- זיך איינגעשריבן
- אוג. 7, 2024
- מעסעדזשעס
- 4
- רעאקציע ראטע
- 13
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
לעיזער קרויס דערמאנט עס נעכטן (ה' שופטים), נאך וואס ער האט גע'טענה'ט אז אנטיסעמיטיזם היינטיגע צייטן קומט בעיקר פון די לינקע.
מאסק האט עס אויסגעמעקט און זיך אנטשולדיגט אז ער האט נישט אויסגעהערט די גאנצע פאדקעסט.
קענסלען מענטשן און צונעמען זייער פרייהייט פון ווארט איז א slippery slope קעיס אזוי ווי עס האט זיך אויפגעוויזן אן א שיעור מאל בפרט מיט סאושעל מידיע.לעיזער קרויס דערמאנט עס נעכטן (ה' שופטים), נאך וואס ער האט גע'טענה'ט אז אנטיסעמיטיזם היינטיגע צייטן קומט בעיקר פון די לינקע.
ער טענה'ט אז דאס קענסלען מענטשן פון פלאטפארמעס - א שטייגער ווי טאקער קארלסאן און קענדעס אוענס - מאכט אז זיי זאלן ווערן מער עקסטרעם און בייסיג צו די סיסטעם און לכבוד דעם דוקא זאגן קאנטראוועסיאלע זאכן.
אין טעאריע קען זיין ער האט א פוינט, במציאות איז אבער אז סיי האבן די מענטשן באופן כללי באמת א קלענערע השפעה (חוץ געציילטע מענטשן) וואס דאס אליין מאכט יא ווערד די געדאנק פון קענסלען - אויב האלט מען אז עס איז וויכטיג,
צווייטנס האט ער א גוטע ספין וויאזוי אפי' אין די רעכטע איינגעגעסענע אנטיסעמיטיזם זענען אויך די לינקע גאר יעצט שילדיג (איי, פאקס איז א רעכטע פלאטפארמע - און זיי האבן געקענסעלד טאקער פאר נארמאלע לעגאלע סיבות?! תיקו.),
דריטנס, נארמאל ארבייט עס פארקערט - עס איז די מענטשן וואס זענען אנקעגן די סיסטעם וואס די סיטעם קענסעלד און עס איז נישט אז זיי ווערן ערגער נאכדעם, ס"ה זאגן זיי מער אפען וואס איז זיי פריער געלעגן אויפן לונג און איז נאר ארויסגעקומען בעקיפין. והא ראי' דאן לעמאן לדוגמא וועלכע איז געווארן אפגעזאגט פון CNN די זעלבע טאג ווי טאקער האט זיך נאכנישט פאררעדט ווי אים.
קענסלען מענטשן און צונעמען זייער פרייהייט פון ווארט איז א slippery slope קעיס אזוי ווי עס האט זיך אויפגעוויזן אן א שיעור מאל בפרט מיט סאושעל מידיע.
יעדער מענטש האט זיך זיינע אידעאלאגיעס און וועלט קוק און וואס ער פארעכנט אלץ עקסטרעם אדער א רויטע ליניע וואס ער וואלט געוואלט עס זאל זיין אינדערויסן פון די פובליק דיסקורס. און בדר"כ ווען מענטשן נעמען זיך די כוח צו פסקנ'ן וואס און ווער מעג געהערט ווערן איז עס אין אנקלאנג מיט זיינע פאליטיש/אידעאלאגישע נייגונגען.
דו ביסט זייער גוט מדגים פארוואס איך האב מורא ווען מען הייבט שפילן מיט פרי ספיטש. "שלעכטע קאנסעקווענצן" "שעדליכע אגענדעס" - לאזונגען וואס זאגן גארנישט און יעדער איינער פילט אריין וואס דאס מיינט פאר אים. אין מיינע אויגן למשל איז מארקסיזם א שעדליכע אגענדע וואס האט צוגעברענגט און ברענגט צו צו שלעכטע קאנסעקווענצן, ביי אנדערע איז עס קאנסערוואטיווע אגענדעס, רעליגיעזע טיטשונגס אדער שיעורים פון מרת בילגוריי וואס קענען עווענטועל צוברענגען צו שרעקליכע קאנסעקווענצן.מ'קען שעות רעדן איבער דעם נושא, און די ווידעא וואס כ'האב נארוואס צוגעצייכנט איז איין אזא דעבאטע.
די קורצע תשובה איז אז דאס אליין איז אויך א slippery slope, ווייל אויב מעג יעדער זאגן וואס זיי ווילן גייט עס בהחלט אנקומען צו זייער שלעכטע קאנצעקווענצן ובפרט ווען influential מענטשן שטופן געוויסע שעדליכע אגענדעס וכדו'.
נאך מער, אפי' אן אבסאלוטיסט איז מודה אז דיירעקט 'אינסייטן צו ווייעלענס' איז אסור און דארט דארף מען אויך קענען שוקל זיין און פסק'נען וחוזר חלילה.
מ'קען ס"ה אייביג דן זיין די קאסט און בענעפיט פון סעקיוריטי ווס פרידאם, פונקט ווי פאליציי און געזעץ בכלליות נעמען אוועק פרידאם ווען עס גרעניצט זיך מיט די פרייהייט פון א צווייטן.
קלאר אז זיי מעגן דאס איז דאך וואס דארסי האט געטון בשעתו אויף טוויטער און וואס צוקערבערג טוט מיט פעיסבוק און אינסטעגראם. איך רעד וואס איז די איידיעל צוגאנגמה עוד אז פונקט ווי די ערשטע אמענדמענט לאזט יחידים זאגן וואס זיי ווילן לאזט עס פריוואטע ביזנעסער מחליט זיין וועמען זיי ווילן אפזאגן אדער 'קענסלען' פאר דעם מעטער, און דא קומט מען צוריק צו די קאפיטיליסטישע מארקעט פון איידיעס ווי געווינען געווינט למעשה דער וואס פארקויפט דאס בעסטע סחורה.
אגב איך האלט אז ריכטיגע אויסגעשפראכענע אנטיסעמיטיזם טרעפט מען היינט צוטאגס בעיקר ביי די רעכטע (ביי א ספעציפישע פליגל פארשטייט זיך). דאס איז א שמועס פאר זיךלעיזער קרויס דערמאנט עס נעכטן (ה' שופטים), נאך וואס ער האט גע'טענה'ט אז אנטיסעמיטיזם היינטיגע צייטן קומט בעיקר פון די לינקע.
דא האסטו א שטיקל דוגמא, נאך וואס נקדימון לייגט אראפ א סופער-שטארקע מענטשליכע אידישע תגובה, איבער אימיגראנטן און זייערע ליידן. זאגט דער רעכטער, אז דאס אלעס זענען די לינקע שולדיג... (ס'איז נישט ממש די זעלבע נקודה, אבער מענין לענין).צווייטנס האט ער א גוטע ספין וויאזוי אפי' אין די רעכטע איינגעגעסענע אנטיסעמיטיזם זענען אויך די לינקע גאר יעצט שילדיג (איי, פאקס איז א רעכטע פלאטפארמע - און זיי האבן געקענסעלד טאקער פאר נארמאלע לעגאלע סיבות?! תיקו.),
א מין פארדרייטע פארדרייטעניש.לעיזער קרויס דערמאנט עס נעכטן (ה' שופטים), נאך וואס ער האט גע'טענה'ט אז אנטיסעמיטיזם היינטיגע צייטן קומט בעיקר פון די לינקע.