איינפאסטן

איני יודע

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 17, 2024
מעסעדזשעס
108
רעאקציע ראטע
354
אזויווי די תענית איז ממשמש ובא, לעטס ברעינסטארם איבער עצות וויאזוי איינצופאסטן,
געוויסע וועלן אפלעקן א לעפל 2 האניג אנדערע וועלן פשוט אפקעמלען א האלבע גאללאן וואסער אדער נוצן פארשידענע אנדערע מיטלען ווי דעי אלע אייננעמעכצער פון קלי צום ביז fast aid א א וו, א שלינג אראפ און פארגעסן פונעם פאסט.
פאר געוויסע העלפט עס און אנדערע לאכן דערפון...

אבער דעם אלטן רפואה פון באבן זיך צו זעצן צום שיסל איז שטענדיג געראטן, ספעציעל היינט. וואס איז זיכער איז זיכער.

בעיקר פון אייגענע עקספיריענס וואס איז כדאי צו עסן אדער טרונקען דורכן טאג אין אנדערע ווערטער וואס  ארבעט?
 
מזאגט אז די זעפאזעטאריעס העלפט פאר ריעל

דא אין א"י רופט מען די קעפין בונדלעך (זעפאזעטאריעס) וואס משטופט אריין מאחורי האחוריים 'קפה הפוך'
אז מקעניש פון אויבן.. גייט מען די פארקערטע וועג... ודפח"ח
 
וואסער און נאכאמאל וואסער איז די בעסטע איינצופאסטן.

דאכצעך אז די סיבה פארוואס מ'זאגט אז פאסטן איז היינט-צו-טאג שווערער ווי אמאל, איז וויבאלד געווענליכע טעג שפירט מען נישט קיין הונגער. ווייל אויסער דעם וואס מענטשן עסן יעדן טאג צוויי דריי סעודות איז מען נאך טועם עטליכע מאל אינמיטען טאג, און זיך מהנה מיט קאפי במשך'ן טאג, קומט אויס אז מ'איז קיינמאל נישט עכט הונגעריג אפי' בעפאר א סעודה.

אזוי אז ס'קומט צו א תענית ווערען מענטש'ן אויס מענטש, מ'ווערט הונגעריג...
 
ביי מיך, מאך נישט די וואסער אויס, נאכקיינמאל נישט געשפירט דאשטריג בשעת א תענית, אפגעזען צו איך האב פארדעם געטרינקן

הונגעריג, קען איך יא אמאל פילן, און עסן אסאך פארדעם, העלפט נישט ע״פ רוב

די עיקר איז קאפ וויי, (לכאורה, וועגן די קאווע) און ס'גייט נישט אוועק אפילו נאכן אויספאסטן
 
אליעזר קרויס פרעדיגט אויף קול מבשר (היינט, און ביי די לעצטע פאר תעניתים) איך מיין בשיטת ר' הערשל מייזליש, אז פראטיען מיט פעטנס איז די בעסטע איינצופאסטן.
ער זאגט אז די עולם איז איינגערעדט איבער פרוכט - וואסער מעלאנע -טרויבן , סטארטש - לאקשן, וכדו'. אבער ער טענה'ט אז צוקער און קארבס שטערן נאר צום תענית, משא"כ פעטנס און פראטיען - פיש/פלייש - איז וואס גרייט באמת אן.

פארשטייט זיך וואסער איז וויכטיג, אבער עס דארף זיין אויסגעשפרייט דורכן טאג - צ.ב. א גלאז יעדע שעה. זיך 'אנקעמלען' האט נאר א פאקערטע אפעקט - ווייל די גוף ווערט פטור פונעם קוואנטום שנעלער און עס נעמט נאך מיט וויכטיגע מינעראלן.

ערב תשעה באב איז שווערע לגבי פראטיען - ווייל מ'עסט דאך נאר איין תבשיל (-אן איי), אבער ער זאגט אז עסן א שטעקן פוטער ביין סעודת המפסקת איז בדוק ומנוסה צו העלפן פארן תענית.

לגבי אויספאסטן טענה'ט ער אויך אז דאס אויספאסטן אויף קאקאש קעיק מיט אראנדזש דזשוס איז זייער א גרויסע טעות וואס מאכט זיך נישט גוט פילן און מאגן ווייטאג, מ'דארף אנשטאט גלייך עסן א נארמאלע סעודה מיט געהעריגע פראטיען.

א לייכטן תענית!

נ.ב. איך האב דאס נישט אליינס אויספראבירט. (חוץ פון די חלק פון זיך נישט גוט פילן נאכן עסן די קאקאש קעיק מוצאי תענית...)
 
אפשר צו שפעהט שוין פאר דעם תענית, אבער פאר צום גדליה און יו"כ וועט מען עס קענען אויספרובירן. זיך נישט אנצועסן פאר א תענית. ווייל ווען מ'עסט זיך אן, ציהט זיך די מאגן אויס און אינעם תענית ווען דער מאגן ווערט אויסגעליידיגט ברויך דער מאגן האבן מער עסן ווי נארמאל, ווייל ער איז דאך אויסגעצויגן נאך פון נעכטן אדער פון עטליכע טעג פריער וועט דער מענטש זיין טאפעלט הונגעריג
 
אליעזר קרויס פרעדיגט אויף קול מבשר (היינט, און ביי די לעצטע פאר תעניתים) איך מיין בשיטת ר' הערשל מייזליש, אז פראטיען מיט פעטנס איז די בעסטע איינצופאסטן.
ער זאגט אז די עולם איז איינגערעדט איבער פרוכט - וואסער מעלאנע -טרויבן , סטארטש - לאקשן, וכדו'. אבער ער טענה'ט אז צוקער און קארבס שטערן נאר צום תענית, משא"כ פעטנס און פראטיען - פיש/פלייש - איז וואס גרייט באמת אן.

פארשטייט זיך וואסער איז וויכטיג, אבער עס דארף זיין אויסגעשפרייט דורכן טאג - צ.ב. א גלאז יעדע שעה. זיך 'אנקעמלען' האט נאר א פאקערטע אפעקט - ווייל די גוף ווערט פטור פונעם קוואנטום שנעלער און עס נעמט נאך מיט וויכטיגע מינעראלן.

ערב תשעה באב איז שווערע לגבי פראטיען - ווייל מ'עסט דאך נאר איין תבשיל (-אן איי), אבער ער זאגט אז עסן א שטעקן פוטער ביין סעודת המפסקת איז בדוק ומנוסה צו העלפן פארן תענית.

לגבי אויספאסטן טענה'ט ער אויך אז דאס אויספאסטן אויף קאקאש קעיק מיט אראנדזש דזשוס איז זייער א גרויסע טעות וואס מאכט זיך נישט גוט פילן און מאגן ווייטאג, מ'דארף אנשטאט גלייך עסן א נארמאלע סעודה מיט געהעריגע פראטיען.

א לייכטן תענית!

נ.ב. איך האב דאס נישט אליינס אויספראבירט. (חוץ פון די חלק פון זיך נישט גוט פילן נאכן עסן די קאקאש קעיק מוצאי תענית...)
איך עס זיבען אייער פאר א תענית, און ס׳ארבעט זייער גוט.
כ׳האב פרובירט לעצטע יאר לעיזער קרויסעס פוטער שטעקען עצה, ס׳ארבעט טאקע, אבער מען פילט עקלדיג פאר אפאר טעג, מילא בין איך צוריק געגאנגען צי די אייער.
 
מיט זיבן מאל ויהי נועם אויך?
 
דא אין א"י רופט מען די קעפין בונדלעך (זעפאזעטאריעס) וואס משטופט אריין מאחורי האחוריים 'קפה הפוך'
אז מקעניש פון אויבן.. גייט מען די פארקערטע וועג... ודפח"ח
יום כיפור זאגט מען פאר די וואס נעמען סעפאזיטאריס, אז זיי זאלן וואטש ביים פאלן כורעים אז די קאווע זאל זיך נישט אויסגיסן...
 
מען האט דא געגעבן פיינע עצות פאר איינפאסטען...

ווער קען געבן גוטע רעקאמענדאציעס אויף וואס אויסצופאסטן?
 
אליעזר קרויס פרעדיגט אויף קול מבשר (היינט, און ביי די לעצטע פאר תעניתים) איך מיין בשיטת ר' הערשל מייזליש, אז פראטיען מיט פעטנס איז די בעסטע איינצופאסטן.
ער זאגט אז די עולם איז איינגערעדט איבער פרוכט - וואסער מעלאנע -טרויבן , סטארטש - לאקשן, וכדו'. אבער ער טענה'ט אז צוקער און קארבס שטערן נאר צום תענית, משא"כ פעטנס און פראטיען - פיש/פלייש - איז וואס גרייט באמת אן.

פארשטייט זיך וואסער איז וויכטיג, אבער עס דארף זיין אויסגעשפרייט דורכן טאג - צ.ב. א גלאז יעדע שעה. זיך 'אנקעמלען' האט נאר א פאקערטע אפעקט - ווייל די גוף ווערט פטור פונעם קוואנטום שנעלער און עס נעמט נאך מיט וויכטיגע מינעראלן.

ערב תשעה באב איז שווערע לגבי פראטיען - ווייל מ'עסט דאך נאר איין תבשיל (-אן איי), אבער ער זאגט אז עסן א שטעקן פוטער ביין סעודת המפסקת איז בדוק ומנוסה צו העלפן פארן תענית.

לגבי אויספאסטן טענה'ט ער אויך אז דאס אויספאסטן אויף קאקאש קעיק מיט אראנדזש דזשוס איז זייער א גרויסע טעות וואס מאכט זיך נישט גוט פילן און מאגן ווייטאג, מ'דארף אנשטאט גלייך עסן א נארמאלע סעודה מיט געהעריגע פראטיען.

א לייכטן תענית!

נ.ב. איך האב דאס נישט אליינס אויספראבירט. (חוץ פון די חלק פון זיך נישט גוט פילן נאכן עסן די קאקאש קעיק מוצאי תענית...)
ביי די וועי מ'האלט שוין כמעט ביים אויספאסטן, וויל איך דא אראפ געבן מיין עקספיריענס אין אויספאסטן פאר די לעצטע 35 יאר. אקעי איך טרינק שוין נישט קיין קאווע טעגליך, נאר אמאל אמאל אויך פאר כמעט דרייסיג יאר במילא מוז איז נישט אויספאסטן אויף קאווע.

מיין אויספאסטן איז איבער א פיינע זיסע פרוכט, נישט קיין נפק"מ וועלכע, א רויע פרוכט, צומאל א פרוכט סאלאט און מ'ווארט אביסעל דערנאך, אפשר א צוואנציג מינוט בערך און נאכדעם טרינק איך וואסער אדער טיי און נאכדעם עס איך א לייכטע נאכטמאל. און כ'קען זאגן מיט א פולע מויל אז כ'שפיר גאר גוט, קיין שום בויך וויי אדער קאפ וויי. כ'האב דאס מציע געווען פאר אנדערע און פאר אזוינע וועלכע האבן נאך ערגער אויסגעפאסט ווי געפאסט און אלע בפה אחד האבן מיר געזאגט אז זיי שפירן גאר גוט דערפון.
 
סשמעקט דיר נישט פרישע קעיק וואס מ'געבט ביים אויספאסטן?
קאווע זאגסטו טרינקסט נישט א גאנצע יאהר, מסתמא קאקאש קעיק אויך נישט.
 
קאקע קאלע סלוּרפּי
 
איינפאסטן ארויף אויספאסן אראפ, די בויך איז’מיר אריין אין אמדערטרעגליכער ווידערשטאנד...

ווי אזוי גייט נאר די מעשה פון "די בויך"...
 
הערינג און קרעקערס, די בעסטע אויספאסט איך טוה עס שוין יארן
הערינג און קרעקערס.. פאר דעם דארף מען שוין סיי א לייטישע כלי קיבול, און סיי שיעור כמוציא רמון, דעמאלט איז אוכל הרבה ומתברך במעיו...
 
זעהט אויס אז צו דעם ברויך מען זיין א קהל'ס נער
 
Back
Top