- זיך איינגעשריבן
- מאי 4, 2024
- מעסעדזשעס
- 621
- רעאקציע ראטע
- 2,718
צוליב די היצטיגע שווערע אקאנאמישע מצב עפען איך דא אויף א שנירל אין וועלכע דער עולם זאל אריינקומען און מעלדן וואו מ'קען איינקויפן פאר ביליג, אידישע געשעפטן און ווי אויך נישט אידישע געשעפטן. נאר מ'זאל געדענקן דעם מצוה וחי אחיך עמך און אויב די חילוק איז ווייניגער פון א שתות (צוואנציג פראצענט) איז מען עפ"י הלכה מחויב עס צו קויפן ביי א איד און דאס איז יושר, אויך צו שטיצן אינזערע טייערע ברידער וועלכע מוטשען זיך פונקט אזוי, אבער אין די זעלבע צייט צו געדענקן אז מיר קליענטן און שאפערס זענען אויך אידן! התורה חסה על ממונן של ישראל
(ביטע נישט אנפירקלען דעם שנירל מיט דברים של מה בכך אדער אפילו מיט פרעמדע זאכן אפילו ס'קוקט אויס גאר וויכטיג, נאר מיט סעילס און ביליגע פרייזן, ייש"כ)
(ביטע נישט אנפירקלען דעם שנירל מיט דברים של מה בכך אדער אפילו מיט פרעמדע זאכן אפילו ס'קוקט אויס גאר וויכטיג, נאר מיט סעילס און ביליגע פרייזן, ייש"כ)