אייאוואסקא צערעמאניע

עולם הנשמות

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 17, 2024
מעסעדזשעס
12
רעאקציע ראטע
69
די אייבעשטער האט מיך צוגעפירט צו פילן א טעימה קלה פונעם עולם הנשמות, גיימיר עס שערן מיט די חברים
שוין אפאהר יאר וואס איך וויל שוין נעמען די טריפ צוזאמען מיטן אייאוואסקא ב"ה יעצט האלט איך נאך אינמיטן פארדייען די שיריים וויל איך שרייבן ווען ס'איז נאך פריש
ס'דא א שאמאן ר' מ. שליט"א וואס זיכט צו היילן מענטשן און זיי ברענגן גאולה איז ער מזכה די עולם מיטן גלעזעלע טיי (קרעדיט: בתוך עמי)
איז איך בין געקומען ספעציעל צו פארן פון אייראפע צו ניו יארק צו פילן א טעיסט פון די גאולה
דריי נעכט איז עס געוועהן מיטוואך דאנערשטיק און מוצ"ש

מיטוואך:
12:00 כוס ראשון
12:30 מען פילט גארנישט גייט מען בעטן כוס שני.
נאך 50 מינוט פארמאך איך מיין אויגן זעה איך אזעלכע ברענענדיקע אויגן, כ'האב מיך אזוי דערשראקן
אז איך האב שנעל געוואלט מאכן Ctrl alt delete פון די גאנצע טריפ און איך האב חרטה געהאט פארן אפילו וועלן עס טוהן אז אפי יו"כ האב איך נישט אזוי חרטה
אבער עס האט גארנישט געהאלפן,
אפאהר מינוט שפעטער האט זיך אנגעהויבן די ברעכן, ס'האט אסאך גרינגער געמאכט שפעטער האב אנגעהויבן צו וויינען אויף מיין ליבשאפט און שיץ וואס האט מיך זייער אסאך געפעלט ווען איך בין געוועהן קליין, כ'האב צוריק געוואלט פילן די געפיל פון כגמול עלי אימו און כ'האב טאקע געפילט ווי איך ליג ווי א קליין בעבי אויף מיין מאמע און וויינט וואס כהאב נישט באקומען און כ'האב אפילו פארשטאנען מיין טאטע מאמע אויף וואס זיי האבן מיך נישט געקענט געבן וואס איך דארף
נאכדעם אבער האב איך אנגעהויבן צו וויינען פארוואס די אייבעשטער האט מיך עס געגעבן אבער דא איז שוין ב"ה א צדיק הרוצה בעילם שמו מיך געקומען העלפן און נאר זיינע אויגן אליין האט מיך אויסגעהיילט, זיינע אויגן פול מיט מיטגעפיל און רחמנות האבן פארציילט וואס גראבע מוסר ספרים קענען נישט, כהאב נישט געוויסט ווי powerfull אויגן קענען זיין. נאכדעם האב איך נאכאמאל געבראכן און פון דא און ווייטער האב איך געפייט נישט צו זיין און גיהנום און איך בין אריין און א פאניק וואס איך וויל מיך אפילו נישט דערמאנען, דא איז די מלאך המושיע נאכאמאל געקומען צופליען און געגעבן א בלאז אריין אביסל ראפע זע לינק ורפא ירפא - rapé - קאווע שטיבל
וואס האט געמאכט א full reset אויף די פאניק און צוזאמען מיט די הארציגע מוזיק האט זיך עס בארואיגט

המשך יבוא...
 
@עולם הנשמות וואלט געוועהן שייך זאלסט מיטיילן אביסל מער?

ווען האסטו באשלאסן צו נעמען דעם טריפ, ווי שווער איז עס געוועהן בשעת מעשה, וואס האט עס געטוישט אין דיין לעבן, וכו׳

אידן לעכצן צו הערן!
אויב ווילסטו הילף זיך ארויסצוברענגן לאז וויסן.
 
ס'איז דאנערשטאג אינדערפרי נאך אזא דורכגאנג איז אוממעגליך צו גיין שלאפן אפילו נאכן אויף זיין א גאנצע נאכט, עסן קען מען אויך קוים
נאך אפאהר שעה האב איך מיך יא פראבירט צו לייגן שלאפן אבער נאך צוויי שעה בין איך אויפגעשטאנען אינגאנצן צושטורעמט, זעט אויס אז איך האב געטריפט אינמיטן חלום.
נאכן אויפשטיין בין איך אגאנצן טאג נערוועז געוועהן פאר די צווייטע נאכט, מיין בויך האט זיך געדרייט נאר פון טראכטן פון איבערגיין נאכאמהל אזא נאכט
אבער ר' מ. האט מיך בארואיגט און גע'guide וואס צוטוהן

ליל שני דאנערשטאג נאכט:

12:00 כוס ראשון
בערך נאך 50 מינוט ווארטן האט זיך עס אנגעהויבן מיט ברעכן און אויסברעכן אלע פחדים און טראומעס אבער ב"ה דא האב איך שוין אביסל געוויסט וויאזוי נישט צו ווערן אין פאניק ווייל פאניק קומט ווען מען ציטערט פון די פחד וואס קומט ארויף און מען פראבירט צו אנטלויפן,
איז און נארמאלע לעבן קען מען רוב מאל אנטלויפן איינער צו טלפון וכו' יעדער מיט זיינע עדיקשענס אבער דא איז נישט דא ווי צו לויפן אייאוואסקא איז שטערקער
איז די עצה פשוט צו מקבל זיין און עקסעפטן וואס ס'קומט ארויף און פראבירן צו זעהן די לעכטיגקייט. למשל איך האב געהאט א שרעקלעכע פחד איך ווייס אפילו נישט פון וואס און איך האב געפילט אז ממש דעי געפילן וויל איך אויסברעכן, איז די לעכטיגקייט דא איז געווען אז איך ברעך אויס מיין פחד און טראומע You name it,
און פאר אייביג ווער איך פטור פון דעם.
נאכן ברעכן האב איך געשפירט א שטארקע פארלייכטערונג און אזא סארט ענווה וואס און סעלף עקסעפטענס צוזאמען, וואס דעס אליינס איז א מוראדיגע תענוג
און נאך אסאך אסאך processing וואס רוב געדענק איך שוין נישט

נארמאל טרינקט מען 3 כוסות במשך די נאכט בערך יעדע צוויי שעה, אבער איך האב געפילט ווי איך האב יוצא געוועהן פאר דעי נאכט האב איך מיך באגענוגט מיט איין כוס און נאכן האבן גאנץ א intense אבער controllable טריפ האב איך ווייטער מיט געטריפט מיט די מוזיק און מיט דער עולם פאר די איבריגע חלק נאכט

המשך יבוא
 
ליל שלישי
נאך צוויי שווערע נעכט בין איך שוין טאקע געווען באזארגט פאר א דריטע נאכט אבער ב"ה There is light at the end of the tunnel
כוס ראשון
נאך 50 מינוט אביסל ברעכן און נאך אביסל קליפות אפשיילן האב איך מורא געהאט פון נאך א כוס אבער איך בין געזיצן לעבן די מוזיק און די מיט די האנט דראם האט געזען אז ס'פעלט מיר אויס נאך א כוס האט ער מיך געשטופט און געשטופט ביז איך בין געגאנגען בעטן נאך א כוס און דא האט זיך די גן עדן אנגעהויבן א סארט דביקות און געגועים וואס די רייכסטע ווערטער איז צו ארעם צו עס מסביר זיין
אזוי פאר אפאהר שעה, קודם די מוזיק אן ווערטער האט געפילט ווי די בריאה זינגט שירה פאר די אייבעשטער מיט א אזא הארמאניע און אחדות וואס נאר דער וואס גייט עס דורך קען עס פארשטיין.
שפעטער האט מען געזינגן אלוקי נשמה וואס יהודה בכר האט געזינגן אויפן וועג צו די אוקטובר 7 שחיטה,
[bbvideo]
]View: https://m.youtube.com/watch?v=DbBDj9QCGLc[/bbvideo]

אזוי פאר א גוטע האלבע שעה פלאס, wow איך האלט שוין 3 וואכן נאכדעם און ווען איך דערמאן זיך פון דעם קען איך נאך וויינען פון די דביקות וואס איז דעמאלסט געוועהן
אוי כ'האב פארגעסן צו שרייבן פון די לעכטיגקייט וואס איך האב געזען, סאיז שווער צו מסביר זיין אבער ווען איך האב פארמאכט מיין אויגן האב איך געפילט ווי מיין פנים ציטערט ספעציעל ביי מיין מויל אויך די הענט האבן געציטערט נישט פון שרעק נאר עפעס וואס מען קען נישט מסביר זיין. בערך אזוי ווי שטייט און רמב"ם משנה תורה הלכות יסודי התורה פרק ז' אינמיטן סעיף ב'
......... וְכֻלָּן כְּשֶׁמִּתְנַבְּאִים אֵיבְרֵיהֶן מִזְדַּעְזְעִין וְכֹחַ הַגּוּף כָּשֵׁל וְעֶשְׁתּוֹנוֹתֵיהֶם מִתְטָרְפוֹת וְתִשָּׁאֵר הַדַּעַת פְּנוּיָה לְהָבִין מַה שֶּׁתִּרְאֶה.
איך גיי נישט זאגן אז ס'איז נבואה אבער ס'איז בסתמא עפעס זייער א ווייטע קאזען פון דעם
אקיצור נאכן ציטערן אזוי האט זיך אנטפלעקט פאר מיר עפעס א לעכטיגקייט שלא מעלמא הדין א immersive light פיל מיט ליבשאפט און איך האב דעמאלטס פארשטאנען אז דעס איז א נאר א טעימה קלה
אלוקי נשמה שנתת בי טהורה היא, אלוקי נשמה שנתת בי טהורה היא, אתה בראתה.............. ווען איך קען זיין און די תענוג פאר מיין גאנצע לעבן וואלט גוט געוועהן אבער מ'איז געקומען צו ארבעטן אויף דעי וועלט, רבון כל המעשים אדון כל הנשמות, רבון כל המעשים אדון כל הנשמות, אלוקי נשמה............ מיינע אויגן האבן זיך אויסגעוואשן איך האב געפילט ווי מיינע אויגן ווערן ווייעך און soft אזוי ווי א קליינע בעבי. פעסט פארווערד בין ארויס אין הויף און געזען די ביימער די בריאה אזא אחדות אזא לעכטיגקייט סאמטינג ספעשל
איך האב געפילט אז איך דארף landen האט מיר איינער פון די צדיקים געגעבן electrolytes powder צאמצומישן מיט וואסער און נאך 10-15 מינוט האב איך געלענדעט א אנדערע חבר האט מיר געמאכט א גוטן מאסאדזש אויפן רוקן וואס האט אויך זייער גוט געהאלפן
אלוקי נשמה שנתת בי טהורה היא... אזא זיסקייט
ביז אפאהר שעה האב איך געדארפט זיין אין עירפארט צוריקצופארן אהיים קיין אייראפע ס'איז נישט געווען גרינג צוריקצוגיין צו די עולם גולם אין אזא שנעלקייט אבער ס'איז אריבער בשלום

המשך יבוא....
 
@עולם הנשמות, שכח פארן מיטיילן די קורץ טערמיניגע אפעקט. וואס איז אבער מיט די לאנג טערם, איך בין זיכער ביזט געגאנגן מיט א כוונה עפעס אויפצוטוהן אין די טעגליכע לעבן וכדו׳, וואלט געוועהן שייך זאלסט מיטגעטיילט דערוועגן און וויאזוי עס גייט?
 
ומספר את רובע ישראל
דערציילט מיך א אינגערמאן ווי אייוואסקא האט עם געהאלפן זיין אפן צו הנאה האבן פון סעקס.

חסידים ווערן ערצויגן מיט א צוריק געצויגן'קייט צו ענייני קדושה, (ליין האורני פיהלינג'ס). זיין ווייב איז אלס געוועהן די אנגעהיצטע און ער די צוריק געצויגענע, זי האט געוואלט אסאך מער ווי ער האט געקענט. א.א.וו.

ער האט געטרינקן ביי א גוי'שע שאמאן וואס האט איהם גע'עצה'ט צו האבן סעקס אין די 24 שעה בעפארן טרינקן. (געווענדליך טוהט מען עס נישט 48 שעה בעפאר. ווייל אויב די יסוד איז אפן וועט עם די מעדעצין מער עפענען).

כ'גיי נישט מאריך זיין, ס'נישט הונטערן פירהאנג, אבער ס'איז שוין אריבער א חודש זייט דעמאלס, ולא פסיק פימיה מדישה... זיין ווייב איז אזוי צופרידן, זי איז מער נישט די איינציגסטע וואס שטופט דעם וואגן, איינער רייצט זיך דעם צווייטן אזש ס'גייט א רויעך.

זאל דער באשעפער אלעמאל האבן דעם נחת און תענוג און קענען ציילן ווי מער הייליגע רביעותיהן של ישראל באהבה!
 
אבער וואס איז מיט די אדיקשאן חלק? ווי אזוי קענסטו זיין זיכער אז די גייסט עס נישט נאכלויפן צו שטארק, נעמען צו סאך אומקאנטראלד, און זיך אווערדאוזן??
 
מ'קען זיך נישט אווערדאוזן אויף אייוואסקא.
ס'איז נישט קיין אדיקטיוו כעמיקאל. (אבער מ'קען ווערן צוגעבינדן צו יעדע זאך וואס פיהלט גוט אזוי ווי אייזקרים, טיילענאול, וכדו' און אויף דעם איז דא דעם גרויסן סוד פון בּאלאנס)
 
ומספר את רובע ישראל
דערציילט מיך א אינגערמאן ווי אייוואסקא האט עם געהאלפן זיין אפן צו הנאה האבן פון סעקס.

חסידים ווערן ערצויגן מיט א צוריק געצויגן'קייט צו ענייני קדושה, (ליין האורני פיהלינג'ס). זיין ווייב איז אלס געוועהן די אנגעהיצטע און ער די צוריק געצויגענע, זי האט געוואלט אסאך מער ווי ער האט געקענט. א.א.וו.

ער האט געטרינקן ביי א גוי'שע שאמאן וואס האט איהם גע'עצה'ט צו האבן סעקס אין די 24 שעה בעפארן טרינקן. (געווענדליך טוהט מען עס נישט 48 שעה בעפאר. ווייל אויב די יסוד איז אפן וועט עם די מעדעצין מער עפענען).

כ'גיי נישט מאריך זיין, ס'נישט הונטערן פירהאנג, אבער ס'איז שוין אריבער א חודש זייט דעמאלס, ולא פסיק פימיה מדישה... זיין ווייב איז אזוי צופרידן, זי איז מער נישט די איינציגסטע וואס שטופט דעם וואגן, איינער רייצט זיך דעם צווייטן אזש ס'גייט א רויעך.

זאל דער באשעפער אלעמאל האבן דעם נחת און תענוג און קענען ציילן ווי מער הייליגע רביעותיהן של ישראל באהבה!
איך האב קיינמאל נישט קאנסידערד סייקעדעליקס, אבער עפעס דא צינד מיר אונטער א רייץ דאס צו פרובירן
 
קענסט פרובירן אנצוהייבן מיט MDA/MDMA ס'איז א אנדערע מין סייקעדעליק און ארבייט אנדערש אויפן מענטש ווי אייאוואסקא
 
ומספר את רובע ישראל
דערציילט מיך א אינגערמאן ווי אייוואסקא האט עם געהאלפן זיין אפן צו הנאה האבן פון סעקס.

חסידים ווערן ערצויגן מיט א צוריק געצויגן'קייט צו ענייני קדושה, (ליין האורני פיהלינג'ס). זיין ווייב איז אלס געוועהן די אנגעהיצטע און ער די צוריק געצויגענע, זי האט געוואלט אסאך מער ווי ער האט געקענט. א.א.וו.

ער האט געטרינקן ביי א גוי'שע שאמאן וואס האט איהם גע'עצה'ט צו האבן סעקס אין די 24 שעה בעפארן טרינקן. (געווענדליך טוהט מען עס נישט 48 שעה בעפאר. ווייל אויב די יסוד איז אפן וועט עם די מעדעצין מער עפענען).

כ'גיי נישט מאריך זיין, ס'נישט הונטערן פירהאנג, אבער ס'איז שוין אריבער א חודש זייט דעמאלס, ולא פסיק פימיה מדישה... זיין ווייב איז אזוי צופרידן, זי איז מער נישט די איינציגסטע וואס שטופט דעם וואגן, איינער רייצט זיך דעם צווייטן אזש ס'גייט א רויעך.

זאל דער באשעפער אלעמאל האבן דעם נחת און תענוג און קענען ציילן ווי מער הייליגע רביעותיהן של ישראל באהבה!
יעצט געהערט פון אן איינעם וואס האט געהאט אן ענלעכע עקספעריענס, נאר אויף LSD, אביסל מער מיילדער עקספעריענס, אבער די זעלבע דינאמיקס דהיינו אז די take off איז אין קאנטעקסט פון געגועים. דאס הייסט עכטע אינטעגרעישאן...
 
די אלע וואס זענען געווארן אויסגערעכנט ביז אהער נעמען א מענטש אויף גאר א שווערע טריפ.

איינער וואס וויל עפעס לייכט, זאל ענדערש גיין מיט קעטעמין, וואס איז עפעס וואס מ'נוצט שוין יארן לאנג אין Anastasia ביי surgeries. און איז היינט צוטאגס שטארק אין באנוץ איבערצונעמען מעדעצינען אקעגן דעפרעסיע PTSD און נאך.
 
די אלע וואס זענען געווארן אויסגערעכנט ביז אהער נעמען א מענטש אויף גאר א שווערע טריפ.
קען פאסירן, אבער ס׳נישט קיין ״כלל״.
וחוץ מזה, טאקע דערפאר איז די תוצאה און היעלינג עפעקט דערפון אויך סאך סאך שטערקער...
 
די אלע וואס זענען געווארן אויסגערעכנט ביז אהער נעמען א מענטש אויף גאר א שווערע טריפ.

איינער וואס וויל עפעס לייכט, זאל ענדערש גיין מיט קעטעמין, וואס איז עפעס וואס מ'נוצט שוין יארן לאנג אין Anastasia ביי surgeries. און איז היינט צוטאגס שטארק אין באנוץ איבערצונעמען מעדעצינען אקעגן דעפרעסיע PTSD און נאך.
קעטאמין איז געוואלדיג און גרינג, ס'קען אפילו ווערן געדעקט פון אינטערעס.

ס'איז זייער א גוטע אנהייב, און פון דארט קען מען גיין שטאפלווייז. קיינער צווינגט נישט אנהייבן מיט העווי סייקאדעליקס, ס'איז אייביג גוט צו טוהן פארשידענע סייקאדעליקס לויט זיין צייט, און ווי לויט ווי די מענטש האלט אין זיין הילינג פראסעס
 
ומספר את רובע ישראל
דערציילט מיך א אינגערמאן ווי אייוואסקא האט עם געהאלפן זיין אפן צו הנאה האבן פון סעקס.

חסידים ווערן ערצויגן מיט א צוריק געצויגן'קייט צו ענייני קדושה, (ליין האורני פיהלינג'ס). זיין ווייב איז אלס געוועהן די אנגעהיצטע און ער די צוריק געצויגענע, זי האט געוואלט אסאך מער ווי ער האט געקענט. א.א.וו.

ער האט געטרינקן ביי א גוי'שע שאמאן וואס האט איהם גע'עצה'ט צו האבן סעקס אין די 24 שעה בעפארן טרינקן. (געווענדליך טוהט מען עס נישט 48 שעה בעפאר. ווייל אויב די יסוד איז אפן וועט עם די מעדעצין מער עפענען).

כ'גיי נישט מאריך זיין, ס'נישט הונטערן פירהאנג, אבער ס'איז שוין אריבער א חודש זייט דעמאלס, ולא פסיק פימיה מדישה... זיין ווייב איז אזוי צופרידן, זי איז מער נישט די איינציגסטע וואס שטופט דעם וואגן, איינער רייצט זיך דעם צווייטן אזש ס'גייט א רויעך.

זאל דער באשעפער אלעמאל האבן דעם נחת און תענוג און קענען ציילן ווי מער הייליגע רביעותיהן של ישראל באהבה!
נישטא קיין נאך סארטן תחבולות אנצוצינדן דאס רייץ אויף הויעכע שטאפלען איינער מיטן אנדערן?
 
Back
Top