים על עם קדשך', האט די רבי אויסגעשריגן צו די באטייליגטע אז די גזירה אויף דעם איד זאל אריבערגיין אויף די פרעזידענט פון איראן און דאן האט מען צוועלף מאל איבערגעזינגען דעם שטיקל מיט גרויס התעוררות און בכיות, דעם פאלגענדע זונטאג איז דער איראנער פרעזידענט ראיסי פלוצלינג אומגעקומען אין א העליקאפטער קראך און דער בחור איז ב"ה באפרייט געווארן פון טורמע קורצליך פארן אויספירן דעם טויט אורטייל.